ערפארונגס טיפ'ס און עצות אויף הצלחה אין ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

ערפארונגס טיפ'ס און עצות אויף הצלחה אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

וויאזוי ההיבט מען אן? איך ווייס נישט וויאזוי אנצופאנגען..

אקעי ווייסטו וואס לאמיר טרייען אזוי...

איך שטיי אזוי און ווינדער מיך, איך ווייס נישט פארוואס די גאנצע ביזנעס פורום איז אזוי פארשלאפן, אורי ישנים משינתכם, וועקטס ענק אויף פון שלאף, גענוג געשלאפן, וויאזוי פלעגט נאר יענער זאגען (ווער איז יענער?...) 'שלאפן וועט מען שוין אין קבר', מ'קען אפשר מליץ טוב זיין אז סאיז דאך ווינטער ס'איז קאלט אינדרויסן, א כמארע שוועבט אומעטום קען זיין דאס איז שילדיג פארוואס דער עולם איז אזוי שלעפעריג.

אבער תכלית גערעדט, יעדער וויל זעהן עפעס חדשות, איז במקום שאין איש וכו', העל איך פארבירן צו געבן א שטיקל BOOST פאר ציבור און אפענען א פרישן אשכול, אולי ירחם און דער עולם וועט זיך אביסל אויפוואכן. אז ס'וועט נישט העלפן וועל איך בלית ברירה מוזן ניצן די מיטלן וואס איך פלעג ניצן אלטס וועקער אין ישיבה, שפריצן וואסער וכדומה, איך קען די מלאכה....

פינטל. פינטל. פינטל.

עס ווערט געברענגט בשם אחד הצדיקים, טייטשט ער אריין אויפ'ן פסוק ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין והוא כהן לא-ל עליון (לך לך יח), אברהם אבינו ע"ה איז געווען די עמוד החסד, און שם בן נח איז געווען בחינת עבודה, איז וואס טוט זיך ווען עס קומען זיך צוזאם צוויי צדיקים יעדער מיט זיין אייגענארטיגן דרך אין עבודת ה', נעמען ביידע ארויס איינער פונ'ם צווייטן דעם חבר'ס מדה וויאזוי צו טון דעם רצון הבורא.

דאס איז פשט אין פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם', דער שם בן נח 'הוציא לחם ויין' האט ארויסגעלערנט פון אברהם אבינו די בחינה פון דינען דעם באשעפער דורכ'ן געבן צו עסן און טרינקן פאר יודען, 'והוא' און אברהם האט ארויסגענימען פון שם 'כהן לקל אליון' צו דינען דעם באשעפער בדרך עבודה.

זייער א שיין ווארט, אבער כלפי מה דברים אמורים?, העמיר עס אויסשמועסן, אז איר וועט אפשטעלן סיי וועלכע סוקסעספול ביזנעסמאן און א פרעג טאן, זאג נאר יאנקל איך זעה ווי דו ביסט ב"ה שיין מצליח, א געלונגענע ביזנעס, אפאר איינגעשטעלטע, זעהט אויס ווי אלעס גייט לויט'ן פלאן, די אייבישטער העלפט מען קען אפי' טיילן פאר אנדערע אויך, אבער זאג מיר ידידי אהובי וויאזוי האסטו עררייכט ביז אהער, איך האב ח"ו קיין קנאה כ'ווייס אויך אז וואס ס'איז באשערט פון אויבן העל איך קריגן, קיינער קען מיר גארנישט צונעמען, אבער געב מיר ביטע ארויס די סודות פון חדר וויזוי די האסט ארויפגעקלעטערט און דערגרייכט די שפיץ לייטער.

וואס ענפערט יאנקל, ער הייבט זיך אן ארויסדרייען מיט אלע מיני שקרים וכזבים, כדי דער פגע רע און נודניק זאל אראפקריכן פון אים און אפלאזן, און גערעכט איז ער, פארוואס זאל ער רעדן פון זיינע סודות און הצלחות, טא מארגן קען דער חבר זיינער זיך נאך עפענען דאס זעלביגע און אוועקשפאצירן מיט זיינע קליענטן, איז די עצה טאקע אנצופילן א מויל מיט וואסער און קיינמאל נישט רעדן ווען און וואס מען ברויך נישט, ווי זאגט טאקע די גמרא אין מס' תענית, 'אין הברכה מצוי אלא בדבר הסמוי מן העין', און אזוי קען מען טאקע זעהן ביי די ערענסט אנגעלאדענטע בעלי בתים וועלן קיינמאל נישט רעדן איבער זייערע פארדינסטן.

דאס איז געזאגט געווארן ווען איינער קריכט אריין אין צווייטנ'ס קישקעס, מישט ארום אין יענעמס פריוואטע אנגעלעגענהייטן עפעס ארויסצודערווישן פון דארט, אבער און אונזער אשכול וויל איך רעדן נאר איבער דאס וואס מען מעג און מדארף יא רעדן און מיטיילן מיט אנדערע, דאס הייסט נוצבארע אינפארמאציע וואס יעדער קען נאשן פונ'ם חבר. יעדער בעל הצלחה האט זיך דאך אויסגעשניטן זיין וועג צו סוקסעס, קיינער איז נישט אייניג מיט'ן צווייטן, און ווען עס קומען זיך צוזאם ביזנעסלייט אויף איין פלאץ, פארוואזשע זאל דאס נישט זיין בבחינת אברהם ושם (אונז זעמיר דאך אלע צדיקים...) יעדער זאל ארויסנעמען טיפ'ס עצות און געדאנקן וואס איינער קען העלפן דעם צווייטנס הצלחה, זאל עס זיין וויאזוי בייצוקומען די רעסעסיע, אדער סתם עצות וויאזוי ריכטיג צו פירן ביזנעס ס'זאל זיך האלטן אויף די שינעס, האנדלען מיט מענטשן, כאפן ביזנעס פעלערן בעוד מועד, ועוד ועוד. אבער פון די אנדערע זייט זאל דאס נישט שעדיגן ח"ו דעם ערשטנ'ס הצלחה.

און בעיקר וואס פעלט אויס אזא אשכול איז איבער אייגענע ערפארונגען, אז היימישע זאלן קענען דערציילן עפיזאדן און חכּמות'ער וויאזוי מען האט זיך אליינס געשטעלט אויף די פיס און אויפגעבויט א גוט גייענדע ביזנעס. אזא זאך קען מען נישט טרעפן און ערגעץ.

און פאר דיע וואס פארשטייען נישט פונקטליך צו וואס איך ציל, וועל איך אליין אנפאנגן מיט א דוגמא וואס דאס האט מיר געבויט מיין הצלחה. איך בין שוין ב"ה (יא איך זאג ב"ה, ווייל נאר פון מיינע דורכפעלער האב איך מיך געלערענט אויף להבא, אז נישט וואלט'ך מיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט) דורכגעפאלן מיט אסאך געשעפטן איידער מיין מזל האט זיך גענומען שיינען, און ערשט נאכ'ן גוט אנעלעזירן מיינע דורכפעלער, בין איך אויפגעקומען אויף 3 שטארקע יסודות וואס אנדעם קען מען בפשטות נישט זעהן קיין הצלחה בפרנסה. כ'האב עס שוין געזאגט פאר אסאך אנדערע וואס האבן אנגעהויבן גיין די ערשטע טריטן בעולם המסחר, און די אלע וואס האבן אראפגעשטעלט די 3 כללים האבן מצליח געווען, און זענען מיר שטארק דאנקבאר.
דא האט איר די כללים
1) ווילן – רצון
2) קענעקשען
3) טראסט

אז מען קלערט אריין אביסל טיפער דערין זעהט מען אז כמעט אלעס אין מסחר איז נכלל און די 3 יסודות, איז לאמיר זעהן
1) 'ווילן' דאס הייסט אויסצופירן זאכן אויף למעשה, נישט האלטן א גלענצענדען צוקונפט במחשבה, 'ווילן' אפי' מען איז דורכגעפאלן מיו איין געשעפט – פריעקט, נישט אויפגעבן נאר גיין ווייטער, 'ווילן' האבן די רצון און גלייבן אז די קענסט אויך ווערן פונקט אזוי סוקסועספול ווי דיין חבר, און אזוי אויך שטענדיג געדענקן און חזר'ן די באקאנטע וועלטס שפריכווארט "רצון ברעכט אייזן".

2) 'קאנעקשען' איז שייך אויף אסאך אופנים, קודם די פשט'ע קענעקשען, מיטהאלטן מיט היינטיגע טעכנעלאגיע, נישט בלייבן צוריקגעשטאנען נאר זעהן צו האבן קענעקשען מיט די וועלט ארום. דערנאך איז פארהאן אן אנדערע סארט קענעקשען וואס איז נאך וויכטיגער ווי די ערשטע, דאס איז קענעקשען מיט מענטשן, חברים, ביזנעסלייט, (און מיט די אידישע וועלט פארשטייט זיך אוודאי אויך..) זאל עס זיין פאר אן עצה, טובה, לאון (LOAN), ערבות וכדו', דאס איז אלטס גוט צו האבן. אני הקטן פיר זיך שאענדיג צו האבן א פערקער מיט וועם איך קען נאר, און הערט אויס אן השגחה פרטית וואס בדידי הווה עובדא, פארענדיג אמאל אויפן פליגער איז מיר אויסגעקומען צו זיצן לעבן אן אינגערמאן, און מיר האבן איינגעקלאפט פארבענגענדיג און שמועסנדיג איבער אלץ און אלעם און פארשטייט זיך אויך איבער מיין פעיווערט"י 'ביזנעס', אנקומענדיג צום דעסטינאציע האלטענדיג פאר'ן זיך געזעגענען האב איך אים געבעטן אויב ער האט אפשר ביי זיך זיין ביזנעס קארטל, למעשה האב איך דאן אפי' און מיין זיבעטן חלום נישט נישט געקלערט צו האבן אמאל עפעס א שייכות מיט זיינע טוענגען בכלל, אבער א האלב יאר שפעטער האט זיך עס אויסגעצאלט ווען איך האב אפירגעקראצט פון מיינע ארכיוון זיין ביזנעס קארטל, מיר האבן געמאכט קאנטעקט און 'געס וואט'? היינט איז ער איינער פון מיינע ביזנעס שותפים!. כ'זאג נישט אז מ'דארף יעדעם בעטן א ביזנעס קארטל, שיין וועט מען אויסזעהן, אבער נאשן אינפארמאציע פון וועם מען קען נאר קען זיין א גוטע אינוועסטמענט 'יו קאד נעווער נא'.

3) 'טראסט' דארף מען אפי' נישט מסביר זיין, אן דעם קענסטו זיין די בעסטע ביזנעסמאן, אויסגעשטאט מיט אלע כלי מכשירים און ס'וועט העלפן א מכה, מען רעדט נישט דא פון אפנארן מענטשן, אזא איינער אין די 'לאנג ראן' האט ממילא נישט קיין הצלחה, נאר פון געווינען ציטרוי פונ'ם קאסטומער, ער זאל וועלן צוריקומען צו דיר און נאך שלעפן אנדערע אויך, נישט נאר איינמאל געקויפט און דאס איז עס פטור אן עסק, 'טראסט' מיינט האלטן ווארט, האסט עפעס צוגעזאגט טו עס, האסט א דעליווערי צו מאכן אבער קענסט עס נישט אריינשטופען אויף היינט, קאלט מען יענעם צוריק און מ'זאגט אים אנטשולדיגט אבער איך קען עס נישט מאכן אויף היינט, אי"ה מארגן נאכמיטאג וועט עס דארט זיין, אבער נישט לאזן יענעם לויפן און קלערן ביי זיך אז שפעטער וועט מען שוין טרעפן עפעס א תירוץ.

כ'וועל נישט אנהייבן מיט קיין דגמאות וויל מען וועט נישט פערטיגן אזוי שנעל, אבער דאס דארף מען שטענדיג געדענקען אז א ביזנעס אן טראסט קען נישט לאנג אנהאלטן, אראפווארפן די סחורה ביים טיר און נישט קוקן אויב ס'האט זיך נישט צובראכן, אדער דראפן שוואכע קוואליטעט סחורה און נאך איידער דער קונה כאפט זיך וואס ווען און ווי יאגט מען אפ, קען טאקע זיין אז יעצט האט מען געמאכט א שיינעם אפותקי, אבער דאס איז אויך די לעצטע מאל, נישט נאר יענער וועט מער נישט קויפן ביי דיר נאר וועט נאך זיכער מאכן אז זיין ברודער, חבר, שוואגער, זאל אויך הערן פון די 'ספעשל סערוויס'.

און צום שלוס דער עיקר זיך האלטן צום נושא פון שרייבן אייגענע ערפארונגען פון הצלחה, און נישט פארקריכן הצלחה רבה!
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

WOW

מיר האבן דא א העכטל, דער עולם זאל אים אויסנוצן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ביזנעס קאפ, איך קען נישט לייקענען קיין איין ווארט, אלע דיינע דריי פוינט'ס איז מורא'דיג וויכטיג, כאטש ווען איינער פרעגטעס ווען מיר, וואלטעך לכאורה נישט געהאט דאס קאפ אויפן פלאץ דאס אזוי שיין צו ענטפערן, אבער איך עגרי פולשטענדיג מיט אייך.

איך האלט שוין אויך נאך עטליכע דורכפאלן, און כ'האב נישט קיין חרטה אויף קיין איין זאך, ב"ה. און איך האלט אינמיטן א פרישע, שוין היבש אויפן וועג, און לאמער האפן אז דאס וועט זיך יא אויסארבעטן.

כ'האב עכט הנאה געהאט די וועג וויזוי איר האט אויסגעשניטן די פוינט'ס.

יישר כח. גייט אן.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ביזנעס קאפ איז שוואך געזאגט אויף אזא סוחר וואס אונז האמיר דא, זייער שיין ארויס געברענגט אלע פונקטן, אבער ווי עס שיינט וועט זאנוויל עניוועיס זיין פון דיע וואס וועלן בלייבן און ליידן פון דורכפעלער.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

WOW, WOW, WOW.

כ'האב נישט דעם לשון זיך צו באדאנקען פאר דעם ארטיקל, אבער דאס ארטיקל איז ווערט אלע געלטער. כ'מיין וואלסט געדארפט שרייבן דעם אדרעס צו שיקן אפאר טאלער.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

צוביילטער עפעס פאנגסטו אן צו רעדן צו דער זאך, געלט דאס יא, דאס בין איך אלעמאל גרייט צו נעמען!
אבער איך מיין אז זאלסט עס ענדערש שיקן צו זאנוויל ער קען עס גוט ניצן (און ווער נישט...)

אבער זיינוויל רעד נישט אזוי מיאוש'דיג יש תקוה ס'אלטס דא א וועג ארויס, דערמאנסט מיר פון יענעם נא נאח, וואס האט זיך אראפגעווארפן פונ'ם וויליאמסבורג ברידש און האט האט איבערגעלאזט א זעלבסמארד נאטיץ "אין ייאוש בעולם כלל, ס'איז אלטס דא א וועג ארויס!".

אבער לאמיר הערן אפשר איז שייך עפעס צו העלפן?

איז די רעדע אז די פרנסה גייט מען שטיפט אריבער בדוחק?, אדער שטייסטו גאנץ פיין נאר ווילסט גיין העכער?

לאמיר קלערן צוזאמען, אפשר קען מען אויפקומען מיט עפעס? , לאמיר הערן!
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

ביזנעס קאפ (נאר דער קאפ? ס'קוקט אויס ווי די ביסט איין שטיק ביזנעס), כ'האב גראדע אסאך צו קאמענטירן אויף דיין ארטיקל, אבער ס'נישט אזוי וויכטיג אויף איצט.

אבער וואס כ'האב יא געוואלט פרעגן פון הער ביזנעס קאפ אין די איצטיגע שווערע צייטן: וויפיל דארף מען ספענדן אויף מארקעטינג?. ס'דא וואס זאגן אז מען דארף האלטן דעם דאלאר ביי זיך און ווארטן עד יעבור זעם. אבער אויף די אנדערע זייט איז דא וואס זאגן , און אזוי אויך דער מיינונג פון רוב ארטיקלעך וואס איך האב געליינט, אז מען דארף שפענדן אסאך מער אויף מארקעטינג.

אזויווי איך זעה אז די האסט אסאך ערפארונג אין ביזנעס, אפשר ביסטו משפיע עפעס פון ס'קעפל אין דעם הינזיכט.

נ.ב. איך קען מיר נאך אלס נישט צוזיך קומען פון דיין ארטיקל, איך זיך נאך אפאר מינוט עס איבערצוליינען נאך א 2 מאל.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

הרב צוביילטער כ'אפסט אן א וויכטיגן אויב נישט פון די וויכטיגסטע חלקים פון כמעט יעדן ביזנעס, דאס ענין פון 'מארקעטינג', אזוי ווי דו זאגסט טאקע אין די איצטיגע שווערע צייטן זענען פארהאן מיינונגס פרישידענהייטן ביי די עקספערטן וועגן ספענדן אויף מארקעטינג, אבער באמת איז נישט די שאלה צו מען דארף ספענדן אויף מארקעטינג, ווייל א ביזנעס ברויך שטענדיג מארקעטן, די שאלה איז נאר איצט אין די שווערע צייטן 'וויפיל' מען דארף שפענדן דערויף, אבער אויפהערן? מאן דכר שמי',

איך וואלט געזאגט אז ס'ווענד זיך פון וועלכער סארט ביזנעס מען רעדט, למשל אזא איינער וואס האט ערענסטע קאמפעטישן, און זיין האנדל באשטייט פון אזא זאך וואס דער עולם קען אריבערשטופן און ווארטן אויף בעסערע צייטן, איז אויב סלאוט ער איצט אראפ פון מארקעטן קען ער אלעס אנווערן, וויבאלד סגייט אים סייווי נישט אזוי גוט יעצט און די שווערע עקאנאמישע צייטן, אויב שלאגט מען זיך אויף יעדן קאסטומער, און די הערסט אויף עדווערטייזן וועלן די אויסגעקארגטע קונים אריבערגיין צו דיין קאמפעטישן, איי דו האסט נישט די געלט אריינצולייגן פאר עדווערטייזמענט וכדו', זאל דאס וואס קומט אריין גיין נאר אויסצוצאלן די עדווערטייזמענט, איינגעשטעלטע, און די וויכטיגסטע וואס מ'מוז, דו מוזט מיט אלע כוחות אנהאלטן דיין וואפן קעגן קאמפיטישן, העכסטנס וועסטו קוים עפעס אהיימברענגן סוף וואך, בעסער ווי גארנישט.

אבער אויב רעדט מען פון למשל א גראסערי מאן, אוודאי שלאגט ער זיך אויך ארום אריינצוכאפן וואס מער קאסטומערס, דאך קען ער אביסל 'אראפסלאוען' פון מארקעטן, וויבאלד עסן איז א זאך וואס גייט ממילא, ס'איז א מאסט, איז זיינע שטענדיגע קליענטן וועלן עניוועי בלייבן ביי אים (ווילאנג דער קאמפיטישן גיבט נישט קיין אויסערגעווענליכע ביליגע פרייזן), איז אפי' ער שפירט אויך אביסל די רעסעסיע, ווייל מענטשן קויפן דאך ווייניגער, דאך קען ער אביסל 'קאטען' פון מארקעטן און ווארטן ווילאנג די מצב וועט זיך אביסל פארבעסרען.

באמת איז שווער צוזאגן כללים, אבער דאס דארף מען געדענקן אז מארקעטינג איז די שליסל צו הצלחה, אויף דעם קען מען נישט קארגן.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

ביזנעסקאפ, כ'קען מיר נישט צוזיך קומען ווי גוט די האסט ארויס ביזנעס. פון ווי נאשט מען די אלע ידיעות? א מענטש אליין קען נישט ארויסהאבן ביזנעס אזוי גוט, איז דיין גאנצע וויסענשאפט נאר פון דיין כלל נומער 2, אדער די האסט עפעס גוטע ביכער אויך.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ביזנעסקאפ האט געשריבן:אבער לאמיר הערן אפשר איז שייך עפעס צו העלפן?

איז די רעדע אז די פרנסה גייט מען שטיפט אריבער בדוחק?, אדער שטייסטו גאנץ פיין נאר ווילסט גיין העכער?

לאמיר קלערן צוזאמען, אפשר קען מען אויפקומען מיט עפעס? , לאמיר הערן!


ווילסט טאקע איך זאל מיך דא גענצליך אויספּראַקען ברבים?
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

צוביילטער, וויאזוי פלעגט נאר דער רבי זאגן אין חדר 'אז מ'לערנט נישט ק'מען נישט', נאר ביי מיר איז געווען די מעשה אז כ'האב מיך געלערנט אויף די אייגענע בארד, געהאט איין דורכפאל נאכ'ן צווייטן און נישט אויפגעגבן, אט אזוי איז די וועג אנצוקומען.

אבער מאך מיר נישט אזוי פאר די גרעסטע חכם (או ענו בין איך אויכעט...) ס'דא גרעסערע און אזעליכע וואס פארשטייען בעסער פון מיר, וואס איך האלט אבער אז איך בין אנדערש פון אסאך אנדערע, איז אז איך מאך קיינעם נישט נאך, יא כ'הער וואס אנדערע זאגן אבער ס'מוז נישט זיין קיין הלכה למשה מסיני, ביי איינעם קען די געדאנק העלפן פאר הצלחה וואודעראום ביי א צווייטן קען עס שאטן, מען ברויך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן ווייל דערנאך בריט מען אפ די צינג, אונז זעמיר נישט קיין מאלפעס וואס טאנצן אלעס נאך, ווייל דיין חבר זאגט אז ס'קען זיין א 'גאלד מיין' מוז עס נישט זיין אמת 100%, יעדע נייע זאך נייע איידיע טשעק איך גוט אויס כ'מאך אייגענע ריסערטש, נאר ווען כ'ווער געוואר און קום צו די החלטה אז יש דברים בגו קוק איך אריין דערין.

געדענק די כלל גלייב נישט קיינעם און אין גארנישט ווילאנג דו צייגסט דיך דאס אליינס איבער....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

זאנוויל ח"ו מיין דרך איז קיינמאל געווען אויפצוהייבן א האנט אויף א איד, און זיכער נישט איבערלייגן און אויספראקן, נאכדערצו ברבים...

איך וויל נאר פארבירן צו העלפן, אבער מען ברויך זיך לאזן העלפן. דארפסט נישט זאגן די ספעציפישע נושא און וואס די ברויכסט הילף, כאפ אן עפעס ענדליך קיינער וועט נישט וויסן פון וואס מען רעדט, און די וועסט שוין מדמה זיין ביי דיר מילתא למילתא...

איז עס א פלאן?
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייער אן אינפארמאטיווער ארטיקל, ווי אויך דיינע נאכפאלגעדע תגובות, יישר כח ביזנעס קאפ.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

א יישר כח פארן ראש מסחר צוקער זיס קיפ אן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

יישר כח ביזנעס קאפ.
מיר האבן באמת הנאה פון דיינע ווערק, כה לחי!
א איד פון דערהיים, מלא חן...
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

ביזנעס קאפ, יעדע מאל וואס איך באגעגן א קעצל קוק'ך שנעל צו כ'האב דיר נישט געטראפן, איך ווער אינגאנצן באנומען ווען כ'באמערק אז ער האט נישט דעם היטל. אבער ווען קומט שוין נאך אפאר דריק'עלעך אויף דיין קיבורד?
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

צו מצליח זיין אין ביזנעס איז זייער וויכטיג די פאלגענדע:
1) צו זיין געהעריג אדווערטייזט
2) געבן צוגעלאזענע העפליכע קאסטומער סערוויס
3) נישט זיין צו טייער אבער אויך נישט צו ביליג
4) זעהן אז אלס זאל זיין איינער אויפצוהייבן דעם טעלעפאן

קען זיין אז איך האב אויסגעלאזט אפאר זאכן אבער מער ווייניגער איז דאס די בעסיקס.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

2 און 4 איז נישט די זעלבע?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ניין, מאנכע מענטשן ווען זיי הייבן אויף הייבט זיך אסאך מאל מיט זייער קול...
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

קענסט מיך? האט געשריבן:צו מצליח זיין אין ביזנעס איז זייער וויכטיג די פאלגענדע:
1) צו זיין געהעריג אדווערטייזט
2) געבן צוגעלאזענע העפליכע קאסטומער סערוויס
3) נישט זיין צו טייער אבער אויך נישט צו ביליג
4) זעהן אז אלס זאל זיין איינער אויפצוהייבן דעם טעלעפאן

קען זיין אז איך האב אויסגעלאזט אפאר זאכן אבער מער ווייניגער איז דאס די בעסיקס.


כ'בין אביסל מחולק מיט דיר.

די וויכטיגסטע זאך אין ביזנעס איז דיין נומער 2 - די זעלבע ווי ביזנעס קאפ'ס נומער 3, אבער דיין אנדערע דריי כללים ווענדט זיך שוין אביסל אינעם ביזנעס אין וואס מ'איז עוסק.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

קענסט מיך פיין געשריבן, און צוביילטער אויך גוט געזאגט, אבער לאמיר זיך איצט באציען אויף קענסט מיך'ס נומער 2 און 4,

באמת ברויכן די צוויי גיין צוזאמען, איינם אנעם צווייטן אדער נאר פארמאגן איינס פון די צוויי מאכט נישט דעם רושם ווי אן ערענסטן ביזנעס, אמאל קען זיין א קליין ביזנעסל ערגעץ ווי אין א פארשטיפט לעכל, און אריינבליקענדיק און זיין וועבזייטל וועסטו מיינען אז די האנדלסט דא מיט ביל געיטס בכבודו ובעצמו אליינס, כ'האב מיר דאס איבערגעצייגט ווען כ'האב אמאל געטראפן א זייטל וואס האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט ס'האט אויסגעזען ווי מרעדט דא פון א מיליאנערסקע ביזנעס וואס מ'קען מאכן געשעפטן מיט זיי, כ'האב אהינגעריפן און ס'האט אויפגעהויבן א PBX סיסטעם פיל מיט עקסטענטשנס, כ'האב מיך באלד פארבינדן מיטן עקסטענטשן וואס כ'האב געזיכט, יענער האט גלייך אויפגעהויבן, מיר האבן גערעדט היפש לאנג, אים גוט אויסגעפרעגט יענער איז מיר פיין געפאלן כ'האב שוין כמעט געהאלטן ביים באשטעלן אן ערענסטן ארדער פון אים, אבער ווער עס קען מיין כלל - נישט צו גלייבן און קיינעם פאר מ'טשעקט עס אליינס אויס און מ'זעט עס מיט די אויגן, האב איך געוואלט זעהן צו די ווארהייט איז טאקע אזוי ווי ער לייגט עס אראפ, כ'האב מחליט געווען אראפצופארן אהין, אנקומענדיג האב איך נישט געגלייבט וואס איך זעה, צוויי אלטע צאמגעשמאלצענע טרעילערס פון דאס איז באשטאנען די גאנצע וועירהאוס, ס'האט זיך דארט געפינן נאר די בעה"ב מיט איין געהילף, און מ'דרייט די וועלט ביי די נאז, שפעטער האט מיר יענער מסביר געווען וויאזוי דאס ארבייט, דאס הייסט דראפשיפינג (דאס ברויך אן עקסטערן שמועס פאר זיך) און ער דארף בכלל נישט צורירן צי די סחורה, און די קליינע וועירהאוס וואס ער האט איז נאר פאר צוריקגעשיקטע סחורה, כ'זאג נישט כ'האב אנגעפאנגן דילען מיט אים,

אבער וואס איך מיין ארויסצוברענגן, איז אז אויב איז די ביזנעס גוט ארגענעזירט, למשל מהאט אלטס איינעם אויפצוהייבן א טעלפאן, יענער זאל נישט דארפן לאנג ווארטן צוצוקומען צו א רעפערזענטעטיו, דער וואס הייבט אויף די טעלעפאן זאל האבן 'פאהן סקילס' וויסן וויאזוי מ'רעדט צו מענטשן, נישט ווערן שנעל אויפגערעגט, קיינמאל נישט בלייבן מיט'ן צינג אינדרויסן, וויסן וואס צו ענפערן פאר יענעם, דאן קענסטו פאפן א וועלט מ'וועט מיינען אז די פארמאגסט אן ערענסטן ביזנעס, און מיט די צייט וועסטו זיך טאקע קענען פארגרעסערן, אבער אויב פארקוקסטו אויף די וויכטיגסטע, מאכסט אויסזען דיין ביזנעס שלימזלדיג, שלעפעריש, דאן וועט דיין מזל אויך שיינען אבער נאר אויף צוריקצווועגס.

אזוי שרייבענדיג דערמאן כ'מיך ווי א חבר מיינער א כולל יונגערמאן האט שוין נישט געקענט דורכשטיפן די טאג, די משפחה האט זיך בלי עין הרע צובליט, האט ער מחליט געווען אליין צו עפענען עפעס, אבער קיין געלד איינצושטעקן האט ער נישט געהאט, איז ער געוועזן דער איין מאן באנד, געענפערט טעלעפאנען, געמאכט די ארדערס, דערנאך פארשאפט די אייטעמס (געקויפט ביי א ביליגערע געשעפט, און שפעטער פארקויפט פאר טייערער) און אליינס דעליווערט, אבער וואס טוט זיך ווילאנג דער ביזנעס שטעלט זיך אויף דער פיס דארף מען דאך אויך לעבן, איז ער צוריק אריין אין כולל לערנען און ווען ס'האט זיך געמאכט א פאן קאל (אויף זיין סעל פארשטייט זיך) וויל איך נישט אראפלייגן און מסביר זיין וואס ס'האט זיך אפגעטין, ער האט געגעבן א שמייס די הוט אויפן גמרא און אזוי ארויסלויפענדיג פארסאפעטערהייט גענפערט די טעלפאן קאל, אזוי אז די קאסטומער האט נאך געקענט הערן אין די בעגראונד די קול תורה, און צומאל האט ער נאך פארגעסן די אייטעם פרייז ליסט אינדערהיים, און מיט אזא פאצערישקייט איז נישט קיין ווינדער אז די ביזנעס האט אנגעהאלטן איין גאנצע חודש.

די מעשה איז א וויכטיגע לעקציע, והמבין יבין וישכיל און ארויסנעמען די פוינטס...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

אין אמת'ן אריין האב'ך געוואלט שרייבן א לאנגע ארטיקל, נאר אזוי ווי ס'שוין אדורך אפאר טאג זינט דער אשכול איז געגרינדעט און דער צייט פאר אן ארטיקל טרעף'ך נישט, וועל'ך שרייבן אפאר וויכטיגע נקידות וואס כ'געדענק יעצט, האפענטלעך וועל'ך צוריקומען לכשירחיב הזייגער.

זיין גרייט צו ארבייטן שווער. די וויכטיגסטע זאך וואס א "בעגינער" דארף וויסן - אז יעדער איינער אן קיין אויסנאם וואס האט געעפענט א ביזנעס וואס האט סוקסעס'ירט, האט ביטער שווער געארבייט פון אנפאנג. ווען די זעסט אז דיין ביזנעס גייט שווער, טראכט נישט 'קוק, יענער גייט ארום מיט א שמייכל מיט פילע טאשן, און איך ארבייט ביטער שווער', נאר מ'דארף געדענקן אז יענער האט אויך אמאל געארבייט ביטער שוווער. פארוואס זאג'ך עס? ווייל יעדע מאל וואס כ'זאג'ס פאר אזא נייעם ביזנעסמאן ווערט יענער אויפגעלאכן.

גיין שלאפן פרי. כדי א מענטש זאל זיין אויסגערוהט מוז מען גיין שלאפן פרי. א פאקט: רוב סוקסעספולע מענטשן גייען שלאפן פרי.

ארבייטן אינדערפרי. צו זיין שפעטסטענס 9 אזייגער אין ארבייט איז זייער וויכטיג, די אינדערפרי שעה'ן איז די וויכטיגסטע אין טאג.

עסן נארמאל. כדי דער קאפ זאל זיין אויפן פלאץ מוז נען עסן א געהעריגע פרישטאג בעפאר'ן ארבייט.

האבן א שיעור. כ'רעד נישט פון רוחניות, כ'רעד פון גשמיות. מ'קען נישט זיין א מענטש אן א נארמאלע קביעות'דיגע שיעור.

זיך לערנען פון אייגענע פעלערן. קיינער, קיינער, און קיינער אויף די וועלט קען דיר נישט אזוי גוט לערנען ווי די אליינס.

א שאד אז כ'קען נישט מרחיב בדיבור זיין.

יווווווווווווווווש כ'דארף פליען, ס'שפעט.
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

ביזנעסקאפ האט געשריבן:אזוי שרייבענדיג דערמאן כ'מיך ווי א חבר מיינער א כולל יונגערמאן האט שוין נישט געקענט דורכשטיפן די טאג, די משפחה האט זיך בלי עין הרע צובליט, האט ער מחליט געווען אליין צו עפענען עפעס, אבער קיין געלד איינצושטעקן האט ער נישט געהאט, איז ער געוועזן דער איין מאן באנד, געענפערט טעלעפאנען, געמאכט די ארדערס, דערנאך פארשאפט די אייטעמס (געקויפט ביי א ביליגערע געשעפט, און שפעטער פארקויפט פאר טייערער) און אליינס דעליווערט, אבער וואס טוט זיך ווילאנג דער ביזנעס שטעלט זיך אויף דער פיס דארף מען דאך אויך לעבן, איז ער צוריק אריין אין כולל לערנען און ווען ס'האט זיך געמאכט א פאן קאל (אויף זיין סעל פארשטייט זיך) וויל איך נישט אראפלייגן און מסביר זיין וואס ס'האט זיך אפגעטין, ער האט געגעבן א שמייס די הוט אויפן גמרא און אזוי ארויסלויפענדיג פארסאפעטערהייט גענפערט די טעלפאן קאל, אזוי אז די קאסטומער האט נאך געקענט הערן אין די בעגראונד די קול תורה, און צומאל האט ער נאך פארגעסן די אייטעם פרייז ליסט אינדערהיים, און מיט אזא פאצערישקייט איז נישט קיין ווינדער אז די ביזנעס האט אנגעהאלטן איין גאנצע חודש.

די מעשה איז א וויכטיגע לעקציע, והמבין יבין וישכיל און ארויסנעמען די פוינטס...


הרב ביזנעס קארד (מציאה...).
מיין ערשטע דזשאב איז טאקע געווען ממש אזויווי דו שרייבסט. ביז איינמאל האב איך גערעדט צו א קאסטומער טאקע אזוי בין תופל ולבן, גיט ער מיר אזא פרעג אינמיטן, "זאג נאר! דו ביזט אין כולל אדער וואס?" האב איך נישט געהאט קיין ברירה האב איך מיך מודה געווען, זאגט ער מיר אזא שיינעם 'ביי-ביי' און מער האב איך נישט געהערט פון אים...
איך האב אויפגעגעבן מיין דזשאב דעם קומענדיגן צופרי.
ביי מיינע קומענדיגע דזשאבס האב איך מיר פון די ערשטע זאכן נאכגעפרעגט צו ס'איז א געהעריגע 'עסטעבלישט' ביזנעס.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יאך האב ברוך השם געפענט א ביזנעס פאר דעם בין איך געווען א ארבייטער מיט א פיינע געהאלט פארשטיט זיך איעדער אינקלאדינג משפחה האט געזאגט ביזסט טויט פאריקט די ביסט די ביסט די ביסט די ביסט די ביסט (איר קענט אליינס ארייפילען וואס איר ווילט) וואס העסטע טיען סגייט נישט
א צוויטער סוועט זיכער נישט גיין
א דריטער נעם דיך אויס מיט דיין בעל הבית אז ער וועט דיר ציריק נעמען אדער זאג עם אז די נעמסט ווקעישאן אפאר וואכען
אין קיק צי סגייט ??????????

אקעי איך האב נישט קיין געדילד צי שרייבען אלעס

איך האב באשלאסען אז האבען א "גיטע" זשאב איז עני טיים אזא "ריסק"

פאר וואס זאג איך אייך דאס וויל די ערשטע אין וויכטיכסטע זאך איז אפמאכען פעסט פעסט פעסט ביי זיך אז מען גייט מאכען א מאאוו טא סטעי
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

גערכט אונגארישער, אויב האלט מען ביים זיך אריינלייגן אין עפעס, מען קען און מען פארשטייט די פעלד, מען האט זיך דורעגערעדט (פארן עפענען) מיט מומחים, נישט מיט קיין כולל אינגעלייט, און מען שפירט רואיג דערמיט, דאן ביסטו גערעכט טאר מען נישט ווערן איבערגערעדט פון מענשליכע געפילן אדער אומפאגונערס, נאר טון הלכה למעשה.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז ' האבען א "גיטע" זשאב איז עני טיים אזא "ריסק" ', בין איך נישט 100% איינשטימיג, ביידע האבן זיך זייערע מעלות און חסרונות. למשל אן אייגענע דשאב האט די מעלות:

ביסטו א מענטש פאר דיר קיינער קען דיר נישט איינטיילן וואס און ווען צי טון.
האסט די פרייקייט פון קומען און גיין ווען די ווילסט (נישט אלטס..).
קענסט עקספענדן די ביזנעס, פארדינן מער.
פארמאגסט די טיטל "בעה"ב" (אפי' די קענסט צומאל מאכן ווייניגער ווי אן איינגעשטעלטער...).
דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל, חסורונת זענען פארהאן דאפעלט.

יעצט וואס טוט זיך מיט אן ארבייטער, מעלות:
ער ארבייט פון 9 טו 5 דערנאך איז ער א מענטש, קיינער קאלט נישט, מען מאכט נישט משוגה.
ער באקומט באצאלטע וועקעישנס, אזויפיל און אזויפיל טעג קען ער פעלען א יאר.
ער קען אויססרעכנען פון פאראויס פונקטליך זיין אינקאם און עקספענסעס (מער ווייניגער).
די קאפ לויפט נישט אגאנצן טאג פון פרישע בייפעלער, מאכן נאך א דאלער, אריינכאפן נאך א קאסטומער.
ועוד ועוד

עכ"פ ביידע האבן זיך זייערע מעלות און חסרונות, דער עיקר נישט טון קיין איבערגעאיילטע שריט, זיך דורכרעדן מקודם מיט א קלוגער פארשטענדליכער מענטש, א רב, רבי (וואס פליט נישט און די הימלען) און דערנאך אנהייבן טון, מען מאכט א פלאן אויף פען אין פאפיר, מען ארבייט אויס אלעס ביזן קלענסטן דיטעל און בעז"ה זעט מען הצלחה.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”