ר' צבי הירש שפירא ממונקאטש הדרכי תשובה -ב' סוכות תרע"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' צבי הירש שפירא ממונקאטש הדרכי תשובה -ב' סוכות תרע"ד
הה"צ ר' צבי הירש שפירא ב"ר שלמה, במ"ס דרכי תשובה. -ב' סוכות תרע"ד
דער מונקאטשער רב זצ”ל האט דערציילט אז ער פלעגט יעדעס יאר צוזאמען מיט זיין טאטען דער דרכי תשובה זצ"ל קיין שינאווע, אויף שבת פרשת נח און פר' לך אדער פר' לך און פר' וירא, איין יאר פר' וירא האט דער שינאווער רב זצ”ל אויסגעפרעגט יעדן וואס איז געזיצן ביים טיש ווער ס'איז געווען דער בעל תוקע ביי זיי אין שטאט דעם פארגאנגענעם ראש השנה, עס איז געווען א פלא ביי אלע באטייליגטע, קיינער האט נישט פארשטאנען די כוונה פון צדיק. און דער מוקאטשער רב האט שפעטער צוגעלייגט אז עס קען זיין אז וויבאלד מ'ליינט די זעלבע פרשה ווי די קריאה אין ראש השנה האט ער געוואלט ממשיך זיין די זכות פון ראש השנה...

דער "דרכי תשובה" האט דערציילט, אז דעם ערשטן ערב שבת נאך די פטירה פון זיין טאטן דער "שם שלמה" (שלח תרנ"ג לפ"ק), זייענדיג שטארק צעטראגן פון דעם ביטערן אומגליק וואס האט אים געטראפן, האט ער באמערקט אז מערערע תלמידים וחסידים וועלכע פלעגן זיך דרייען ביים טאטן זענען געקומען אויף שבת קודש. כ'האב געפרעגט די גבאים פארוואס זיי קומען, דער טאטע איז דאך שוין מער נישטא, האבן די גבאים ערקלערט אז זיי קומען צו מיר. אין די ערשטע מינוט האב איך דאס נישט באגריפן, די גרויסע בעלי מדריגה וועלכע פלעגן קומען צום טאטן זאלן קומען צו מיר? כ'האב זיי שוין געוואלט אהיים שיקן, אבער באלד דערנאך האב איך געקלערט אז מיט דעם וואס זיי קומען צו מיר ווילן זיי מכבד זיין דעם טאטן, און מיט דעם געדאנק האב איך זיך עטוואס בארואיגט.
אין די צייט פון אבילות ל"ע, דערציילט ווייטער דער מונקאטשער רב ז"ל, האב איך נישט געלערנט גארנישט, ווי די הלכה איז, אבער פרייטאג צונאכטס האב איך אפיר געזוכט עטליכע כתבי יד פון מיין טאטן ז"ל. קוקענדיג אויף די פרשת השבוע האב איך געזען ווי דער טאטע טייטשט ווי פאלגענד: איש אחד איש אחד, ווען ס'איז פארהאן אן אויסדערוועלטער מאן, וואס, למטה אבותיו, ער לייגט אלעס אן אין זכות פון זיין טאטען, און נעמט גארנישט פאר זיך, זאל ער זיין כל נשיא "בהם", ער איז א נשיא צוליב זיין אייגענעם חשיבות, און נישט צוליב זיין טאטען, "האב איך פארשטאנען אז דער טאטע האט מיך געמיינט"...
דער באקאנטער מונקאטשער גבאי הרה"ח ר' חיים בער ע"ה האט דערציילט, אז זייענדיג הויז בחור ביים דרכי תשובה ז"ל פון מונקאטש, האט אמאל פאסירט אז אויפן וועג צו תקיעת שופר האט דער דרכי תשובה געשריגן "נא נא" און נישט געוואלט גיין צו די תקיעות, ביז מ'האט באמערקט ווי ער ווייזט אויף די פענסטער'ס איז מען ארופגעקראכן און געטראפן ווי אונטער עטליכע בעקיטשעס איז געליגן א חומש מיטן פירוש פון רמ"ד [ר'שע מ'שה ד'עסויער], מ'האט עס ארויסגעווארפען פון פענסטער, הערשט דאן האט דער רבי געבלאזן שופר...
דער דרכי תשובה האט ערהאלטען הסכמות אויף זיין ספר דרכי תשובה פון רבנים מפורסמים אין די ווייטע ליטא, ווי הג"ר יצחק אלחנן פון קאוונא און דער ווילנער דיין ר' שלמה הכהן בעל חשק שלמה.
האט דערציילט ר' אפרים פעלקאוויטש אב"ד בריזשפארט פאר ר' זלמן לייב גרינוואלד פון קאלאמבוס, אז זייענדיג אין קאוונא האט ער געהערט אז ווען דער מונקאטשער רב האט געשיקט דעם דרכי תשובה צו ר' יצחק אלחנן קיין קאוונא צו באקומען זיין הסכמה, האט ער משמיט געווען דעם ערשטען דף מיט די מסירת מודעה אקעגן די פסקים פונעם מהרש"ם מברעזאן, וואוסענדיג אז עס וועט אפהאלטען דעם קאוונער רב פון געבן זיין הסכמה, נאכדעם וואס ער האט געוואוסט אז רי"א איז א שטארקע פארעהרער פון דעם מהרש"ם.
מקור: א בריוופון רי"י גר"וו צו חיים בלאך, קרעדיט: ארכיוו.ארג

הרב רבב"ה מטיל בספק דער גאנצער געשעפט, גיב א קוק די הסכמות צום דרכי תשובה זעהט מען דארט אז גאר די מדפיסים האחים ראם האבן גענומען די הסכמות פון די רבני ווילנא.
בן בוזי האט געשריבן:הרב רבב"ה מטיל בספק דער גאנצער געשעפט, גיב א קוק די הסכמות צום דרכי תשובה זעהט מען דארט אז גאר די מדפיסים האחים ראם האבן גענומען די הסכמות פון די רבני ווילנא.
קענענדיג הרב רבב"ה ובית דינו הצדק, בין איך נישט מחויב מיטצוגיין מיט זיין הטלת הספק, דאס וואס מ'זעהט ביי ר' שלמה מווילנא איז קיין ראי' צו הגרי"א מקאוונא, ונניח אז די מדפיסים זענען געווען די מקבלי ההסכמה האבן זיי געקענט טאן שליחותיהו דהמחברים און ארונטערנעמען דעם מסירת מודעה עפ"י ציוויו.
עכ"פ, איך האב אן עדות פון א מענטש וואס זאגט אז ער איז געווען אין קאוונא יענע צייט, טאקע נישט קיין עדות וואס האט ממש מיטגעהאלטען, אקעגן אן הטלת ספק פון מאורנו הרבב"ה, זאל זיין אזוי.
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
טהור-עיניים האט געשריבן:ואולי טאקע צוליב דעם מסירות מודעה...
כן שמעתי מרב מובהק שליט"א, שאנשי ליטא לא הי' ניחא להם פסקי המהרש"ם שמיקל הרבה, על כן המציאו עצמם להדפיס הדרכי תשובה, והם הם שקבלו ההסכמות, והם הם שכתבו והדפיסו המסירת מודעה.
נחכה להדפוס החדש שיו"ל בקרוב, שם הבטיחו להרחיב הדיבור בזה, ונזכה ונראה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- יוסף פריעדמאן
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7437
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1826
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
- לאקאציע: אין מערב אירופה
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24612
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
מומחה יוחס האט געשריבן:פונקט די צייטונג זאל עס מפרסם זיין....
והוא פליאה גדולה
יע יע
ווי אזוי האט מיר אמאל א קלוגער יוד געזאגט לגבי איינעם, אז מקובלני אז אלעס אויסער דאווענען און לערנען טוט ער גארנישט אהן קיין כוונה, ודפח"ח
לעצט פארראכטן דורך אוהב ספרים אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.