קן קולמתא האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן, די סחורה לויפט אויס פון די געשעפטן סיי דאהי און סיי אין אייראפע, דאס ברענגט צו די מסקנא אז עס איז שוין איינמאל דא א דימענד פאר תוכנ'דיגע אויסגאבעס!
היינט נאך געזעהן אין די געשעפטן, איך האב געהאט א בחירה צו קויפן די "אינטערסאנט" אדער די קןקן, איך האב בוחר געווען די "אינטערסאנט" סיי וויבאלד דאס האט מיר אויסגעזעהן מער אינטערסאנט, און סיי וויבאלד עס איז געווען ביליגער. די קן קן האט מיר אויסגעזעהן עפעס צו טיף
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
פיין, יעצט נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען איז עס דאך שוין א דבר הבא לעולם, קען מען עס אנאליזירן. א זאך וואס איך וואלט נישט סתם אזוי געטון, אבער איך פארשטיי אז דער מחבר וויל דוקא הערן פידבעק.
די רעיון פאר זיך איז זייער זייער גוט! עס קומט זיך גרויס קרעדיט פאר׳ן מחבר פאר׳ן זיך אריינלייגן דעם קאפ אין אזאלכע אינטערעסאנטע נושאים, כדי ליהנות בהם בני אדם. יא, דער עולם זוכט עפעס ארגינעל. איך בין אריין מיטוואך אין בית הספר און ער האט מיר געזאגט אז עס איז זייער שנעל אויסגעגאנגען, שנעלער ווי ער האט ערווארטעט.
אנשטאט דורכגיין פעידזש ביי פעידזש זאגן וואס עס דארף א תיקון, טראכט איך אז עס איז איין יסודות׳דיגע זאך וואס דער מחבר דארף אינאכט נעמען.
דאס אז ער איז אזא גרויסע ידען (און ער איז!), און דאס אז ער איז א שיינע בעל הסבר, מאכט אים נאכנישט פאר אן עורך פון אן אויסגאבע. א רעדאקטאר איז נישט נאר א שיינע טיטול, נאר איז בעצם א פאך פאר זיך, וואס מען טאר נישט ווערן איבערגענומען פון זיך אליינס, מען דארף טראכטן מער ברוטאל און זיך אריינלייגן אין די קאלירפולע מחשבות פון די עולם הקונים. נישט רחמנות האבן אויף זיך, נאר אראפנעמען און צולייגן מיט א רציחה אז די אויסגאבע זאל טראגן עפעס א פנים.
כמעט פון יעדן ווינקל פון די אויסגאבע שרייט ארויס אז דער אויסגאבע איז א וואן מען בענד פון א איד וואס לעבט זיך אין זיין ווינקעלע, און פארשטייט נישט וואס די ליינער ערווארטן צו זען חוץ די חומר זעלבסט.
קוק למשל די הקדמה, די ערשטע פאראגראף, וואס קוקט אויס ענדערש געשריבן אויף די ״בית נאמן שידוכים ליין״ סטייל... ווי עפעס א תגובה אויף אייוועלט. אנשטאט זיך היימיש מאכן מיט׳ן עולם טראגט ער אריין דעם עולם אין א וועלט וואס לויט זיין פרעספעקטיוו איז דאס די וויכטיגסטע, וויאזוי די אויסגאבע איז אויסגעשטעלט... (וואס גראדע איז די מהלך פון די אויסשטעל גאנץ יוניעק).
און נאכדעם די שפראך, און די ספעלינג. ווען עס וואלט ווען געווען קאנסיסטענט איז איין זאך, אבער איינמאל אזוי און איינמאל אזוי, וואס פאר א ״היסטאריע״ אינטעלעקטואלע אויסגאבע איז עס ממש א בזיון. חוץ אויב ער וויל אויסלערנען אלע אידיש רעדנדע יוצאי הונגריה א נייע מהלך אין ספעלינג און גרעמער.
דאס מאכן פארזעצונגען פון ארטיקלען כדי אריינצושטיפן ווי מער קליינע ארטיקלעך (ווי די העכסט אינפארמאטיווע קבלת שבת ארטיקל)... מאכן איין ארטיקל לשון הקודש און איינס אידיש... ועוד.
בקיצור, איך וואלט פארגעשלאגן אז דער מחבר זאל זיין דער שרייבער און מעגליך אויך די גרעפיקער, און נאכדעם זאל ער צאלן פאר א אונגארישע ראפאגאש שרייבער, זאל שטיין העכער אים, און צולייגן זאלץ און ספייסעס אז מען זאל קענען ארויסנעמען דעם פולן עדווענטעדזש פון די הערליכע אויסגאבע.