!עמעזאן וויל דו זאלסט מצליח זיין... צייטווייליג. נאכדעם ווילען זיי די געלטער פאר זיך

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

איז ר' איתמר געווען גערעכט וועגען אמאזאן פאר 8 יאהר צוריק??

יא
31
57%
ניין
23
43%
 
סך הכל שטימען: 54

אהק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:02 pm

!עמעזאן וויל דו זאלסט מצליח זיין... צייטווייליג. נאכדעם ווילען זיי די געלטער פאר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהק »

* years ago, there was a discussion here on ivelt about Amazon and that I'm scaring people about what Amazon's plans are for the long term.



viewtopic.php?p=1256831#p1256831

משנה מקום האט געשריבן:למשל דאס וואס ער זאגט לגבי עמעזאן האלט איך אז ער איז נישט אינגאנצען גערעכט


moishy56 האט געשריבן:
דהיינו?

??


אידיש גערעדט האט געשריבן:משנה
איך הער מיך אויך אינטער מיר ווארטן צו הערן פון דיר


א. טראכטער האט געשריבן:וואס זאגט ער?


משנה מקום האט געשריבן:דאס איז די פראבלעם איך געדענק נישט וואס פונקטליך וועגען דעם האב איך נישט גענטפערט איך געדענק נאר אז בשעת איך האב עס געליינט האב איך נישט מסכים געווען מיט אים אז עמעזאן גייט גיין אין קאמפיטישען מיט יעדעם און אלעס
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עמעזאן איז א קאמפאני געבויט אויף איין זאך: פראפיט פאר די בעל הבית Jeff און די shareholders. קיין טראפ יושר. קיין טראפ integrity. יא, זיי וועלען געבען צדקה, ווייל דאס העלפט מענטשען פילען גוט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווייס איך פון א ידיד מיינער וואס פארקויפט אויף אמאזאן אונטער א צווייטע נאמען, און אמאזאן האט אים אנגעקלינגען, אלס מאניופאקטאר, אז זיי ווילען אויסקרויזען דעם מיטל מאן... און ארבעטן דירעקט מיט אים...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

עמעזאן איז דא און אייביג דא געווען צו מאכן געלד, און דעיס איז נאר נארמאל. אבער עמעזאן שטערט נישט די third party sellers פון מאכן זייער געלט. אין פאקט זענען טאקע רוב סעילס אויף עמעזאן פון טוירד פארטי סעלערס. און אז עמעזאן זאל קענען מאכן אסאך געלד, מוזן זיי האבן אסאך סעלערס אזוי האבן זיי א ריזיגע אויסוואל פון אלע אייטעמס און אז ס'איז דא קאמפעטישן זענען די פרייזן ביליג און זיי באקומען מער סעילס. און דעיס איז מיין מיינונג איינע פון די סיבות פארוואס וואלמארט איז אזוי געשטיגן אינעם לעצטן קווארטל, ווייל זיי האבן ציבאקומען אסאך third party sellers


פון איין זייט קען מען נישט לייקענען, עמעזאן ווערט יעדן טאג ערגער מיט זייער מאכן געלד, סיי מיטן נאכלויפן יעדע ברענד נעים צו פארקויפן פאר זיי דירעקט און סיי מיטן טשארדזשן יעדן טאג נייע פי'ס, אלעס וואס איז אמאל געווען בחינם ווי למשל, דיעלס, שיקן צו איין וועירהאוז, סטארעדזש, און נאך, קאסט היינט טייער געלט. ווער עס פארקויפט ברענד נעים פראדוקטס ווייסט אז ס'איז זייער גרינג צו מאכן געלד, מען דארף נישט טון גארנישט קיין מארקעטינג און מען ווייסט פוקטלעך וויפיל מ'גייט פארקויפן א וואך אבער יעדע שטיק צייט דארף מען אויפגעבן אויף א אנדערע ברענד ווייל עמעזאן נעמט עס איבער

