שטימען אדער שטומען?

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

שטימען אדער שטומען?

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 4:13 pm

עס קאכט זיך ביז גאר, און איבער אלע טישן פון דער קרעטשמע הערט מען נאר שמועסן איבער איין נושא. איך טרעף אן מאשקען און בעט ביי אים ער זאל אזוי גוט זיין און מיר אוועקשטעלן א גלעזל משקה (מאשקע גיט מָשקֶה, נישט אזוי?), איך גרייט מיר אן דאס גלעזל און ער איז אנגעקומען טאקע מיט א פלעשל. אויפ'ן פלעשל איז אויפגעשריבן "וועהלט פאר זיידעניו"! דערנאך קומט ער צוריק מיט א צייטונג וואס אויפ'ן דעקל שרייט ווייטער דאס קעפל "שטימט פאר שמערי-בערי", אינעם צווייטן בלאט רופט זיך א קעפל "שמערי-בערי זאגט זיך אפ פון לויפן", אין א דריטן בלאט איז פארהאן א הכחשה פון שמערי-בערי. אין א פערטן בלאט שטייט אז ר' שמחה אינדארסירט שמערי-בערי און אין א פערטן בלאט שטייט אז ער קלערט גאר אליין צו לויפן. דאס בלוט איז אים ארויף - ווי עס דערקענט זיך פון א הכחשה אינעם פינפטן בלאט, ווי ער שרייט אויס אז דאס איז אלעס גרונטלאז, און עס האט זיך ווייזט אויס פשוט פארגלוסט פאר א באנדע קאטאוועס-טרייבער שפאס צו טרייבן פון דעם פרייליכן ר' שמחה, נישט געדאגה'ט "מיט שמחה קומט מען איבעראל אן". בקיצור, די בלעטלעך פון אלע זייטן וואקסן ווי די "שוועמלען", און די גאנצע קרעטשמע איז פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק בלעטלעך.

גלייבט מיר אז דאס אלעס וואלט נאך געקענט אדורכגיין שטיל, וואס מיך האט געשטערט איז דאס פאלגענדע:
עס זענען ארומגעווארפן געווארן פלוג-בלעטלעך (FLYERS)- וואס זענען צושיקט געווארן דורך דער פאסט - איבער די בעפארשטייענדע וואלן, און דאס קעפל האט זיך געליינט "שטומט פאר דעם ריכטיגן קאנדידאט" (איך וועל נישט ארויסשרייבן דעם נאמען פון דעם קאנדידאט, דען איך בין נישט פון די פרעסע-ארונטעררייסער וואס האבן ליב ארונטערצורייסן די קאנדידאטן צוליב א טעות אין א ווארט. ווער קען די מעשה מיט דעם POTATOE HEAD?). נאך א מזל אז איך האב געלערנט ביי מיין מאמען שתחי' צו רעדן יידיש, אזוי האב איך געקענט דאס פלוג-בלעטל ריכטיג אפליינען, האב איך עס טאקע אפגעליינט. ובכן, מיין מאמע האט מיך אויסגעלערנט אז "שטום" דאס איז "נישט רעדן", בעת "שטימע" איז פונקט דאס פארקערטע, ווען מען לאזט הערן א מיינונג הייסט דאס אז איך "שטים", ווען אבער איך בעפארצוג צו בלייבן שטיל און נישט רעדן, דאן הייסט דאס אז איך וויל ענדערש שטומען...

פון דעם ווארט "שטימען" קענען מיר די ווערטער "צושטימען", "איינשטימיג זיין" (האבן די זעלבע שטימע – מסכים זיין), מעגליך איז אויך "באשטימען" פון דער גרופע, וואס האט שייכות מיט דעם ווארט "עס שטימט", וואס דאס הייסט אז עס פָּארט זיך, עס פאסט זיך, וואס דאס איז ווען די זאך איז צוגעשטימט צו דער זאך. דער עיקר אבער איז טאקע "שטימען" וואס הייסט פשוט "זיך לאזן הערן דאס קול". טאקע פון דער ווערטער-שפיל שטאמט דער באקאנטער וויץ איבער דעם נטורי-קרתא'ניק וואס האט ארויסגעשטעלט דעם פלאקאט אויף זיין טעראסע - פאר די בחירות אין דער מדינה - וואס האט זיך געליינט "איך און מיין ווייב שטימען נישט". (אין דעם וויץ נוצט מען די ווערטער-שפיל פון "שטימען" וואס מיינט "וועלן" [זיך לאזן הערן די שטימע] און "שטימען" וואס מיינט פַּאסן/פּאָרן).

