וואהלן אפהאנדלונג פאר די שפעט געקומענע
וואהלן אפהאנדלונג פאר די שפעט געקומענע
הגם איך בין דא שוין גאר קיין גר נישט, ווארום איך פאררעכן זיך דאהי א תושב, אבער ווען איך האב געזעהן רעדן איבער אפיציעלע וואלן וועלכע קומען פאר האב איך נישט געלייגט דערויף קיין געוויכט, ווייל איך האב נישט גערעכנט אז דאס מיינט עפעס ערנסט גערעדט, אבער נעכטן פארנאכטס האב איך ביי מיר אין פריוואטע הודעות קעסטל ערהאלטן א ידיעה דערוועגן פון איינע פון די קאנדידאטורישע לאגערן, ובהיות איך ווייס נישט וואס דאס מיינט וואלט איך געוואלט אויב איינער קען ביטע אין די לעצטע פאר שעות איידער נעילות השערים איבער געבן א קורצע אומאפהענגיגע אפהאנדלונג איבער וואס דא גייט פאָר.
איך האב געהאט די זעלבע פראגע, און אט איז די תשובה וואס איך האב ערהאלטן פון טאקע דעם קאנדידאט וואס האט די פלוג-בלעטלעך צעווארפן:
אונטער דעם איז געווען געחתמ'ט דער פאטענציעלער ראש-הקהל וואס האט אייך און מיר געשקיט דעם קאמפיין-רוף (אויב ער וועט צושטימען וועלן מיר קענען מזכיר זיין בשמו). תשוח"ח לו פאר'ן ארויסהעלפן און מקיים זיין מצוות "ואהבת את הגר".
די וואלן איז צושטאנג געקומען ווען אין א געוויסע קורצע תקופה איז געווען אביסל פארשלאפן, איז פאר איינער פון די חבורה איינגעפאלן א גיניאלע רעיון, אז מען זאל מאכן פאסטענעס, ווי צום ביישפיל א "ראש הקהל" א.א.וו., פון אלע אנדערע כיבודים איז גארנישט געווארן, אבער דער ראש הקהל אמט איז געבליבן צוליב דעם וואס יעדע זעקס חדשים איז דא וואלן דעראויף.
און וואס א ראש הקהל טוט, וואס הייסט וואס ער איז עכט א ראש הקהל, ער גייט מיט א צילינדער... און ער האט א שיינע סייסטער ווער רעדט נאך פון זיין טייערע טאשן זייגער, וואס דער קייטל דערפון הענגט ארויס פון זיין אפענעם אנצוג...
באמת איז דער ראש הקהל אמט א טיטול אן א מיטעל, וואס צו דעם דארף מען דורכגיין וואלן, וואו דער עולם זאל מחליט זיין, אויב מען וויל אים טאקע געבן דעם טיטול, און ווער עס ווערט ראש הקהל באקומט צוטריט צו א באהאלטענע פורום, ווי די הנהלה איז דן כל מה שצריכים בכל עת מצא, און ווי פארשטענדליך האט דער ראש הקהל די רעכטן אריינצורעדן און זאגן חוות דעתו. ווי לאנג מען פארשווייגט אים נישט, און דארט קען זיך אויסריען פונעם גאנצען טאג ארבייט.
און פארדעם צוועק האט מען געעפענט א שטום בודקע, וואו דארטן ווערן בעיקר אנגעפירט די וואלן, אנקעטעס, און אפשאצונגען, אלעס גייט דארט צו מיט א ספעציעלע הומער, און שמייכל און סוף פון די קאמפיין באקומען אלע וואס זענען שטום בארעכטיגט לויט די קאנסטיטוציע, די רעכט צו שטומען פאר די קאנדידאטור וואס איז אים צום הארצן.
איך האף אז איך האב עס גענוג גוט און קלאר מסביר געווען.
אונטער דעם איז געווען געחתמ'ט דער פאטענציעלער ראש-הקהל וואס האט אייך און מיר געשקיט דעם קאמפיין-רוף (אויב ער וועט צושטימען וועלן מיר קענען מזכיר זיין בשמו). תשוח"ח לו פאר'ן ארויסהעלפן און מקיים זיין מצוות "ואהבת את הגר".
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
דער טיטל ראש הקהל באקומט איינער וואס רוב אינגעשריבעענע האלטן אז ער איז א גוטע שרייבער, גיט גוטע עצות, ברענגט שיינע ידיעות, בקיצור איינעם פון וועם מ'האט הנאה.
עכ"פ, אזוי ווי אסאך צו באקומען דעם טיטל וועלן זיי זיך אנשטרענגען אריינצולייגן צו מאקסימום כוחות צו שרייבן ארטיקלען ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן, וואס דאס איז דער ציל פונעם קרעטשמע, דעריבער די וואהלן איז וויכטיגע זאך,

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
גר ותושב אנוכי עמכם. זייענדיג אן אלטגעזעסענער תושב הקרעטשמע, בין א גר אין דעם ענין פונקט ווי איר. פלעשער, פלעשער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן, דורך אנוכי הקטן זעלבסט, אין די בראשית יארן פון די המצאות ה'ראש הקהל' בהיימישע קרעטשמע.
פארט אבער וועל איך אייך צופירן צו אייניגע לינקים, מעשה ידי פעפער, וועלכע באהאנדלט די ענינים און גיבט אביסל א קלארער בילד איבער דעם מעשוגאס.
איינס. (א באזונדער אשכול פאר קאמענטארן...)
צוויי
ליינט און האט (אפשר) הנאה...