אבער פון די אנדערע זייט קען מען נישט זאגן אז עמעזאן גייט אונטער פאר טוירד פארטי סעלערס. מען זאגט דאס שוין פאר פינעף יאר און ס'ווערט נאר גרעסער. עס זענען נאך דא שווערע טויזענטער ברענדס ווי מ'קען מאכן געלט. און בעיקר איז די לעצטע 3-4 יאר זייער גרויס געווארן פרייוועט לעבל ווי אסאך קאמפעניס מאכן שיין געלט און ס'איז נישט שייך צו זאגן אז עמעזאן וועט עס איבערנעמען (פארשטייט זיך אז עמעזאן מאכט אויך א לעבן אויף דעים מיט זייער אלע מארקעטינג טולס) עמעזאן האט אויך זייער אייגענע PL ברענד, אבער זיי קענען נישט נאכמאכן אלעס וואס ווערט פארקויפט אויף עמעזאן

איך גלייב אז יעדער ווייסט. עמעזאן האט א גרויסע דיפארטמענט וואס הייסט ווענדער סענטרל, זייער דזשאב איז צו מאכן א רילעישאנשיפ מיט די ווענדערס אז זיי זאלן פארקויפן פאר עמעזאן דיירעקט. אבער וואס נישט יעדער ווייסט איז אז אינעם זעלבן בילדינג אין סיעטל וואשינגטאן איז דא די זעלבע גרויסע און קעגנזייטיגע דיפארטמענט וואס זייער ארבעט איז צו טרעפן קאמפעניס וואס פארקויפן נאר אויף זייער וועבסייט און זיי צו בעטן און געיבן הילף צו עפענען א עמעזאן סטאר פארקויפן אויף עמעזאן

וואס וועט זיין צום סוף מיט עמעזאן ווייסט קיינער נישט אבער דאס איז זיכער אז עמעזאן דארף (דערווייל) צוקומען צו טוירד פארטי סעלערס צו מאכן געלט
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עמעזאן האט א ביזנעס מאדעל פון פארדינען געלט דורך א מבול פון סעללערס וואס מאכט זיי פאר א כל בו געשעפט וואס איז שווער צו קאנקורירן מיט
זה הא
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בקיצור

עטס האלטס אז עמעזאן איז נישט קיין דירעקטע קאמפעטישן מיט זייערע 3רד פארטי סעלערס?
איז זעה אז אהק (איתמר) איז הונדערט פראצענט גערעכט געווען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אהק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהק »

MOST HEIMISHE AMAZON SELLERS:

download.jpg
download.jpg (4.85 KiB) געזען 5308 מאל
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

אהק האט געשריבן:MOST HEIMISHE AMAZON SELLERS:

download.jpg

די בילד איז אמת, פשוט וועגן די רעגולאציעס, משוגעת'ן, אומיושר, גזילות וכו' וואס זיי טוען אפ פאר די סעללערס. שאין לך יום שאין קלל..... מרובה מחברתו. אבער אייער הנחה אז זיי זוכן (שוין) פטור צו ווערן פון טירד פארטי סעללערס איז נישט אמת אין נישט שכלדיג פאר ווער ס'פארשטייט זייער סיסטעם. זיי מוזן (דערווייל) האבן די טירד פארטי סעללערס אויף צו עקאמפלישן זייער מיסיע.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

און זיי ווילן די טירד פארטי סעללערס צו זיין פון א הויכן קאליבאר אזוי ארום טוען זיי זיך פארזיכערן טאפ קוואליטי
רוב פראפעשענאל סעללערס קענען און קומען נאך זייערע פאליסיס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אהק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהק »

אפשר דאך? האט געשריבן:
אהק האט געשריבן:MOST HEIMISHE AMAZON SELLERS:

די בילד איז אמת, פשוט וועגן די רעגולאציעס, משוגעת'ן, אומיושר, גזילות וכו' וואס זיי טוען אפ פאר די סעללערס. שאין לך יום שאין קלל..... מרובה מחברתו. אבער אייער הנחה אז זיי זוכן (שוין) פטור צו ווערן פון טירד פארטי סעללערס איז נישט אמת אין נישט שכלדיג פאר ווער ס'פארשטייט זייער סיסטעם. זיי מוזן (דערווייל) האבן די טירד פארטי סעללערס אויף צו עקאמפלישן זייער מיסיע.


קרייסלער האט געשריבן:און זיי ווילן די טירד פארטי סעללערס צו זיין פון א הויכן קאליבאר אזוי ארום טוען זיי זיך פארזיכערן טאפ קוואליטי
רוב פראפעשענאל סעללערס קענען און קומען נאך זייערע פאליסיס


Very good points.

here's my thoughts:

1) there will always be third party sellers on Amazon to some extent. Amazon doesn't want to sell beiber hitten, they don't want to sell gloves for people with seven fingers on each hand r"l, and they don't want to sell matching dresses for wedding for fourteen siblings ages 3 months through 21 years, some boys and some girls.

meaning, that any item that is not extremely profitable for them and appeals to a very niche market will remain.

now, if you want NIKE shoes, a NIKON camera, or a NOKIA phone, Amazon wants to sell it to you. either as a seller or as a logistics provider (middleman), with you being the seller.... until/unless they go directly knowing how well it sells and cut you out.

but when you want something more generic, like...

"computer case" and "batteries" (Amazon Basics)

"bedding linen" (Pinzon, an Amazon company)

"Baby Wipes" (Amazon Elements)

Supplements or Vitamins (Amazon elements)

Furniture (amazon has two brands in the space, at least: Rivet and Stone & Beam)

(Never mind the purchase by Amazon of a famous chain of stores in the goyishe velt called Whole Foods!)

in those cases and many others... watch your back. Amazon now has about 100 private brands!!

here are just a few you may not have heard of yet...


Lily Parker
Madeline Kelly
Madison Denim
Moon and Back
Ocean Blues
Painted Heart
Paris Sunday
Peak Velocity
Plumberry
Quality Durables Co.
Rebel Canyon
Rugged Mile Denim
Savoir Faire
Scout + Ro
Signature Society
Smitten
Social Graces
SomethingForEveryone
Spotted Zebra
Stocking Fox
Suite Alice
The Fix
The Lovely Tote Co.
The Luna Coalition
The Plus Project
The Slumber Project
TheCambridgeCollection
Trailside Supply Co.
True Angel
Ugly Fair Isle
Velvet Rope
Wild Meadow
Wood Paper Company
Cross-Category
Grocery
Happy Belly
Wickedly Prime
Health & Household
Mama Bear
Presto


to succeed on amazon LONG TERM you want AT A MINIMUM something unique, like your OWN product or an exclusive selling agreement form a brand, or being an exclusive importer... otherwise, your success is al pi derech hatava SHORT TERM and more MAZEL vi SECHEL...!!

If you sell on Amazon maybe it's kedai to listen to a man...

NOT ME

His name is Jeff Bezos.

(I know that many people here don't recognize the name.)

He founded a company that is very matzliach

Still runs it today

he's a BILLIONAIRE

the company name is AMAZON...!!!

so it's only HISHTADLUS to understand his goal...

even if english is hard for you, i'd suggest you read this book: https://amzn.to/2MJP9L3https://amzn.to/2MJP9L3

slowly if you need to, page by page... underline words, discuss it with someone else (a "chavrusa") and become SMARTER so you DON'T look like this....

ostrich-clip-art.jpg
ostrich-clip-art.jpg (195.53 KiB) געזען 5146 מאל
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

May I ask you a favor Rabbi , can you please write your great points In YIDDISH?
לגבי דעיס וואס דו ברענגסט אראפ אלע ברענדס פון עמעזאן ווי כאילו מווייסט נישט דערפון קיקט אביסל אויס ווי איר האט שוין נישט אריינגעוואנדערט אין עמעזאן א שטיק צייט, ווייל עמעזאן מאכט לעצטענס א עקסטערע ליין פון Our Brand סאו סאיז קלאר פאר יעדעם וועליכע ברענדס עס באלאנגט צי עמעזאן.

פארוואס זאג איך דעיס? ווייל זייט זיי האבן אנגעהויבן לייגן Our Brand האבעך ערשט אנגעהויבן זעהן וואספארא דיזעסטער זיי זענען. כמעט קיין איין זאך פון זייערע Clothing Brands רעינקען נישט, קיק אריין אין Jeans Pants פאר א עקסעמפל.
זיי דארפן אויך ציקימען צי Reviews מזאל זיי קויפן, און איך זעה נישט אז קאסטעמערס זאלן גיין בלינצעס פאר יעדע זאך וואס זיי ריליסען, עמעזאן קאסטעמערס וועלן ענדערש צאלן אפאר דאלער מער פאר א Anker פראדאקט ווי פאר עמעזאן בעסיקס, ווייל סהאט בעסערע Reviews, און איך כאפ אן ענקער ווייל זיי האב בעיסיק זאכן, וואס לויט דיר וואלטן זיי שוין לאנג געדארפט אינטערגיין, און ווי אויך קען זיך עמעזאן בעסיקס פארשטעקן פאר ענקערס מארקעטינג.

יעצט לגבי די פרעדיקשען, דיין פרעדיקשן אין דשענערעל איז אמת, אבער אזוי ווי אפאר האבן שוין געשריבן אז זיי דארפן נאך אלץ ציקומען צי טירד פארטי סעלערס. און פון דיין פרעדיקשן ביז יעצט האבן שוין אינגעלייט אריינגעלייגט אין טאש מיליאנס אף דאלערס דורך עמעזאן, און וועלן וויטער מצליח זיין. בת היענה קימט נישט אריין דא.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

דאס געהערט אויך אין דעם אשכול... https://www.linkedin.com/feed/update/ur ... 6873587712
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אהק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהק »

Spokesman האט געשריבן:May I ask you a favor Rabbi , can you please write your great points In YIDDISH?


האליוואי

but my written yiddish is געפערלאך

:grin:

let me just add.. amazon sellers are in a gante andere velt then amazon customers.

yes i know about the "our brand" tag. but customers don't factor that into their buying decision as a NEGATIVE if at all..

and the fact they aren't ranking or selling well might be true, but that's not the point really. LONG TERM they WANT to have that market and they likely WILL. (when they started with pampers they made ones with a defect that had to pull teh product off teh market.,... they re-did it and launched again after 2 years or so)

when your supplier opens their own brand and tries to sell directly to your customers, you don't say "my product is better" and gegangin... you think about what the fact they are doing that means long term, and if you want to keep "hondling" with them.

i know many (and have many clients) that do millions on amazon, I just try to help people see amazon as a means to an end, not that amazon is "the goal" or the destination.

hatzlacha and git shabbos
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהק האט געשריבן:
yes i know about the "our brand" tag. but customers don't factor that into their buying decision as a NEGATIVE if at all..


ביי מיר אלס א קאסטומער איז עס א שטארקע נעגאטיוו, אזוי אויך ביי יעדע אנדערע האלסעילאר/דיסטריביוטער/סופלייער וואס פרובירט צו שטופן אן אייגענע ברענד וכדו' אויף כל מיני אופנים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הרב פארשלאפן, נאטינג פערסאנאל, אבער מבין ריסי תגובותיך ניכר אז דו ביסט אן ערנסטער מבין אויף שאפינג, און דו ווייסט ווען דו קויפסט וואס דו קויפסט. רוב זענען נישט אזוי.

והא ראי', קוק וויפיל זאכן מיט שלעכטע ריוויאס, פארקויפן זיך נאכאלס אין די מאסן, אויב איז עס נישט ממש מיזערעבל און מען עדווערטייזט עס גוט.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האלט אז ר' איתמר איז 110% גירעכט. עמעזאן האט לעצטענס אהנגעהויבען שרעקליך האקן פרייזן אויף זאכן וואס 3rd פארטי סעללערס פארקויפן. בקיצור, Amazon איז אייביג אין קאמפעטישען מיט זייערע אייגענע 3rd פארטי סעללערס. אבער קודם האבן זיי די סעלער אקואונט פי איעדן חודש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

אהק האט געשריבן:
Spokesman האט געשריבן:May I ask you a favor Rabbi , can you please write your great points In YIDDISH?


האליוואי

but my written yiddish is געפערלאך

i know many (and have many clients) that do millions on amazon, I just try to help people see amazon as a means to an end, not that amazon is "the goal" or the destination.

hatzlacha and git shabbos

א גוטע וואך שכח פארן ענפערן, ביזט אריינגעקימען סאך קלארער, ביזט גערעכט אז עמעזאן סעלער איז נישט אויף לאנג טערם. אבער האסט אויך מודה געווען אז מען מאכט נאך געלט דארט.

מיין שאלה איז צי דו וואלסט נאך approached פרישע אינגעלייט אריינציגיין אין עמעזאן?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפשר דאך? האט געשריבן:
אהק האט געשריבן:MOST HEIMISHE AMAZON SELLERS:

download.jpg

די בילד איז אמת, פשוט וועגן די רעגולאציעס, משוגעת'ן, אומיושר, גזילות וכו' וואס זיי טוען אפ פאר די סעללערס. שאין לך יום שאין קלל..... מרובה מחברתו. אבער אייער הנחה אז זיי זוכן (שוין) פטור צו ווערן פון טירד פארטי סעללערס איז נישט אמת אין נישט שכלדיג פאר ווער ס'פארשטייט זייער סיסטעם. זיי מוזן (דערווייל) האבן די טירד פארטי סעללערס אויף צו עקאמפלישן זייער מיסיע.


עגרי 100 פראצענט! עמעזאן דארף די טוירד פארטי סעללערס, און דארט ליגט זייער פראפיט! אבער ליידער זעהט מען אינגעלייט גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין, מ'כאפט נישט אז די אלע פי'ס עסן אויף די גאנצע געלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז מיר שווער צו ליינען די ענגליש - אידישע ווערטער... סאו קען זיין אז דו זאגסט די זעלבע, עפעס אנדערש, עגרי אדער דיסעגרי...

עמעזאן "מוז" האבן טוירד פארטי סעללערס צו זיין סוקסעספול, די סיבה פארוואס מענטשן גייען קויפן ביי עמעזאן איז ווייל ס'איז ביליג, גאראנטירט דורך A-Z קלעימס און שנעלע שיפינג... די דריי זאכן קאסטן א געוואלד! און ווען עמעזאן זאל נישט האבן קיין טוירד פארטי סעללערס וואלטער ווארשיינליך די סערוויס נישט געקענט צושטעלן! אין פאקט ווייס איך פון פראדוקטן וואס עמעזאן פארקויפט פאר קאסט, און צומאל ביליגער! סאו אפילו אן די פריים און A-Z קען עמעזאן שווער סורווייוון...

נאר וואס דען, מיטן צושטעלן די אלע סערוויסעס, (ביליג, גאראנטירט און שנעל) ווייסן מענטשן אז אויף עמעזאן קעמען קויפן אן קיין דאגה! און דאס ברענגט קאסטומערס... איי וויזוי מאכט מען געלט? אה! ווען עמעזאן לויפט אויס פון אן אייטעם, אדער אן עקסעסערי צו א פראדוקט וואס עמעזאן פארקויפט, אבער פארקויפן נישט די עקסעסערי, און אפילו סתם אייטעמס וואס עמעזאן לייגט דיר פאר די נאז בשעת'ן שאפן... דא מאכן זיי געלט! ווען דער טוירד פארטי סעללער פארקויפט אן אייטעם, דא מאכט עמעזאן גאר שיין! סיי פון די "ריפוירעל" פי, און סיי פון די FBA פי'ס...

די רגע וואס עמעזאן ווארפט אראפ טוירד פארטי סעללערס, איז איינס, זיי גייען מער נישט קענען עפארדן צו פארלירן געלט אויף פראדוקטן, גייען זיי מער נישט זיין די ביליגסטע, און צושטעלן די סערוויסעס, און צווייטענס, די אלע סעללערס גייען גיין ערגעץ אנדערש, און דארט ברענגען יוניק פראדוקטן און נייע אינווענשענס...

סאו אין קורצן, לדעתי מוז עמעזאן צונומען צו טוירד פארטי סעללערס פאר די צוויי סיבות!

טוירד פארטי סעללערס איז די פראפיט און קאווערד די לאסס פון זייער אייגענע סעילס...

טוירד פארטי סעללערס ברענגען פרישע אינווענשענס און דאס ברענגט דעם קאסטומער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אהק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהק »

Just remember that they are not your customers. they are AMAZON's customers.

When someone buys a can of soda in a store, the can may say COCA-COLA on it, but they are the store's customers, not yours.

I'm delighted that millions are being made on amazon, but PLEASE don't think there aren't many people fin unzere that have LOTS millions on amazon, or had a period where they were very matzliach and then lost it all plus plus.

i'm not saying "don't sell on amazon". I am saying "think. talk to people. it's not as easy as it seems... in fact it's not easy at all"
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך האב געהערט אמאל פון א איד וואס איז זייער גרויס אויף עמאזאן, אז ער פעקעשד אליין זיינע זאכען אין סעטס, למשל ער מאכט א פעק פון צוויי אדער זעקס באטלעך שעמפא ציזאמען וכדומה, ווייל עמאזאן פראבירט נאר צו קאמפיטען אויף די פראדוקט און נישט אויף טוישען די וועג ווי אזוי ס'איז געפאקט,

דאס איז איינע פון די עצות וואס מענטשען טיען,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

געשמאקער האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל פון א איד וואס איז זייער גרויס אויף עמאזאן, אז ער פעקעשד אליין זיינע זאכען אין סעטס, למשל ער מאכט א פעק פון צוויי אדער זעקס באטלעך שעמפא ציזאמען וכדומה, ווייל עמאזאן פראבירט נאר צו קאמפיטען אויף די פראדוקט און נישט אויף טוישען די וועג ווי אזוי ס'איז געפאקט,

דאס איז איינע פון די עצות וואס מענטשען טיען,


דער ביישעפער זאל העלפן אויף נישט , אבער נישט זיין זיכער מיט דער עצה אויך , ווער זאגט עמעזון וועט נישט איין טאג זיך פארלייגען אויף דעם אן זיי אליין וועלען מאכען
דער שטיקעס , ווען זיי וועלען זיין פארטיג מיט האקען די אנדערע זאכען אין אויב זעהן זיי אז דא איז אויך ביזנעסס
ווי איך ליין דא איז עמעזון דיין חבר בשעת זיי דארפן דיך אין א פיינט ווען זיי דארפען דיך נישט
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

האסט א פוינט, אבער איך ווייס פון מענטשן וואס זיי גייען שוין אן יארן אויף עמאזאן,

עם עקש תתפתל און סייעתא דשמיא איז אויך שייך ווען מ'האנדלט מיט עמאזאן,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אמאל איז ביי אידן געווען א טרענד וואס האט געהייסן סטאקס, און די שמועס אין מקוה איז געווען, נישט מעגליך צו מאכן געלט אין סטאקס, און אנדערע האבן אנגעוויזן אויף סוקסעספול מענטשן וואס זענען נתעשר געווארן אויף סטאקס, ס'איז געגאנגען פעטש.

למעשה, דער וואס האט "אינוועסטעד" אין גוטע קאמפאניס, ער האט אנגנומען סטאקס אלס א געהעריגע ביזנעס אינוועסטמענט, האט שיין פארדינט, און דער וואס איז דא געווען צו טרעדן א גרינגע דאלער, האט סוכ"ס אנגעזעצט.

אמאזאן איז די זעלבע זאך, אמאל ווען איינער האט געוואלט עפענען א ביזנעס, האט ער געמוזט אריין צאלן אלפים ורבבות איינער זאל בכלל זען זיינע אייטעם'ס, היינט קען מען אין עטליכע טעג זיין אין ביזנעס.

יעצט, נוצט מען אויס די בענעפיט צום גוטן, און מ'עפענט א "געהעריגע" ביזנעס, צו ס'איז א אייגענע ברענד, צו ס'איז קלאזאטס, און מ'נוצט אמאזאן צו וואקסן שנעל, איז מען מיט'ן אייבישטנעס הילף מצליח, סיי ווייל אמאזאן וויל אז יעדע יניעק ברענד זאל פארקויפן אויף אמאזאן, אפילו זיי האבן ענליכע ברענדס, און סיי ווייל אפילו אמאזן גייט אונטער האבן זיי א גוטע ברענד, און די וועלט גייט נישט אונטער.

די זעלבע מיט קלאזאטס ווער ס'פארשטייט דערצו, און פארשטייט וואס הייסט א גוטע ביי, און ער נוצט אמאזאן צו געבן ביליגער, נישטא קיין סיבה אמאזאן זאל אים אונטערברענגן.

אבער דער וואס זעט א געשמאקע פלאטפארם צו מאכן א גרינגע דאלער, כאפט א פראדוקט, ליסט אונטער קאסט פרייז, געווענליך מאכט נישט קיין געלט נאך אלע פי'ס, אבער אפילו יא, האט אמאזאן נישט קיין גרויסע בענעפיט פון אים האלטן, ער ברענגט גארנישט, פארקערט, ער שטופט גארביטש פאר קאסטומער'ס וואס אמאזאן האט עניוועי.

דאס אז עס קומט צו קאפעטישן און מ'דארף ווערן מער קריעטיוו, איז טאקע א פראבלעם, וואס געשעט אין יעדע אפען מארקעט, אבער איז נישט אמאזאן'ס פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”