יעצט אבער ווען מיר זאלן זאגן "שטומט פאר אינטעליגענט" (אינטעליגענט, ביסט גרייט?), וועט דאך דאס מיינען חלילה שטום צו בלייבן ביי די וואלן. נו, דארף מען דאס פאררעכטן און מודיע זיין פאר די אלע וואס האבן ערהאלטן די פלוג-בלעטלעך אז זיי זאלן נאר נישט פארשטיין אזוי-ווי דאס ליינט זיך.

עס הייבט זיך מיר אהן צו קלערן ווער ווייסט צו דאס בלעטל איז נישט גאר געקומען פון דעם אפאנענט, פון דעם געגנערס לאגער, וואס האט טאקע געמיינט דאס וואס איז געווען געשריבן אז מען זאל "שטומען" פאר דעם אנדערן קאנדידאט....ווער ווייסט???....

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

שטימט שטימע צושטימונג איינשטימיג

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 4:44 pm

ווען איר גיט אפ אייער "שטימע", און "שטימט" פאר'ן קאנדידאט, לאזט איר דערמיט הערן אייער "שטימע", און ווייזט ארויס אייער "צושטימונג", אז איר זענט "איינשטימיג" מיט'ן קאנדידאט'ס מיינונגן.

(פאר'ן אשכול היינטיגע מוד) כ'בין היינט אין א גוטע שטימונג! ב"ה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 5:25 pm

א שיין באגאסענער ארטיקל פון אונזער לערער הער יידישיסט. איך מוז אייך זאגן אז אן הומאריסטישער ארטיקל וועלכע קומט ארויס פון א שפראכן קענער און א שריפט שטעלער פארמאגט אין זיך אלע טעמים, און עס איז נישט צום באשרייבן. כלומר, איך בין שטום! די קונצן וויאזוי אריינצוריקן דעם הומאר און וויאזוי איר אהערצושטעלן איז עפעס להפליא.

דער הומאריסטישער פארווארט און דער אריינפיר צו אייער ארטיקל, איז לעקציע בפני עצמו פאר די וועלכע גלייכן דאס אין ליגן דערין.

איבער אייער וויי געשריי (שטימע) זעלבסט, האבן מיר שוין אמאל געהאט א שמועס דערוועגן דא אין דער קרעטשמע. איינער אן אלטער מעמבער אונטערן ניק 'אידיש', אויך אן עקספערט אין מאמע לשון, האט שוין אויפמארקזאם געמאכט דערוועגן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 6:13 pm

אידישיסט
פון א לינגוויסט צו א הומאריסט, נישט קיין ווייטע שפראך, ווי זרח איז שוין מסביר איז טאקע היא הודה והיא זיוה...
בעיקר איז מיר געפאלן אייער זאץ, אז דאס נישט ריכטיגע אויסלייג קען נאך קאסטן די וואלן, אזוי ווי דער קארטאפל האט געקאסט אמאל, יע.. זכרונות..

זרח
איך וועל נעמען דעם קרעדיט איינמאל פאר מיר, איינער אן אלטער מעמבער טאקע, אזוי ווי דו זאגסט האט שוין אויפמערקזאמט געמאכט דערוועגן, אבער נישט החכם אידיש, נאר טאקע אנכי הקטן, [נישט צו פארמישן מיט דעם אלטן ניק ז"ל], פארשטייט זיך אבער, אז ווען נישט אידיש'ס צושטימונג דארט צו מיינע ווערטער, וואלט עס נישט געהאט קיין האפט, ווארום מי אנוכי ומי ביתי צו דערגרייכן מיטן זינען, צו די גרונדן פון אידיש.
אלענפאלס, א דאנק פאר אייערע שטענדיגע צוצייכענונגען צו אלטע געהענגלעך.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 8:39 pm

יידישיסט, איך זייער הנאה ג'האט פון דעם ארטיקל.

