יעקב שוועקי!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

יעקב שוועקי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז דא א נייע טעיפ פון שוועקי, איינער ווייסט עפעס מער? כ'האב געהערט אז ס'איז דא, בינעך געגאנגען צו לי עוו. פאוטאו, האט מען נישט אריינגעלאזט נעכטן, ס'איז געווען עפעס א סעיל, סאו אויב איינער ווייסט עפעס מער זאל ביטע מעלדן, כ'האף אז היינט וועט מען שוין יא אריינלאזן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

איך האב אזא טעיפ נישט געזעהן עדווערטייזט אין ערגעץ, איך האב נישט די מינדעסטע השגה איבער אזא טעיפ.

אבער דער קעפל פון די אשכול וואלט געמעגט הייסן נאכן טעיפ, נישט נאכן זינגער, ווארום דער זינגער האט עטליכע טעיפ'ס און דא ווערט נישט באהאנדעלט דער זינגער, בלויז זיין איצטיגער טעיפ - אויב ס'איז דא..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז דא א נייע טעיפ פון שוועקי, ווען כ'וועל וויסן די נאמען וועלעך אי"ה טוישן ס'קעפל.

אויב איינער ווייסט א נאמען, ביטע מעלדן.

אויף א באריכט פון די טעיפ העסטע מוזן ווארטן אויף צייטליך..............
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

איך האדעך אבער מורא אז ווילאנג ער וועט לויפן וועל איך קיין באריכט נישט קריגן..
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דאס איז א בילד פונעם דעקל, סאיז אלטע ניגונים זיינע, נאר עס איז לייוו, געוואלדיג.
אטעטשמענטס
Yaakov-Shwekey_Caesaria.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

איך האב אמאל געהערט פון א איד אז יעקב שוועקי איז א בן תורה, ער זיצט א גאנצן טאג און ער לערנט אין לעיקוואד, און ביינאכט גיבט ער זיך אפ מיט די טעיפס, א שיינע זאך פון אים...
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

איך וויל נישט חלילה קיינעם וויי טוהן, אבער יאך בין א קנאפער חסיד פון שוועקין און פון זיין פראדוסערס, במילא פון מיין זייט זאל ער האבן א נאכט שיעור אויך.............
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער פרעזענטירער יוחנן בריסקמאן טויג אויך נישט ?
ועמך כולם צדיקים
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

פלאפי דאס איז פאר דיר ;l;p-
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פלאפי, עס קומט דיר אזאנס ;l;p- אבער איך וויל נישט אז דו זאלסט עס אויסטייטשן אז איך שטיץ דיין לצנות קעגן א יחיד דעריבער האלט איך עס ביי מיר...
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

ביקסאד, איך וויל מיך נישט אריינלאזען אין קיין וויכוחים, אין איך וויל אוודאי נישט באליידיגען יחידים, אבער איך זאג בלויז מיין מיינונג, און אז איינער וויל קען ער מסכים זיין מיט מיר.

איז אזוי, אן זיך אריינלאזן אין צופיהל דעטאלן וויל איך דיר נאר זאגען אז דער נאמען וואס דו האסט דערמאנט, צו ער אליין טויג אויך נישט, האב איך פאר דיר נייעס ביקסאד, די דאזיגע וואס האלטן ווי מיר, האלטן, אז א גרויס חלק פון שוועקיס פראבלעם איז אז ער איז זיין פראדוצירער...........ודי
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

חחחח פלאפי, און ביים שיעור וואלט איך צוגעשטעלט נאך עטליכע זינגערס, זאלן זיי לערנען ברב עם...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ראביי פלאפי, איי דיסעגרי וויט יו, איך גלייך אפשר נישט אלע זיינע טעיפ'ס/ניגונים, אבער ער איז א זעלטענע זינגער, אין מיינע אויגן, אזא טעיפ ווי שוועקי "בהתעוררות" איז א זעלטנהייט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

וויכטיג מאכער, איך מאך נישט אוועק אים אדער איינער וואס האלט פון אים. ער איז זייער א גיטע זינגער ער גייט נאר אביסל אויף די נערווען ווען ער שרייט ביי א יעדע ניגון.

און ער איז נישט דער איינציגסטער, סאיז דא אסאך זינגערס וואס מיינען אז די קונץ איז ווער סקען העכער ארויפציען (ליין: שרייען) למעשה ווערט מען זייער שנעל "באורד" פון אזעלעכע זינגערס.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פלאפי יוד האט געשריבן:איז אזוי, אן זיך אריינלאזן אין צופיהל דעטאלן וויל איך דיר נאר זאגען אז דער נאמען וואס דו האסט דערמאנט, צו ער אליין טויג אויך נישט, האב איך פאר דיר נייעס ביקסאד, די דאזיגע וואס האלטן ווי מיר, האלטן, אז א גרויס חלק פון שוועקיס פראבלעם איז אז ער איז זיין פראדוצירער...........ודי

אויב אזוי איז א שאד, יאך געדענק אים נאך גוט פון זיינע בחור'ישע יארן, ער האט דאן פלייסיג געלערנט,

חוץ פון דעם וויפיל יאך ווייס איז ער דבוק אין זיין רבי'ן, רמז : ער הייסט נאך דעם פריערדיגע רבי פון יענע עדה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ביטע אויפהערן מיט דעם שמועס, יישר כח.
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

חברה ס'איז הערליך!!

עס איז א מראה נורא! צו זעהן 50 מוזיקאנטן, שוועקי ווי א מלך אינדערמיט, ווי די מבינים דריקן זיך אויס "It was a once in a lifetime production",
יוסי גרין זינגט אויך דארט מיט אים זיין באוויסטער "ענוים".
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”