פארוואס האסטו נאכנישט צינומען דיין סוכה?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
פארוואס האסטו נאכנישט צינומען דיין סוכה?
לכבוד מיין טייערע שכן, קרוב, בני בית, ולכל מאן דבעי למידע.
ווייל די יאר איז קוים געווען ביזנעס טעג צווישן די ימים טובים און פארשטייסט אליין אז איך בין צירוקגעשטאנען מיט אפאר הינדערט אימעילס, און איך דארף זיך קודם אליין צאמנעמען. ווי אויך האסטעך אליין געזען אז איך האב אריינגעהאקט די לעצטע טשוואק אין מיין סוכה מיט די נאסע פיאות 10 מינוט נאכן זמן, סאיז נישט געווען ווייל איך בין פארשלעפט, און סאיז מיר נישט געקימען אזעלעכע שטרענגע בליקן.
במילא בין איך ענק מגלה אז די זמן וואס איך וועל אי''ה צינעמען מיין סוכה איז נישט יעצט, ווייל עס רעגנט, און נישט מארגן ווייל איך דארף אנהייבן דעם טאג, מען דארף אנהייבן באצאלן די קרעדיט קארד וואס האט זיך געשלישקעט די לעצטע 2 חדשים, סאו ווען יא? קודם קיק מיר נישט אן פארשלעפט.
האטס אלע א געזונטן ווינטער.
נ.ב. מען האט אמאל געפרעגט א חסיד וויאזוי איז דורכגעגאנגען די יום טוב ביים רבי'ן? האט ער גענטפערט עס איז נישט ''דורכגעגאנגען'' עס איז ''אריינגעגאנגען''

