א פולער חלל.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

א פולער חלל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד

זהב טהור
צו געל און ראסט
פראכטפולער מארמויער
צו שטיינער פארלאזט

קדושה, לויטערקייט
א טמא'נע מאסק
ליבשאפט, אפנקייט
אזא פראסק

דער קודש הקדשים
צו פוקס'ן שטאלן
זוילן, קרשים
אלס צופאלן

גאלדענע עקזיסטענץ
א ווייטע אמאל
מיין ליבע רעזידענץ
באזיצט ישמעאל

לעבן און רום
צו שאנד און שפאט
א געלער דוים
פאר א טויטער גאט

קרבנות תודה
דערווייטערט פון אונז
אנגייענדע עבודה
ארכעלאגישע געפונס

טאג-טעגליכע התגלות
אוממעגליך צוצוקומען
די פופצן שיר המעלות
ווער טוט דארט ברומען

גייסטיגע הנאה
צו זעהלישע פיין
ושם נעלה ונראה
וואו זאל איך גיין?

די הייליגע דירה
פארקראמפט אין וויי
מי הוא בעל הבירה
למה יאמרו איה?

ביתך כבתחילה
ברענג שוין צושטאנד
ונבנתה עיר על תילה
ערגענץ די איין וואנט

רבון עלם
פלאסטער די וועגן
די עולה רגלים
גיי זיי אנטקעגן

רחם על ציון
פאר איר זיך אן-נעם
דאסניי טוה אויפבליען
ירושלים, השם!

Temple.jpg
Temple.jpg (132.89 KiB) געזען 5331 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

הערליך און רייך.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

שיין!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

א גאלדענע טאלאנט
ביי ענדע אין האנט
אם לא אעלה
איז ער מעלה

אין אפיס איך בין
נאטיפיקעשאן באקום
האב אין זין
אתה תקום

צום ארבעט מען גייט
מיט אן אנדער באדייט
די הארץ עס שרייט
כי בא מועד
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

אויך פראבירן
די הענט צופירן
געבן צו שפירן (אז)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

אוממעגליך צו סקיפן
ווערטער וואס ציפן
אן אריינטשיפן (כאטש)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

ענדע אזאנס אראפגעלייגט
משזר געשפינט און געדרייט
טרעף-מיך צו דעם פארשטייט (אפילו)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

מ'בענקט מ'לעכצט
מיט טרערן ביינעצט
וואס וועט זיין יעצט?

באשעפער, אויך די לערענסט
כ'ווייס אויך די טרערען'סט
כ'מייו עס גאר ערענסט
כ'בין נישט קיין ארטיסט

דאך הער מיין געדאנק
זאל דיר נישט טוהן באנג
געב צוריק דעם געשאנק
אפשעכטן דעם יצה''ר דעם שלאנג
טעג וועלן ווערן לאנג
קיינער מער נישט קראנק

כהרף עין
יפוצו המעין
תודה לצדיק ה'עין'

פרעג איך דיר, כ'בין נישט קיין ארטיסט?
לעצט פארראכטן דורך טרעף מיך אום מיטוואך אקטאבער 24, 2018 11:08 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

WOW!!!! Talent
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טרעף מיך האט געשריבן:כ'בין נישט קיין ארטיסט?

'גוט' ביסטו זיכער...

ייש"כ, פאר די שיינע הוספה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

WOW אין מילים.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שכח ענדע, זייער גוט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

טישטוך האט געשריבן:WOW אין מילים.

wow יש מילים אבער די צייט ערלויבט נישט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ענדע!
מורא'דיג!

רעיונות און טאלאנט כמעיין המתגבר!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

ענדע. תודה רבה פאר דיין מייסטער פאום---------ווערטער צי באדאנקן קוים---- שוין געקלעמט אסאך -----אויף די פארווייטאגטע זאך---------ישמעלים אין בית המקדש בלבטעווען------------------------רבוש"ע דיין כבוד טי ראטעווען-------שירות וואס שניידען אין טיפע סטרינעס-----------גיט ארויסגעברעינגט די ווייטאג וואס דערין-איז-------שכינתא בגליתא דעריבער-------רבוש"ע אינאיינעם מיטן ציבור------נאך אזויפיל וואס מיר זענען דורכגעגאנען------------השב שכינתך לציון בנערינו ובזקנינו שפאנען.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איינער בעסער פינעם 2טן ואיך אני בא
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קעניגליך האט געשריבן:ענדע. תודה רבה פאר דיין מייסטער פאום---------ווערטער צי באדאנקן קוים---- שוין געקלעמט אסאך -----אויף די פארווייטאגטע זאך---------ישמעלים אין בית המקדש בלבטעווען------------------------רבוש"ע דיין כבוד טי ראטעווען-------שירות וואס שניידען אין טיפע סטרינעס-----------גיט ארויסגעברעינגט די ווייטאג וואס דערין-איז-------שכינתא בגליתא דעריבער-------רבוש"ע אינאיינעם מיטן ציבור------נאך אזויפיל וואס מיר זענען דורכגעגאנען------------השב שכינתך לציון בנערינו ובזקנינו שפאנען.

הערליכע הוספה! ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”