טאמער איינער וויל מאכן טעותים אן מען זאל עם פארעכטן דארף שרייבן קרעטשמעריש :wink:

יידישיסט, איך ווייס נישט צו די קענסט טוישען דיין ניק אבער לכ' וואלסטו געדארפט שרייבן "אידישיסט"
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 10:02 pm

יאפס יידישיסט כ'האב שוין לאנג גע'טענה'ט אז דו באגייסט פשוט א נעוויירע מיטן נישט מהנה זיין דעם ציבור פון דיין גין-גאלד פענע, דו ברויכסט פארשטיין, די בעסטע שרייבער וואס גיסן טאנען מיט הומאר, אויב איז עס אויסגעלייגט אין אן אומארדענונג, פארלירט עס האלב פון די וועליו [עכ"פ אין די אויגן פון קלייבערישע], ס'נעמט אוועק די געשמאק צו לעזן, עס מוז זיין גענוג באשמירט און באגאסן מיט הומאר אז מ'זאל קענען פון דעם געניסן, אבער ווידעראום אז עס ווערט געשריבן מיט א פערפעקטן גראמאטיק און א רייכן שפראך און א געהעריגע ארדענונג, א שטייגער ווי מעלת כבודו איז זיך תמיד נוהג, דאן האט עס אן אנדער פנים לגמרי, ס'ליינט זיך מיט א באזונדערע געשמאק, אזש די פארגעניגן צעגיסט זיך אין די ביינער, ווער רעדט נאך אז ס'איז פארהאן ביידע, אי די שפראך אי הומאר, אההההההההה דאס איז שוין טעם גניידען.. גלייב מיר כ'האב שוין לאנג ארויסגעקוקט צו זעהן עפעס זאפטיגס פון דיר, און האסט מיך נישט אנטוישט, ס'איז אויף אן אמת זיסליך אריינגעדריוולט א הומאריסטישער געשרייב ביינאזאם מיט דיינע שפראכ-קריטיק הארץ-אויסגוס.

אבער איין מינוט'קעלע, קוק וואס איך זעה, האסט דעצידירט דאס אינטעליגענט גייט לויפן?... ביסט מעשיגע געווארן? אויב עפעס ביסטו גאנץ א געראטענע קאנדידאט זייענדיג דער קעניג אינעם שפראך פארום, וואו קיינער קען זיך מיט דיר נישט פארמעסטן, איי [נעמטס אפיר דעם אגודל און דרייטס פון אונטן ארויף א שבכל-הלילות-דריי...] מ'דארף דאך שרייבן ארטיקלן, נו, האסט דאך שוין דאס אויך באוויזן, גלייב מיר דו האסט זיך נישט וואס צו שעמען מיט דיין שריפט, אין אויסנאם פון מר. אידיש זאל זיך מיען, האב איך אין מיין לעבן נישט געזעהן אזא שפראך ידען אווי דיר, בנוסף עליו, איז נאך ביי דיר פארהאן אויך דער ידיעה אין לה"ק דקדוק אויף א מבהיל'דיגער פארנעם.

עניוועי, ס'איז זייער זיס אוועקגעשריבן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 10:50 pm

יישר כח הער יידישיסט פארן שטעלן סימנים (צייגענישן) איך זאל מער נישט אויסמישן צווישן די צוויי:

לאמיר איבער'חזר'ן דעם היינטיגן שיעור.

עס איז נישטא אזא באגריף ווי שטום בודקע (א זאך וואס קומט מיר אסאך אויס צו שרייבן), נאכאמאל, א שטום-בודקע שטייט איין אין בית הקברות, אזא סארט מוזעלאום. די שטובעלע וואו מען וועהלט אויס קאנדידאטן, איז א "שטים בודקע".

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 9:59 am

א דאנק אייך פארן צושטימען צו מיינע באמערקונגען, און אן עקסטערער דאנק הער פעפער פאר'ן צולינקען צו אן אשכול איבער טעותים אין יידיש, עס איז גאנץ אינטערעסאנט דאס אפצוליינען כאטש מען קען זיך דינגען אויף געוויסע פונקטן דורכאויס דעם שמועס, "בני-היכלא" האט טאקע זייער שיין געשריבן דארט וועגן דעם ענין פון "שטימען שטומערהייט". א שאד נאר וואס איך בין נאך דעמאלט "נישט געווען געבוירן".

אלחנן שרייבט:
יידישיסט, איך ווייס נישט צו די קענסט טוישען דיין ניק אבער לכ' וואלסטו געדארפט שרייבן "אידישיסט"


דער ויכוח איז רעלעוואנט ביי פיל ווערטער ווי: יעצט/איצט, אינג/יונג, אינגל/יונגל, איד/יוד (ייד), אידיש/יידיש, עס איז למעשה קלאר אז עס איז אריגינעל ריכטיגער צו שריבן מיט א י' ביי די אלע ווערטער אזוי-ווי עס איז מיט א י' (דאס הייסט מיט א J) אריגינעל אין דייטש, און אזוי זאגן מיר דאס אויך ארויס מיט'ן מויל. דער מקור צו דעם חילוף איז ווארשיינליך פון מזרח-אייראפעאישע אידן וואס האבן ארויסגעזאגט די ווערטער מיט אן א', און מיר קענען עס טאקע נאך הערן ביז היינט. שוין נישט איינמאל האט אן אלטער פרייער - נאך "פונדערהיים" - אפגעשטעלט מיך אדער מיין ברודער אין ארץ-ישראל מיט פארוואונדערטע בליקן צו אונזער שפראך זאגנדיג "אידיש?" (מיט א שטארקן א'), "אידיש אין ארץ הקודש"? (אין די בראשית-יארן פון דער מדינה איז געווען אפיציעל-באשטימטע געזעצן קעגן דעם יידיש, ווי צ.ב. עס האט נישט געטארט אפגעשפילט ווערן טעאטער-שפילן אויף יידיש, און אפילו דזשיגאן האט זיך געמוטשעט אין אנפאנג מיט די ראסיסטישע געזעצן ביז ער האט באקומען ערלויבעניש צו רעדן אויף יידיש אויב ער וועט עפעס זאגן אויף העברעאיש אויך. די פאליציי - אליין יידיש-רענדע פון דער היים - פלעגן אריינגיין אין טעאטער און זיך פאסמאקעוועט מיט די אנגענעמע פארשטעלונגען אדער פראגראמען אויף יידיש, און הערשט ווען עס האט זיך געענדיגט האבן זיי אפגעשריבן א באריכט קעגן דעם. אינמיטן האבן זיי דאס נישט געוואלט צושטערן..)

ביי די מזרח-אייראפעאישע אידן הערן מיר אויך זאגן "איצט", "אינגל", א.א.וו. עס וואלט אבער געווען א פראגע צו מ'זאל צוליב דעם שוין קענען טוישן די שריפט און אנהייבן שרייבן "איד" נאר ווייל דער י' איז "פארהארטעוועט" געווארן אין זייער אקצענט. אויב מען זאל צוליב דעם טוישן די שריפט דאן קענען די איזראעלישע אידן אנהייבן צו ערזעצן כמעט יעדן י' מיט אן א' (אישראל, איצחק,) אזוי-ווי עס זאגט זיך ביי זיי (דער ה' מיט'ן י' זענען כמעט גענצליך פארהארטעוועט געווארן אין ארץ-ישראל און זיי הערן זיך ביידע ווי אן א'). נאר וואס דען? פארהאן וואס טענה'ן אז יידיש איז מער בויגזאם און די שריפט גיט זיך געווענליך אונטער דעם קלאנג, פריער אדער שפעטער. דערפאר, אויב מען זאגט שוין "אידיש" זאל טאקע זיין געשריבן אזוי אויך.

דאס איז אבער ריכטיג מיט זיי, וואס טוט זיך מיט אונז? מיר זאגן דאך נישט די ווערטער מיט אן א'? איז אוודאי ווען עס וואלט נישט געווען אין ערגעץ ווי מ'זאל שרייבן אויף יידיש מיט א י', און מען וואלט די אלע ווערטער געשריבן מיט א אן א' וואלט מען נאך געקענט אננעמען אז עס איז נישט ריכטיג צו טוישן די אנגענומענע שריפט. דער אמת איז אבער אז עס איז ווייט נישט אזוי, נאר פארקערט גאר: רוב יידיש-רעדנדע האבן געשריבן מיט א י' - אזויווי עס האט זיך ביי זיי געזאגט - און נאר דארט ווי עס האט זיך געהערט ווי אן א' האט מען דאס אזוי געשריבן. למעשה, פון דעם אז מיר שרייבן אזוי ווייזט זיך אויס אז איך בין נישט הונדערט פראצענט גערעכט, נאר עס איז מעגליך אז אויך געוויסע אנדערע אקצענט-באנוצער וואס זענען מיט יענע אידן געקומען אין בארירונג האבן אזוי געשריבן, אבער טאקע אויף דעם איז מיין טענה.

ווען מיר וואלטן כאטש אלעמאל אזוי געשריבן, נו, וואלט מען דאס געקענט אראפשלינגען, דא איז אבער נישט אזוי דער פאקט, דען מיר שרייבן "יעצט" און נישט "איצט", מיר שרייבן "יונג" און נישט "אינג" (אפשר אין דעם וועט זיין א ויכוח). יעצט פארוואס זאל מען שרייבן "אינגל" אדער "אידן" ? נישט מיר זאגן עס אזוי, און נישט מיר שרייבן אנדערע ווערטער אזוי, און לויט אנדערע יידישע שריפטן פעלט דאס אינגאנצן נישט אויס, איז פארוואס זיך משוגע מאכן?

דאס איז מיין מיינונג אין אלגעמיין ווי מ'זאגט "להלכה אבל לא למעשה". פארוואס נישט למעשה? פשוט, וויבאלד איך וויל נישט זיין אנדערש פון אנדערע יידיש-שרייבער אין אונזער קרייז. עס איז אבער למעשה פארהאן געוויסע ווערטער וואס דער פראבלעם שטערט מיך אזוי שטארק אז עס איז מיר פשוט שווער צו שרייבן מיט אן א' ווייל עס שטארט מיר ארויס ווי עס וואלט געווען א פעלער, און דאס איז מיט'ן ווארט "יידיש" וואס איז מיר פשוט מער צום הארצן צו זעהן אויסגעלייגט אזוי, דען דאס ענדלט אינעם נאמען "יהודית", און עס באמערקט זיך אז מען רעדט פון אידן. איך וואלט גערן געשריבן אזוי אויך דאס ווארט "אידן" (יידן/יודן), אבער דא קוקט עס מיר אויס אין קאנטראסט צו דער אנגענומענער שריפט, און עס איז צו בולט. אינעם ווארט "יידיש" דערקענט זיך עס נישט אזוי. ווען איך וואלט געשריבן ארטיקלען פאר א צייטונג וואלט איך אוודאי נישט געמאכט "די קונצן", נאר אז מ'שרייבט דא אין דער קרעטשמע קען מען זיך ערלויבן, עס הערשט דא א פרייע שריפט-דעמאקראטיע.

לגבי מיין פענאמען "יידישסט", איז פשוט אז דאס האט דוקא געדארפט זיין אזוי אויסגעלייגט, וויבאלד עס איז אנגענומען ביי אלע יידישיסטן צו שרייבן אזוי, איז ווען איך גיב מיר ווען א נאמען "אידישיסט" וואלט עס געווען ממה-נפשך פעלערהאפטיג, אזא ווארט וועסטו נישט טרעפן אין קיין שום ווערטערבוך, ווייל אויב ביסטו א "יידישיסט" דאן האט נישט קיין פשט צו שרייבן "אידישסט".

צום שלוס, נאכאמאל א דאנק אייך אלע פאר די ווארעמע ווערטער. און צו אינטעליגענט: שאץ דיך נישט אונטער, דו קענסט אויך לויפן פאר סיי וואס א קאנדידאטור, נאר זעה זאלסט נישט אנטלויפן, אז דו וועסט לויפן צו שנעל וועט מען דיך נישט קענען דעריאגן.
הער קרעמער - פיין ארויסגעברענגט דעם געדאנק!

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 11:54 pm

אויף דעם קען מען זאגן, ז.... האט פארלוירן צוליב א טעות פון א האלבע ואו.....

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » פרייטאג ינואר 02, 2009 11:58 am

נאַ! צו דעם - הרב זאנוויל - שטים איך נישט צו. קיינער האט נאך דערווייל נישט פארלוירן וויבאלד די וואלן זענען נאכנישט געווען, און מיט הילף פון אויבן ווען די וואלן וועלן פארקומען וועט האפנטליך טאקע געווינען דער קאנדידאט מיט'ן "טעם זקנים". מען טאר נישט פארגעסן וויפיל ארבעט ער לייגט אריין אין אונצאליגע נושאים, אין היכל הנגינה האט ער א ווארט, אין "מדי שבת בשבתו" איז ער דאך גאר דער ווארטזאגער, אין שפראך אויך, און וואו נישט? ער קומט נישט צו לויפן נאר דאן ווען עס איז דא ווי צו שרייבן א הומאריסטיש ארטיקל, נאר ווי מען דארף א ידיעה און באקאנטשאפט קומט ער צוהילף.

איז פרעג איך אייך, לאמיר זאגן אז מיר זאלן אויפנעמען אלס ראש-הקהל א בלויזער הומאריסט, דאן ווי וועט זיין אז עס וועט אריינקומען א ליטוואק אין קרעטשמע? דאן וועט ער זיך נישט טרעפן דאס פלאץ. ווען אבער מען קען אלעס.. נו, שאדט נישט, אז עס קומט א ליטוואק זאגט מען אים "איכה" און ער הייבט אן צו טאנצן. אדער ווי וועט זיין אז עס וועט אריינקומען אן עלטערער מענטש - געווענליך אנגעזויערט מיט אן עקסטערן געשמאק צו קרעכצן - דאן איז הומאר גארנישט אין פלאץ. א ראש-הקהל מוז זיין אזא וואס קען שמייכלען צו אינגע, און רעדן "הויך" מיט די אלטע (איבער דער חוצפה פונעם היינטיגן יוגנט, א.ד.ג.) וואס צו דעם פאסט אוודאי נאר איינער זייערס-גלייכן.

די פראגע נאך אלעם איז נאר אז די טענה איז באזירט אויף וואקלדיגע פיסלעך, וויבאלד עס איז גארנישט מעגליך אז א ליטוואק זאל בכלל אריינפאלן אין דער קרעטשמע. נו, ווער ווייסט פארוואס? איך וועל לאזן אייך געבן די תשובה (מעגליך דא עטליכע תשובות)...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג ינואר 02, 2009 1:38 pm

מילים אין בפי ובלשוני אין שפייעכסט, ממש אין בין 'שטום' פון יעדע סארט שטימע, צוליב דער הויכע שטימע וואס איז מיר דא אנטקעגן געקומען, אמער איך האב געהאפט און געגארט און געלעכצט נאך אטא די דאזיגע אנדארסירונג, ווען מיטאמאל פון גרויס שטילקייט הערט מען די הויכע שטימע פון אינזער ידיד נפש, החריף ובקי טובא, דער הויעך געשעצטער פראפעסאר וואס איז אונז מהנה מיט זיינע לעקציעס מידי יום בימו, און דער חשוב'ער לינגוויסט וואס מיט בלויז לעזן זיינע ווארע ווערן מיר אריינגעפירט און א נייע וועלט, און נישט אומזיסט קען ער זוכה זיין צום טיטול פון דער 'קעניג פון גראמאטיקה' יר"ה.


אבער וואס איך קען יא, און איך וויל, און כ'מוז אפילו ווען כ'וואלט ווען נישט געוואלט, איז דאס אייניגע זאך ארויסזאגן פון מיינע לעפצן די ווערטער וואס זעהן אויס מיט די פליישיגע אייגעליך ווי צוויי מאגערע ווערטער "יישר כח", וואס דאס איז דער אלוועלטליכען מהלך פון זיך באדאנקן, אבער עס איז ליגט אינטער דעם אסאך מער ווי די צוויי ווערטער עס ליגט אין זיי א גאנצע הארץ פיל מיט פרייליכע געפילן, און א גערויש מיט הכרת הטוב וואס קאכט אין זידט אין מיינע אדערן, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ווען עס וועט פארקומען דעם האפענטליכע ערווארטן זיג, וועט א גרויסע חלק קרעדיט דעראויף מיזן אפגעגעבן ווערן פארן יידישיסט, וואס מיט זיין אינדארסמענט, איז מיינע אנקעטעס ארויפגעלויגן ווי א ספאטניק שיס קיין מאדים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 02, 2009 2:19 pm

פונקט יעצט האב איך געוואלט אריבערפירן דעם אשכול אין שפראך אריין, אבער הכל הולך אחר החתום... און אזוי ווי עס לאזט זיך אויס מיט א הילכיגע אינדארסירונג פאר א ראש הקהל קאנדידאט, וועלן מיר דאס טאקע דא לאזן.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » פרייטאג ינואר 02, 2009 2:35 pm

אקעי איטס גאנא בי געים אווער, יעדער טיילט דא אינדארסירונגן אינגרויסן, און איך שטיי אין די זייט ווי א נער, גאר בקרוב קומט מיין אינדארסירונג.


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט