איך וועל קודם ציטירען די ביז היצטיגע אינפארמאציע וועלכע איז ערשינען בין כותלי האשכול של 'מי האיש?' און פון דארט העמיר פרובירען צו גיין ווייטער מיט זיינע תולדות.
יאסל האט געשריבן:הרב מיללער עפעס אינפארמעישאן אויף דעם אמעריקאנעם רבי'ן האסטי?
סאיז דא פון אים דורות?
דיין פרענד פון די קברים (לעצטענס קוקט אויס אז הרב ביקסאד איז שוין אויך א שותף צי די פריינדשאפט) האט עפעס אינפארמאציע פון אים?
בן בוזי האט געשריבן:ער האט ערליכע דורות איינע פון זיי האב איך געקענט ר' אהרן טווערסקי פון לאס אנדזשעלעס (איך מיין ער איז געווען זיינס אן איידעם), ער איז געווען זיינס אן איידעם, ער האט אריין געגעבן א ספר תורה אמאל אין סקווירא לע"נ דעם קאברינער רבי און ער האט דעמאלטס ארויס געגעבן א ספר פון איהם איך דארף דאס אפיר זוכן וועל איך בע"ה ברענגען מער פרטים.
ביקסאד האט געשריבן:די אייניקלעך פון ר' אברהם לאנדא [חתן ר' מרדכי לייב דייטש] געבן זעך אן אלס אפשטאמיגע פון איינע פון די געשוויסטער פון דעם קאברין'ער רבין, זיי האבן אויך געדריקט איטליכע פון זיינע ספרים אין איין באנד מיט דעם נאמען תורת האדמו"ר מקאברין, וואו זיי שרייבן זיין יחוס און זיינע דורות.
יאסל האט געשריבן:זונ'ען האט ער אויך געהאט?
און ווען איז ער אוועק דאכט זיך נאך פארן צווייטען וועלט קריג?
אלף בית האט געשריבן:ער איז אוועק ט"ז סיון תש"ט, ער איז בא"ב אייניקל פונעם רבי מיכלע זלאטשובער, דער נאמען ז"ק איז ר"ת זרע קודש, ער איז געווען איידעם אין קוברין, דא אין אמעריקא האבן אים די קוברינע חסידים אויפגענומען פאר רבי
בייגעלייגט איז א בילד פונעם קוברינער רבי (ליינקס) מיט הרה"צ ר' איציקל מסקווירא-ב"פ (רעכטס).