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
האלאו, צונעם זאפארט דיין סוכה! איך דארף נישט ליידן צוליב דיינע ק"ק ביללס און עס גייט מיר נישט צו דיין רבי אדער יום טוב יז אדורכגעגאנגען אדער אריינגעגאנגען. צונעם עס נאך היינט אסרו חג פאר מנחה-מעריב.
דערנאך עלמער רעדן ווי גוטע שכנים.
מיט פארשטענדעניש.
דיין שכן
בד"וו וועסטו אויך בעסער פילן. א פרעשור אראפ פון קאפ.
דערנאך עלמער רעדן ווי גוטע שכנים.
מיט פארשטענדעניש.
דיין שכן
בד"וו וועסטו אויך בעסער פילן. א פרעשור אראפ פון קאפ.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm
פאר אזעלכע ווי דיר איז פשטות א שאד צו צונעמען דיין סוכה, ווייל ווי עס שיינט וועסטו נעקסטע יאר זיך נישט ערלויבן צו בויען די סוכה קיין סאך פאר ערב יום טוב ביים שקיעה, אויב אזוי לאז שוין פאר קומעדיגע יאר די סוכה, אזוי אז פאר סוכות תש"פ וועסטו קענען מסדר זיין אלע ביללס און נאך סוכות שוין האבן צייט צו צונעמען... און ע"פ חשבון ביז חנוכה תש"פ וועסטו שוין זיין געהעריג אן סקעדזשול צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער און וועסט רואיגערהייט קענען צינדן ערב שבת חנוכה אנע דאגות פון א שנייאיגע סוכה...
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
יידישע קהילות האט געשריבן:האלאו, צונעם זאפארט דיין סוכה! איך דארף נישט ליידן צוליב דיינע ק"ק ביללס און עס גייט מיר נישט צו דיין רבי אדער יום טוב יז אדורכגעגאנגען אדער אריינגעגאנגען. צונעם עס נאך היינט אסרו חג פאר מנחה-מעריב.
דערנאך עלמער רעדן ווי גוטע שכנים.
מיט פארשטענדעניש.
דיין שכן
בד"וו וועסטו אויך בעסער פילן. א פרעשור אראפ פון קאפ.
אט פאר דיר האבעך דעך געשריבן די גאנצע זאך, און אזוי פראסקעסטע מיר צוריק אין פנים אריין, אפשר דאך נעמסטו אן מיין אפאלאדשי?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
בלויע טינט האט געשריבן:פאר אזעלכע ווי דיר איז פשטות א שאד צו צונעמען דיין סוכה, ווייל ווי עס שיינט וועסטו נעקסטע יאר זיך נישט ערלויבן צו בויען די סוכה קיין סאך פאר ערב יום טוב ביים שקיעה, אויב אזוי לאז שוין פאר קומעדיגע יאר די סוכה, אזוי אז פאר סוכות תש"פ וועסטו קענען מסדר זיין אלע ביללס און נאך סוכות שוין האבן צייט צו צונעמען... און ע"פ חשבון ביז חנוכה תש"פ וועסטו שוין זיין געהעריג אן סקעדזשול צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער און וועסט רואיגערהייט קענען צינדן ערב שבת חנוכה אנע דאגות פון א שנייאיגע סוכה...
איך גלייב אז דיינע קנויטן פאר חנוכה ליגט שוין אריינגעלייגט אין די מנורה, און די ביסט רעדי צי צינדן.
איין מינוט, עס איז נאך דא כ''א כסליו אינדערמיט..
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
צ"ק
ווייל איך וועל עס צינעמען ווען ס'שמעקט "מיך"! נישט ווען עס פארגליסט זיך פאר "דיך"...
ווייל איך וועל עס צינעמען ווען ס'שמעקט "מיך"! נישט ווען עס פארגליסט זיך פאר "דיך"...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
איש חיל מי ימצא
ב"ה צונומען און...... אוועקגעלייגט
אלעס צו פארדאנקען די אשת ת"ח, ווייל ווען ס'ווענדט זיך ווען אין מיר וואלט מען נאך חמישאשער בשבט געקלערט אז מ'קען עס נאך צונעמען פאר פורים קטן אדער גדול
א געזונטען פרייליכן גליקליכן ווינטער
אלעס צו פארדאנקען די אשת ת"ח, ווייל ווען ס'ווענדט זיך ווען אין מיר וואלט מען נאך חמישאשער בשבט געקלערט אז מ'קען עס נאך צונעמען פאר פורים קטן אדער גדול
א געזונטען פרייליכן גליקליכן ווינטער
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
וויי-פיי האט געשריבן:קודם ווער זאגט איך האב עס נישט צינימען?
צווייטענס וואס איז געשען זיבען טעג געפרייט צו זיצן אין דעם בידקעלע שוין דארף מען געבען א בריקעמשה יענקל האט געשריבן:דיין סוכה האט געמעגט שטיין פון אינמיטען זימער? ???????
די זעלבע ווי שבת מען הייבט אן פרי און מען ציט אויס לאנג, אויכט א הידר
אדרבה, מלשון המשנה במסכת סוכה (דף ט.) נראה אז עס איז א הידור עס זאל געבויעט ווערן נאנטער צו סוכות.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
לייטער האט געשריבן:אפשר שפעט
די עולם זאל שוין צינעמען די סוכה היינט פרייטאג און לייגן אינסייט, ווייל נעקסטע וואך וועט זיין רעגענדיג
יעצט זענען די סכך און ברעטער טריקן, מען טאר נישט אוועקלייגן נאסערהייט ווייל עס קען שימלען
דו האסט געטרינקן אדער איך האב...?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
- פעטער יעקל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am
-
- שר מאה
- תגובות: 204
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm
צ/ק
הער שוין אויף! פארעווער וועסטו שרייען אויף מיר, יא גערעכט, נישט גערעכט, קודם שרייסטו, און נאכדעם קומט שוין אריין די סיבה פארוואס דו שרייסט. יעצט איינמאל פאר אלעמאל, הער אויף שרייען אויף מיר פאר דו האסט פארוואס!
מיין סוכה איז געווען צונומען פאריגע וואך ב"ה, עס איז שוין אוועקגעלייגט, איך געדענק שוין ניטאמאל וואו עס איז געשטאנען, און דו שרייסט!
די איין מאל, לוזער וואס דו ביזט! נעקסטיים פארלאז דיר נישט אויף חזקה און קוק..

- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
די רדיפות צו צונעמען די סוכה לאזט נישט נאך, אלע שכנים איינס ביי איינס.
מיין ענטפער צו אלע שכנים, די סוכה איז אין מיין פארטש, ואדם עושה בתוך שלו.
היי יאר וויל איך פארברענענן די חנוכה קנויטען צוזאמען מיט די סוכה.
אדער צו ניצען די סוכה צו עסן דערין די דריי טעג פאר פסח.
זינגען דערין הויך אויפן קול מיט אלע קינדער אין שכן'ס אויער, אלץ נקמה אויף סוכות.
ימים ידברו

- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm