רוט קאנאל ווס. איפלענט

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

רוט קאנאל ווס. איפלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

מיין דענטיסט איז מיר מודיע אז איך דארף א רוט קאנאל אויף צוויי ציין.
מיין קשיא איז, פארוואס זאל איך נישט אנשטאט דעם מאכן איפלענטס, און שוין?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

פרעג דיין דענטיסט!

איך מיין אז א אינפלענט איז זייער טייער, קען זיין אז איך מאך א טעות.
!!THANK YOU BANAA#
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

נישט פשוט האט געשריבן:פרעג דיין דענטיסט!

איך מיין אז א אינפלענט איז זייער טייער, קען זיין אז איך מאך א טעות.

ס'איז בערך די זעלבע פרייז
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

נישט מעגליך, א אימפלענט איז סך טייערער. און פארוואס זאלסטו נישט ענדערש סעיווען דיין עכטע ציין דורך א רוט קאנאל? זיכער מאך דעם רוט קאנאל!
געשריבן דורך: נעכטן
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

שנלר האט געשריבן:מיין דענטיסט איז מיר מודיע אז איך דארף א רוט קאנאל אויף צוויי ציין.
מיין קשיא איז, פארוואס זאל איך נישט אנשטאט דעם מאכן איפלענטס, און שוין?

אינו דומה פאלשע צו עכטע ציין.
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

נעכטן האט געשריבן:נישט מעגליך, א אימפלענט איז סך טייערער. און פארוואס זאלסטו נישט ענדערש סעיווען דיין עכטע ציין דורך א רוט קאנאל? זיכער מאך דעם רוט קאנאל!

אן איפלענט איז $1500

רוט קאנאל לייגסטו צו א שטיקל צום צובראכענעם ציין, משא''כ אימפלענט באקומסטו א נייע גאנצע שטארקע ציין.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

א אימפלענט איז פאקטיש א פאלשע זאך, ס'דארף זיין זייער גוט געמאכט אז ס'זאל ארבעטן און נישט מאכן קיין פראבלעמען, ווי אויך איז דא א מושג אז די אימפלענט זאל ווערן רידזשעקטעד דורכ'ן גוף ווי יעדע פרעמדע זאך, משא"כ אייער ציין אפי' אן די רוטס האט אסאך ווייניגער פין די חסרונות.

דעריבער אויב קענט איר האבן א גוטע רוט קאנאל פאר א גוטע פרייז ביי א גוטן דאקטער איז דאס זיכער די בעסטע אפציע.

אויב וואוינט איר אין ב"פ, פראבירט 'שען דענטעל' אויף 14טע עוועניו, ער איז גוט, פארהעלטנסמעסיג שנעל און גאר ביליג לפי ערך, ס'איז לכאו' אויך ווערט א טריפ פין ארומיגע געגנטער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שוין דא אן אשכול דערוועגן, ס'געבליבן אז לכתחילה איז רוט קאנאל בעסער, אימפלענט איז די נעקסטע סטעפ.

אימפלענט האט טאקע די מעלה אז עס איז שטארקער, אבער איז טייערער, מען בלייבט נישט מיט די עכטע ציין, און עס פארלאנגט מערערע אפוינטמענטס פון גאנץ פיינפולע טריעטמענטס אין רוב פעלער.
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

ר' יום טוב האט געשריבן:שוין דא אן אשכול דערוועגן, ס'געבליבן אז לכתחילה איז רוט קאנאל בעסער, אימפלענט איז די נעקסטע סטעפ.

אפילו מיט די היינטיגע לעזער?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

שנלר האט געשריבן:אפילו מיט די היינטיגע לעזער?

פאר אדווערטייזמענט ווענדט אייך צו די אחראים...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

אַבּערוואַס האט געשריבן:

זייער א זיסע וויץ.
טאמער קענט איר מיר זאגן די דאונסייד, ביטע לאז מיר וויסן, אדערווייז גיי אין אנדערע אשכולות פאר דיין גוטע זשאוקס.

שנלר האט געשריבן:

ר' איד, בארואיגט אייך!

קודם כל, איר זענט ס"ה א פארהעלטנסמעסיג נייע שרייבער (עטוואס דרייסיג תגובות), איז מאכט אייך באקוועם, און פראבירט זיך צוגעוואוינען צו די שפראך און די כללים דא. והשנית, דוכט זיך אז כ'האב אייך געענטפערט א געהעריגע אינפארמאטיווע תגובה פאר'ן שרייבן די לעצטע, איז מן הנימוס איר זאלט פראבירן רעדן פאר'ן שרייען.

יעצט לאמיך מסביר זיין מיין תגובה;

בנוהג שבעולם, ווען עמיצער וויל קריגן א קלארקייט און א געוויסע זאך, פרעגט ער זיין שאלה מיט וויפיל קלארקייט מעגליך, און דערנאך פראבירט ער ארויסצונעמען דאס וואס איז אים נוגע, אמאל מאכט זיך אז דער משיב האט נישט קלאר פארשטאנען, קען מען בעסער מסביר זיין די שאלה און אזוי ארום קריגן א קלארערע תשובה.

משא"כ איר זענט אריינגעקומען מיט א - אויבענאויף - תמימות'דיגע שאלה, אבער וואס מ'האט אייך אלס געענטפערט האט איר נאר פראבירט אפווענדן, און נאכדעם וואס מ'האט אייך אפי' געענטפערט אז ס'איז שוין געווען דא א שמועס וועגן די נושא (וואס ווען איר זוכט באמת אינפארמאציע, וואלט איר לכאו' געדארפט פרעגן וואו/וואס/ווען און דארט נאכקוקן) זענט איר בכלל נישט געווארן בארואיגט, נאר אנגעהויבן מיט א נייע מעשה אויב היינטיגע לעזער איז אויך א פראבלעם. דאס האט עס געמאכט אויסזען אז איר זענט נישטא פאר קיינע תירוצים, ווייל איר האט אלינס דעם תי'.

געווענליך געשעט אזא פאל ביי איינס פין צוויי, אדער א 'טראלל', וואס כ'בין אייך נישט חושד אז איר זענט (פ"וו דען יא? א נייע ניק, נאכדערצו אין אזא סארט נושא), איז די אנדערע אפציע געבליבן אז איר זענט פשוט דא צו פראמאוטן עפעס א פראדוקט אין צוזאמהאנג מיט "לעזער", דעריבער האב איך געזאגט אז "פאר אדווערטייזמענט ווענדט אייך צו די אחראים".

און ח"ו אויב איר האט דאס גענומען פערזענליך, אדער איר האט טאקע נישט געמיינט עפעס מער ווי סתם א תמימות'דיגע שאלה, דאן בעט איך אייך שוין איבער, און כ'האף איר זענט מיר מוחל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אז מען רעדט שוין,

איך דארף יעצט מאכן ערענסטע קאנסטראקשן אויף מיין ציין, רוט קאנאלס, ארויס שלעפן, אימפלענטס, ווער איז גוט און ביליג פאר דעים? בארא פארק, פלעטבוש, וויליאמסבורג, מאנהעטן.

א דאנק!
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

שנלר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:שוין דא אן אשכול דערוועגן, ס'געבליבן אז לכתחילה איז רוט קאנאל בעסער, אימפלענט איז די נעקסטע סטעפ.

אימפלענט האט טאקע די מעלה אז עס איז שטארקער, אבער איז טייערער, מען בלייבט נישט מיט די עכטע ציין, און עס פארלאנגט מערערע אפוינטמענטס פון גאנץ פיינפולע טריעטמענטס אין רוב פעלער.

אפילו מיט די היינטיגע לעזער?

די היינטיגע לעזער מאכט עכטע ציינער? א עכטע ארגינעלע ציין איז מער ווי א פאלטשע אין יעדע פאל

איך האב אפאר וואכן צוריק געמאכט א רוט קאנאל און איך האב אים געפרעגט וועגן אימפלענט, יענער מאכט אימפלענט אויך און מיר גענטפערט מיט א פשטות אז ווילאנג די קענסט ראטעווען דיין עכטע ציין אוודאי איז א רוט קאנאל בעסער
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

זינגער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין,

איך דארף יעצט מאכן ערענסטע קאנסטראקשן אויף מיין ציין, רוט קאנאלס, ארויס שלעפן, אימפלענטס, ווער איז גוט און ביליג פאר דעים? בארא פארק, פלעטבוש, וויליאמסבורג, מאנהעטן.

א דאנק!

אויף יעדע פין די זאכן איז מן הסתם פארהאן פארשידענארטיגע רעקאמענדאציעס סיי בנוגע מומחים און סיי בנוגע פרייזן.

ס'נאר א שאד צו אנצוהייבן א נייע אשכול ווען איר קענט טרעפן גרייטע אינפארמאציע אין די עקזיסטירענדע.

דא האט איר עטליכע:

viewtopic.php?p=284880#p284880

viewtopic.php?p=365060#p365060

viewtopic.php?p=1122914#p1122914

viewtopic.php?p=983246#p983246
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:אפילו מיט די היינטיגע לעזער?

פאר אדווערטייזמענט ווענדט אייך צו די אחראים...

זייער א זיסע וויץ.
טאמער קענט איר מיר זאגן די דאונסייד, ביטע לאז מיר וויסן, אדערווייז גיי אין אנדערע אשכולות פאר דיין גוטע זשאוקס.

ר' איד, בארואיגט אייך!

קודם כל, איר זענט ס"ה א פארהעלטנסמעסיג נייע שרייבער (עטוואס דרייסיג תגובות), איז מאכט אייך באקוועם, און פראבירט זיך צוגעוואוינען צו די שפראך און די כללים דא. והשנית, דוכט זיך אז כ'האב אייך געענטפערט א געהעריגע אינפארמאטיווע תגובה פאר'ן שרייבן די לעצטע, איז מן הנימוס איר זאלט פראבירן רעדן פאר'ן שרייען.

יעצט לאמיך מסביר זיין מיין תגובה;

בנוהג שבעולם, ווען עמיצער וויל קריגן א קלארקייט און א געוויסע זאך, פרעגט ער זיין שאלה מיט וויפיל קלארקייט מעגליך, און דערנאך פראבירט ער ארויסצונעמען דאס וואס איז אים נוגע, אמאל מאכט זיך אז דער משיב האט נישט קלאר פארשטאנען, קען מען בעסער מסביר זיין די שאלה און אזוי ארום קריגן א קלארערע תשובה.

משא"כ איר זענט אריינגעקומען מיט א - אויבענאויף - תמימות'דיגע שאלה, אבער וואס מ'האט אייך אלס געענטפערט האט איר נאר פראבירט אפווענדן, און נאכדעם וואס מ'האט אייך אפי' געענטפערט אז ס'איז שוין געווען דא א שמועס וועגן די נושא (וואס ווען איר זוכט באמת אינפארמאציע, וואלט איר לכאו' געדארפט פרעגן וואו/וואס/ווען און דארט נאכקוקן) זענט איר בכלל נישט געווארן בארואיגט, נאר אנגעהויבן מיט א נייע מעשה אויב היינטיגע לעזער איז אויך א פראבלעם. דאס האט עס געמאכט אויסזען אז איר זענט נישטא פאר קיינע תירוצים, ווייל איר האט אלינס דעם תי'.

געווענליך געשעט אזא פאל ביי איינס פין צוויי, אדער א 'טראלל', וואס כ'בין אייך נישט חושד אז איר זענט (פ"וו דען יא? א נייע ניק, נאכדערצו אין אזא סארט נושא), איז די אנדערע אפציע געבליבן אז איר זענט פשוט דא צו פראמאוטן עפעס א פראדוקט אין צוזאמהאנג מיט "לעזער", דעריבער האב איך געזאגט אז "פאר אדווערטייזמענט ווענדט אייך צו די אחראים".

און ח"ו אויב איר האט דאס גענומען פערזענליך, אדער איר האט טאקע נישט געמיינט עפעס מער ווי סתם א תמימות'דיגע שאלה, דאן בעט איך אייך שוין איבער, און כ'האף איר זענט מיר מוחל.

סארי איי מיסד די תגובה ווי מען ברענגט די לינק.
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

ווייסע זאקן האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:שוין דא אן אשכול דערוועגן, ס'געבליבן אז לכתחילה איז רוט קאנאל בעסער, אימפלענט איז די נעקסטע סטעפ.

אימפלענט האט טאקע די מעלה אז עס איז שטארקער, אבער איז טייערער, מען בלייבט נישט מיט די עכטע ציין, און עס פארלאנגט מערערע אפוינטמענטס פון גאנץ פיינפולע טריעטמענטס אין רוב פעלער.

אפילו מיט די היינטיגע לעזער?

די היינטיגע לעזער מאכט עכטע ציינער? א עכטע ארגינעלע ציין איז מער ווי א פאלטשע אין יעדע פאל

איך האב אפאר וואכן צוריק געמאכט א רוט קאנאל און איך האב אים געפרעגט וועגן אימפלענט, יענער מאכט אימפלענט אויך און מיר גענטפערט מיט א פשטות אז ווילאנג די קענסט ראטעווען דיין עכטע ציין אוודאי איז א רוט קאנאל בעסער

מיין דענטיסט זאגט אויך אזוי, אבער איך טראכט טאמער עס איז היות זיי מאכן געלט פון רוט קאנאלס, משא''כ לעזער וואס איז ספעציעלע קליניקס און דאקטוירם
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

שנלר האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:שוין דא אן אשכול דערוועגן, ס'געבליבן אז לכתחילה איז רוט קאנאל בעסער, אימפלענט איז די נעקסטע סטעפ.

אימפלענט האט טאקע די מעלה אז עס איז שטארקער, אבער איז טייערער, מען בלייבט נישט מיט די עכטע ציין, און עס פארלאנגט מערערע אפוינטמענטס פון גאנץ פיינפולע טריעטמענטס אין רוב פעלער.

אפילו מיט די היינטיגע לעזער?

די היינטיגע לעזער מאכט עכטע ציינער? א עכטע ארגינעלע ציין איז מער ווי א פאלטשע אין יעדע פאל

איך האב אפאר וואכן צוריק געמאכט א רוט קאנאל און איך האב אים געפרעגט וועגן אימפלענט, יענער מאכט אימפלענט אויך און מיר גענטפערט מיט א פשטות אז ווילאנג די קענסט ראטעווען דיין עכטע ציין אוודאי איז א רוט קאנאל בעסער

מיין דענטיסט זאגט אויך אזוי, אבער איך טראכט טאמער עס איז היות זיי מאכן געלט פון רוט קאנאלס, משא''כ לעזער וואס איז ספעציעלע קליניקס און דאקטוירם

קענסט מיר מסביר זיין וויזוי א פאלטשע ציין איז בעסער פון א עכטע ציין ?
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

בעסער ווי א צובראכענע.
איך זאג נאר וואס מען האט מיר געזאגט.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

שנלר האט געשריבן:מיין דענטיסט איז מיר מודיע אז איך דארף א רוט קאנאל אויף צוויי ציין.
מיין קשיא איז, פארוואס זאל איך נישט אנשטאט דעם מאכן איפלענטס, און שוין?

וואס איז זיכער אז ווי לאנג די קענסט מאך זיכער צו בלייבן מיט דיין עכטע ציין ווייל א זאך וואס די אייבשטער האט געגעבן קען מען נישט ריפלעיסען
בד"וו איך בין שוין דורך צוויי רוט קאנאלס אין ביידע האבן געפלאפט אויב איז דיר עפעס מער נוגע צו די ווילסט מער וויסן אדער זיכסטו א גיטע דענטיסט אין מאנסי קאנטעקט מיר אין אישי איך גיי זיין מער ווי פרייליך דיר צו העלפן
הצלחה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

שנלר האט געשריבן:בעסער ווי א צובראכענע.
איך זאג נאר וואס מען האט מיר געזאגט.

עס איז נישט צובראכן , דער דענטיסט פילט עס אן

ווער זאגט דיר ? זאגסט דיך אז די דענטיסט זאגט א רוט קאנאל און דא זאגט יעדער אויך א רוט קאנאל , ווער האט דיר געזאגט אנדערש?

א נייע ציין איז סך הכל אינגאנצען פאלטש ,אין א רוט קאנאל איז האלב פאלטש אבער די שורש איז עכט

איך האב באקומען מיין ערשטע רוט קאנאל אפאר וואכן צוריק און עס שפירט זיך געהעריג

איך זע נישט פארוואס א פאלטשע ציין איז בעסער
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

סתם צו צולייגן איך מיין אז ווער עס מאכט א רוט קאנעל זאל נישט לאזן אז די דענטיסט זאל מאכן א קראון נאר עס צו מאכן אזוי ווי א געהעריגע פילינג ה' יעזור קיינער זאל נישט ליידן אויף די ציינער אבער אויב איינער האלט דארט קען ער מיר שיקן אין אישי
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

איך האב שוין געהאט צוויי רוט קאנאלס, איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט נעמען אן אפיניען ביי נאך א דאקטאר צו דו דארפסט טאקע א רוט קאנאל אדער עס איז נאך מעגליך צו ראטעווען אן דעם , איך האב שפעטער נאכגעהערט אויף מיין דאקטאר אז ער האט אסאך מענטשן געמאכט רוט קאנאלס ווען עס האט נישט אויסגעפעלט
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איז דא א אינשורענס וואס צאלט פאר אימפלענטס? אדער ווער איז גוט דערפאר ?
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”