״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
די די צייטונג אין היינטיגן עדיטאריעל פארענטפערט זיך האלב בנוגע די קריטיק אויפן וועג וויאזוי ער האט געדעקט דעם מר. סאמעט.
זיי שרייבן דארט אז אין אן אינטערוויו פון די צייטונג מיט יודא סאמעט האט ער פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א באבובער חסיד (!), נאר ער יודא איז אנגעקומען אין ארץ ישראל, און אריין אין די טריפה'נע IDF ווי ער איז ליידער דערשאסן געווארן אויף רוחניות'דיגע טויט. נאך א קרבן צו די מיליאנען אידן וואס זענען אומגעקומען אויפן רוחניות'דיגן האלאקאוסט פון הערצל ימ''ש'ס באוועגונג און מדינה.
און וויאזוי האט געזאגט הרה''ק מסאטמאר זי''ע כמה פעמים: ''ווען נישט זיי וואלט שוין לאנג משיח דא געווען".
על אלה אני בוכי.
זיי שרייבן דארט אז אין אן אינטערוויו פון די צייטונג מיט יודא סאמעט האט ער פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א באבובער חסיד (!), נאר ער יודא איז אנגעקומען אין ארץ ישראל, און אריין אין די טריפה'נע IDF ווי ער איז ליידער דערשאסן געווארן אויף רוחניות'דיגע טויט. נאך א קרבן צו די מיליאנען אידן וואס זענען אומגעקומען אויפן רוחניות'דיגן האלאקאוסט פון הערצל ימ''ש'ס באוועגונג און מדינה.
און וויאזוי האט געזאגט הרה''ק מסאטמאר זי''ע כמה פעמים: ''ווען נישט זיי וואלט שוין לאנג משיח דא געווען".
על אלה אני בוכי.
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
איז דאס א לינקע אגענדע, אדער א פאלנע לעגענדע?
די צייטונג פר' תולדות, ביי די ביזנעס באריכטן.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:די צייטונג פר' תולדות, ביי די ביזנעס באריכטן.
איך האף אז עס איז נישט עכט די צייטונג נאר א פאלס ארטיקעל,
דא האט איר דעם לינק
http://www.ditzeitung.com/3208a/mobile/index.html#p=39
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8805
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
בן מנחם האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:ער אידאך גערעכט!!
לאז אפ דעי שווארץ קוקער דא וואס פארשטייען זיי גערעכטיגקייט
לאז זיי געמאכט.
יא, לאז זיך אפ, אז אבאמא האט נאר גענוצט די איי אר עס צו אויסטיילן צרות פאר קאנסעאוואטיווע גרופעס, נע דאס איז גארנישט מיט נישט, און דאס אז מען האט שפיאנירט אויפן טראמפ קאמפיין דורך אייגן צוגעשטעלטע דאסיער, לאז זיך אפ דערפון, און דאס אז אן אמעריקאנער אמבאסאדאר איז גע'הרג'ט געווארן און דערנאך האט מען פארדרייט די פאקטן און איינגעזעצט מענטשן אז די 'ווערסיע זאל שטימען', און אז דאס אז קלינטאן איז גרייט אלעס צו טאן פאר אפאר דאלער, דאס איז אלעס שטותים, און דאס אז די מידיא, מיט די מעין פרעסע ווי נ''י טיימס און וואשינגטאן פאוסט זענען איינזייטיגע דעמאקראטישע פראפאגאנדיסטן, לאז דיך אפ דערפון, ס'אלעס נארישקייטן...
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
גראדע בין איך א שטארקע חסיד פין די צייטונג, עס איז היינו דא אסאך אידישע צייטונגען/מאגעזינען אבער ווייניג קימען צו צי די קוואליטעט פין די צייטונג.
יא, אלבערט איז טאקע לינק געשטימט, אבער ער וועט נישט מורא האבען צו קריטיקירען זיין אייגענע פארטיי, אדער צו געבען קרעדיט פאר די אנדערע פארטיי, ווען עס קומט זיך.
יא, אלבערט איז טאקע לינק געשטימט, אבער ער וועט נישט מורא האבען צו קריטיקירען זיין אייגענע פארטיי, אדער צו געבען קרעדיט פאר די אנדערע פארטיי, ווען עס קומט זיך.
מנחם הלוי האט געשריבן:גראדע בין איך א שטארקע חסיד פין די צייטונג, עס איז היינו דא אסאך אידישע צייטונגען/מאגעזינען אבער ווייניג קימען צו צי די קוואליטעט פין די צייטונג.
יא, אלבערט איז טאקע לינק געשטימט, אבער ער וועט נישט מורא האבען צו קריטיקירען זיין אייגענע פארטיי, אדער צו געבען קרעדיט פאר די אנדערע פארטיי, ווען עס קומט זיך.
זעהט אויס אז זיין פארטיי טוט ווייניג עוולות און די רעפובליקאנער ווייניג גוטס ווייל ווילאנג איך לייען אים האט ער נאר קריטיק אויסצושטיין אויף די רעפובליקאנער. בייעס איז א קאמפלימענט פאר אים
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
אין היינטיגן די צייטונג (בשלח) ווילדעוועט ער אויפן פראנט פעידזש מיט שרעקעדיגע רויטע בוכשטאבן איבער דעם שאטדאון.
מיר ברויכן חזר'ן איינמאל און נאכאמאל, דער צייטונג איז דער קעניג פון דזשורנאליזם אויף די אידישע שפראך, (ער טוט זיך אפי' אויף אז ער איז דער ''איינציגסטער'' אידישער צייטונג, אין די גאנצע וועלט, וואס איז נישט אנגעהאנגען אין קיין פארטיי, וואס איז אמת, יעדע אידישע צייטונג אויפן כדור העולם איז אנגעהאנגען אין עפעס א פארטיי, אויסער דער צייטונג) ער איז מאסיוו גוט מיט רייכע דזשורנאליזם, ערליך און אויסגעהאלטן מיט א זעלטענעם איידעלקייט.
אבער, ער פאלט דורך אין דעם עקסטרעמען ליבעראלן באבל וואס פלאגט די מעינסטרים פרעסע און מידיא אין אמעריקא, ער וועט טון אלעס אין דער וועלט אהערצושטעלן די מעשיות אויף די פאזיטיוו פון די ליבעראלן-דעמאקראטן.
און ווען מען פרעגט אים דערוועגן, פארדרייט ער נאך, און ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, כאילו ער דארף נאר באריכטן נייעס, און ער קען נעבעך נישט מאכן קיין נייעס, נאר באריכטן...
ס'קוקט אויס וואו מען האט אנגעפולט א צימער מיט באליס, און די דעמאקראטן זעען פשוט נישט די באליס, וויפיל דו וועסט אים אויפווייזן וועט ער זיין בלינד, ווייל אזוי ארבעט ווען מען האט אן אגענדע.
נאכאמאל, ער איז דער בעסטער צייטונג וואס כ'האב נאר אמאל געפונען, אבער מען מעג אויסדריקן קריטיק קעגן דעם.

אהער און אהין האט געשריבן:ר' יאסל געשטעטנער האט זונטאג באריכטעט אז ס'געווען אין וואשינגטאן א געטומעל צווישן יוגענטליכע קעגן אן נעיטיוו אמעריקען, וואס איז אריינגעקומען קאנפראנטירן די גרופע דורכן פויקן צווישן זיי.
כ'וויל נישט דא איבערגיין דאס גאנצע מעשה, עטס קענטסט דאס הערן אויף קול מבשר 1-1-5 פון זונטאג.
אבער יאסי האט עס אראפ געלייגט אז די רעפובליקאנער זענען קליפ און קלאר ארויסגעקומען ידם על העליונה מיט פארשידענע קליפס וואס האבן אויפגעוויזן דעם אמת.
היינט אין 'די צייטונג' זאגן זיי דארט גאר אן אנדערע געשיכטע, זיי לייגן אראפ אז די וועלט האט יא איינגעזעהן די אמתדיגקייט פון די דעמקראטן.
אלזא, וואס גייט דא פאר? ווער איז גערעכט?
(אגב, ס'דאך געווען א הויפט נייעס אז מאלער האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט צום ערשטן מאל אפלייקענען א באריכט קעגן די רעפובליקאנער.
האב מיר נישט געהאט צופיל צייט דורכצוליינען דעם צייטונג, אבער וואס כ'האב געזעהן איז א פארשטופטע נייעסל ערגעצוואו, מיטן קעפל בערך "דזשוליאני פארדרייט'' וכו, זיי נעמען דאס גאנצע נייעס אז מאלער האט זיך אנגענומען פאר די רעפובליקאנער, קודם רוקט מען דאס אריין אין א פארשטופטן זייטל, און דערנאך דרייט מען אויס דעם דאשיק, מען דרייט אויס דעם טראקטער זאל גראבן אין גאר א צווייטע פעלד...
ס'האט מיר געקאסט אזא לאך....
אזוי צו פארדרייען און פארקריפלען א שטיקל נייעס.....
''דאס ווערט אנגערופן ''באריכטן נייעס''???!
אויב דאס איז באריכטן נייעס, דאן וואס איז ''מאכן נייעס"????!!!!
ס'גוט מ'בלייב מיר גוטע ברודער אזוי אויך...
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
די 'די צייטונג', האט ארויסגעשיקט א בולעטין איבער דעם מאלער באריכט, מיט גאנץ א 'פאסיוון' קעפל, און גייט דערמיט אין די פוסטריט פון דעם ניו יארק טיימס, וואס מוזן אצינד ווארפן זיסע פרוכט אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער פארטיי, און זענען ארויסגעקומען מיט גאנץ 'נארמאלע' און אויפריכטיגע קעפלעך לויט ווי דער אמתער מצב אויפן פראנט איז, - דהיינט טראמפ האט געהאט אן אויסטערלישן גוטן שושן פורים:
- אטעטשמענטס
-
- Capture.PNG (172.38 KiB) געזען 4271 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm