נשמה האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נפש'ל זיסער מען האלט דא נאך 6 יאר שרייבן איבער די נושא,אצינד האלט מען ביי בלאט 107. פון ווי האסטו אנגעפאנגען?
איך כאפ נאכנישט פון ווי די קומסט מיט דיינע הנחות איבער נשמה'ס צוגאנג, אין פ''ו איז מהרי''י גליק די אמת'ע וועג (נאכאמאל איך ווייס נאכנישט וואס ער זאגט אנדערש פון נשמה) און ווער איז דאס מהרי'י גליק, מה טיבו?
אגב נשמה איז א געוואלדיגע חסיד פונעם געטרייען זעקסער , ווי ער רופט עס "א ברכה פאר די וועלט"
ב"ה
יא. "א ברכה פאר די וועלט". א ברכה פאר זייערע נאנטע. צומאל טראכט איך אז די סיבה פארוואס זעקסער האבן באקומען אזא, מ'זאל מורא האבן צו זיין א זעקסער, איז פשוט ווייל ס'האט נישט אויסגעפעלט צו הייבן דעם זעקסער. אבער איך האב פרובירט מיט מיין קליינעם שכל זיך צו דערגרינטעווען אין די ערשיינונגען וואס איך זעה. פאר א ENFP איז זייער שווער צו זעהן אן אביעקטיווען פאקט. ווייל די Fi קאלירט זייער שטארק די שוין אזוי נישט פאקטן וואס מ'זעהט מיט די Ne. זייער שווער איז מיר געווען אויפצוכאפן מהלכים אין די פון אויבערפלעכליכער אומ'תמידיות'דיגער וועלט וואס האבן ערשיינט פאר מיינע אויגן.
טיף טיף טיף איז וואו מ'הייבט אן טרעפן מהלכים. (מהלכים מיין איך צוזאגן, אז פארשידענע זאכן חזר'ן זיך איבער) צומאל טראכט איך, "איז די אניאגראם א נוצבארער געצייג?" ווייל אויב איך דארף צוואנציג יאר אין איין ציה זאמלן אינפארמאציע, און ערשט נאכדעם אנהייבן זעהן מהלכים, וואס קען די אניאגראם צוניץ קומען פאר'ן פשוט'ן מענטש? צומאל האט איך חרטה פארן משפט'ן מענטשן וואסערע נומער זיי זענען, און אויסשטעלן מיינע ריאקציעס צו זיי. "וויאזוי בין איך געווען זיכער אז דו ביסט א דרייער, און איך האב מיך צו דיר נישט שיין באצויגן, און נישט געזעהן דעם אמת וואס ס'גייט פאר מיט דיר אז דו ביסט בכלל נישט א דרייער. נאר גאר א Fe וואס וויל פשוט אויסנעמען ביי די ארומיגע ווייל דו האסט געוואלט מ'זאל דיך ליבן".
היינט זאג איך פאר איינעם אין ביהמ"ד "זעהסט יענעם דארט? ער איז א פינעווער." איך פארשטיי אז ער איז א פינעווער, ווייל איך זעה (מיט מיינע באגרעניצונגען) אויף אים א שטארקער Ti. איך זעה ווי ער איז מגדיר די מהות פון די וועלט ארום. זאגט מיר יענער "נע... ווער?... דו מיינסט יענעם דארט?... מאשקאוויטש?... נע... ער איז א ניינער! זעהסט נישט אז ער איז א ניינער..." איך טראכט ביי מיר, "איך זעה די טיפע מהלך המחשבה זיינעם ווי עס לויפט פינעוועריש; קוקט מיר אויס צו זיין א INTP". ער באאבאכט, ער טראכט...
אבער ווי לאנג האט מיר דאס גענומען צו כאפן? יארן. יעדן טאג לערן איך מיך נאך און נאך און נאך און נאך. סתם פון באאבאכטן די בריאה. איך האלט אז א ENFP האט שווערער ארויס דעם אניאגראם. ווייל בכלל ער זעהט די וועלט זייער דינאמיש. אמאל אזוי, אמאל אנדערש, און אמאל פארקערט. אבער סוף סוף נאכן צאמנעמען אלע זייטן הייבט זיך אן צו זעהן הארטע מהלכים וואס עס לויפט טיפער אריין. מהלכים מיינעך צו זאגן: וואס מ'קען נישט זעהן ווי עס טוישט זיך אזוי אפט. טראכט איך צו מיר "איז עס די מהלכים וואס זיי האבן געזעהן טיף טיף אין א מענטש?"
וואס איז פשט פון דעם אז ס'איז אזוי שווער, פאר מיר אדער אפשר אויך פאר אנדערע צו געפינען די טיפע מהלכים לויפן אין א מענטש? וואס איז פשט? איז א יעדער וואס איז משפיע על מנת לקבל א זעקסער? און בכלל וואס רבש"ע איז די שאיפה צו וועלן דערגיין דעם אניאגראם; די מענטשהייט. מ'וויל א מהלך. "איך וויל קענען טרעפן אז וואס איך זעה אז דער מענטש טוט יעצט, זאל מיר אויסזאגן דעם סוד, וואס ער וויל"; "פארוואס טוט דער מענטש דאס און דאס"; "וואס וויל ער פון מיר"; "וואס דארף צו זיין מיין ריספאנס צו אים?".
מיר ווייסן אז דער מענטש וועם מיר באגעגענען האט אנדערע סיבות פארוואס ער טוט וואס ער טוט. "ווען איך האב עס געטון, האב איך דאך געפילט פארוואס איך טוט עס. אבער ער, פארוואס טוט ער עס יעצט? וואס ליגט אונטער דעם". און ווי לענגער, אלץ מער האלט איך אין איין איינזעהן אז ס'דא נאך טיפער, און נאך טיפער. אויב האבן די וואס האבן אונז געוואלט אויסלערנען דעם אניאגראם, געוואלט מיטטיילן אט די טיפע, טיפע מהלכים וואס עס לויפט אין א מענטש, וואס קענען מיר דאס נוצן אלץ געצייג, אויב ס'וועט אונז זיין אזוי שווער אויפצוכאפן?
מח האט נאכגעברענגט פון מתבונן אז די אניאגראם איז וואס איז די טיפסטע רצון פון א מענטש אויף דער וועלט. אפילו דעס איז נישט קלאר ביי מיר. לאמיר זאגן א ISFJ וואס איז אדער א זעקסער אדער א צווייער אדער א ניינער. איך זאג ענק, אז מ'קען זעהן אלע שטריכן ביי א ISFJ. מ'קען זעהן ניינערישקייט. ממש דאס ענין פון וועלן שלום; דאס ענין פון ציטערן אז ס'זאל זיין א אנגעצויגנקייט צווישן נאנטע מיט וואס מ'וויל זיין. מ'קען זעהן דאס ענין פון ליב האבן נאטור. ממש משוגע ווערן פון א וואסער'ל, פון א פייגעלע, פון א פלענט, פון גראז, פון בערג, פון די הימל, פון די בריאה. מ'קען זעהן די נאנטשאפט צום באשעפער. און מ'קען אויך זעהן די אנגעצויגנקייט אז אלעס זאל לויפן, און בלייבן סעקיור. און מ'קען זעהן דאס איבערגעגעבנקייט; דאס געטריישאפט; דאס ליבליכקייט, דאס טון נאר פאר יענעם. דאס כמעט נישט טון פאר זיך. וואס דאס באלאנגט צום צווייער.
יעצט, לויט ווי איך פארשטיי יעצט "וואס איז די טיפסטע סיבה פון די מענטש?" זיכערקייט = זעקס. אדער צוזאמען = ניין. אדער זיין באליבט = צוויי? מ'קען טעארייזן. די סיבה איז זעקס, סעקיוריטי. און זאגן אז נאר וועגן סעקיוריטי ווילן זיי אויך זיין נאנט. אבער מ'קען זאגן ניין, "וואס איך וויל האבן איז מנוחה, און ווען איך בין אונטער סטרעס גיי איך צו זעקס". און מ'קען זאגן צוויי. "איך וויל בעיקר זיין באליבט, און איך בין נישט צופרידן נאר מיט'ן האבן סעקיוריטי".
וואס פאר א "גרויסע עוולה" איז דאס, צו זאגן פאר אזא ISFJ (אין קאפ) ביסט א זעקסער. און די סיבה פארוואס איך גיי דיר געבן א שמייכל איז ווייל דו דארפסט עס האבן וועגן דיין סעקיוריטי געפיל. אפשר "איך גיי דיך געבן א שמייכל וועגן דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב! אמת, טאקע אז דא איז דא זעקסערישע שטריכן. און לאמיר מסביר זיין וואס דאס מיינט זעקסערישע שטריכן.
ס'איז געווען א מענטש וואס האט גענומען פארשידענע שטריכן און עס געלייגט אויף א טייפ וואס ער האט גערופן דעם זעקסער; די לאיאליסט. און אלעס שטומט. יא, אמת אז "איך האב מורא אז איך גיי פארלירן מיינע נאנטע". יא אמת אז איך וויל אז זאכן זאלן זיין סעקיור. אבער איך וויל אויך ליבשאפט, נאנטשאפט. צווייערישקייט. פארוואס פעלט אויס צו לייגן דעם מענטש אין א זעקסער צאמגעשטעלאכץ. און דו קענסט נישט ענטפערן "ווייל ער איז א זעקסער". איך וועל דיך זאגן "א זעקסער ווייזט נישט קיין געפילן". די זעקסער וואס ווייזט נישט קיין געפילן איז לכאורה געווען א ISTJ.
מיין זארג איז: ווער ווייסט צו מ'האט נישט קאליע געמאכט א רילעשנשיפ צווישן זיך מיט א חבר נאר ווייל ער איז א זעקסער! אין די צייט וואס ס'קען אפילו זיין אז יענער איז נישט געווען קיין זעקסער. לאמיר טראכטן א רגע. ס'איז געווען א מענטש, אדער מענטשן, וואס האבן באשלאסן אז מענטשן וואס טוען אזוי און אזוי, זענען זעקסער. לאמיר טראכטן צוזאמען. מיר זענען געווען די וואס האבן זיך געלאזט. מיר זענען געווען וואס האבן ארויסגעשניטן פון די מענטשהייט פארשידענע שטריכן, און עס אריינגעלייגט אין א זעקסער באקס. אז דו וועסט זאגן "ניין, מיר האבן נאר געוואלט אוועקשטעלן בינטלעך, אז די וועלט זאל מאכן מער סענס". זאגט דער אנדערער "אבער
אפשר האט עס געמאכט אז מיר זאלן ארויסשניידן און אפלערנען זאכן וואס יענער האט געטון וואס עס האט נישט געהאט צו טון מיט די זעקסער בכלל". א שמייכל פון יענעם וואס איז געווען ריין שמייכל און נישט געהאט די כוונה פון זוכן סעקיוריטי. און נישט געהאט די כוונה פון וועלן זיין א משפיע על מנת לקבל.
בכלל דארף דען יעצט יעדער מורא האבן צו זיין א משפיע על מנת לקבל? איך וויל עפעס פרעגן. אויב איך שטיי ביי א שמועס, און איך זעה מיך טון א זאך וואס איז א משפיע על מנת לקבל, דארף איך מיך פילן ארויס פון געזונט? אפשר איז דאס יא געזונט? געזונט און נישט געזונט איז, אזאך וואס פאדערט אינערליכע כוחות צו פייטן כדי צו האלטן א דמיון אין פלאץ, דאס איז נישט געזונט. א זאך וואס איז נאטורליך איז געזונט. איז משפיע על מנת לקבל א זאך וואס איז נישט נאטורליך? ווען איך זאג פאר איינעם א גוט ווארט, ווייל איך דארף צוריק יענעמ'ס אטענשאן איז דאס וואס? איך רעד נישט עקסטרים.
לויט ווי איך פארשטיי קומט דאס ענין פון משפיע על מנת לקבל, פון Fe. אבער מ'קען דאס נישט מאכן פאר א כלל אז דאס זאל זיין א זעקסער. פארוואס דארף א יונגערמאן אדער א בחור'ל זיך זארגן "מי יודע צו איך בין א זעקסער"? פארוואס? פארוואס דארפן מיר אננעמען א סיסטעם וואס האט געמאכט אז מיר זאלן מורא האבן פון די בריאה וואס השי"ת האט באשאפן? צו האט דער וואס האט געמאכט דעם אניאגראם געוואלט מ'זאל אים זאגן ביסט א זעקסער? צו האט אדאהאן געקענט באשטיין אז מ'זאל איר זאגן "ביסט א זעקסער?" צו איז די תכלית פון די אניאגראם אז מ'זאל איין מינוט זיך דארפן זארגן וועלכע טייפ מ'איז?
מיר זענען געווען די מענטשן וואס האבן עקזיסטירט פאר די אניאגראם. און מיר זענען די עצם טבע וויאזוי השי"ת האט באשאפן די וועלט ברוב חכמתו. וויאזוי קענען קומען א חלק מענטשן און שרייבן אויף א אנדערע חלק מענטשן זייער גנות? ווייסט ווען ס'וועט זיין א סימן אז ס'איז מער נישט קיין גנות? ווען ס'וועט מער נישט זיין קיין זארג "בין איך א זעקסער?" ווען ס'וועט מער נישט זיין די פרייד "wow!!! איך בין א אכטער, קענסט עס גלייבן?..." מיין זארג איז, איך האב געזעהן א קליין אומשולדיג בחור'ל וואס האט מיר געזאגט מיט א שטיקעדיג האלז, און אומצופרידן "איך מיין אז איך בין א זעקסער". אין דערצייט וואס לא מיניה ולא מקצתיה.
איך קען זעקסערס וואס זענען א ברכה פאר די מענטשהייט. און איך קען פירערס וואס דארפן זיך פאררעכטן. ס'האט נישט צו טון ווייל יענער האט געזאגט זעקסער. ס'איז מיר וואס האבן זיך דערפון וואוסנדיג געמאכט. און אנגענומען אז איינער זאל אריינזאגן א ווארט צו משפט'ן צו עס איז יא גוט צו זיין א זעקסער צו נישט. (נישט אז זיי האבן גע'משפט)
לאמיר זאגן אזוי. לאמיר זאגן אז ס'קומט א מענטש און שרייבט אז מענטשן זוכן סעקיוריטי. און דערפאר גייען זיי אויף ביידע פיס. און ווען איך גיי זעהן מענטשן וואס גייען אויף ביידע פיס גיי איך טראכטן "ער טוט עס פאר סעקיוריטי". די זעלבע זאך איז מיט צווייער. שטייט א יונגערמאן און ער שמייכלט בטוב לבו צו ארומיגע מענטשן, קומט זיך אריין "נשמה" און טראכט "מאניפיולאציע"!!! פארוואס רבש"ע? פארוואס דארף יעצט דער מענטש ווערן גע'משפט? ער איז געווען פאר מיר אין די בריאה. דאס איז די בריאה. האסט געוואלט אז ס'זאל נישט זיין קיין זעקסערס? האסט נישט געוואלט. איז, ווען איך וועל זעהן אז מענטשן וועלן אויפהערן טראכטן מיט פחד און מיט זארג "איך מוז אויסטשעקן און מאכן זיכער אז איך בין נישט קיין זעקסער". דעמאלט וועל איך וויסן אז די בריאה איז צוריקגעגאנגען צום נארמאלן וועג אן ווערן גע'משפט'.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז איך מיין (און אלעס וואס איך שרייב איז לויט ווי איך מיין... איך בין מודה...) אז אסאך פירערס זענען געשטעמפלט געווארן אלץ זעקסערס. איך געדענק ווי איינער האט מיר געזאגט "ביסט א זעקסער". און איך האב עס אנגענומען פאר face value. אז דאס איז דאס טאקע. איך מיין, אויב איז די אניאגראם אזוי שווער צו באגרייפן, וואסערע תכלית האמיר דערפון? אז דאס הארץ זאל צאפלן צו מ'איז א זעקסער צו נישט. ווען דער וואס לערנט אויס דעם אניאגראם וועט זיין גרייט אז מ'זאל זאגן אויף אים "ביסט א זעקסער" אפילו אויב ער ווייסט קלאר ביי זיך אז ער איז נישט, דאן קען ער זאגן פאר אנדערע ביסט א זעקסער.
שטעל דיך פאר דו זאגסט פאר א ISFJ ביסט א זעקסער. "אבער מיסטער, נאר דאס בין איך?" און וואס איז מיט מיין געטריישאפט, איך וועל אלעס טון פאר דיר? ניין, דו טוסט עס פאר דיין סעקיוריטי! "אבער איך האב דיך עכט ליב" ניין, דו טוסט עס ווייל דו ביסט א צווייער! דו מיינסט דיך. דו מיינסט נישט מיך. הבל.
מיר זענען די וואס נעמען אן דעם אניאגראם. מיר זענען די וואס האבן אריינגעלייגט מענטשן אונטער די ליכט פונעם אניאגראם, אפצו'פסק'נען זייערע מעשים נישט ריכטיג! ער איז א זעקסער! אבער ביטע... לאז פלאץ...
ער איז נישט נאר א זעקסער. און בכלל זייט איך האב אנגעהויבן זעהן וואס מאיר בריגס איז, האב איך אנגעהויבן טראכטן, אז אפשר האט עס גארנישט צו טון מיט זעקס. אזוי איז זייער נאטור.
לדוגמא: ביים זעקסער טענה'ן זיי אז די אינערליכער מחשבה פעלט! ביי א ISFJ איז די אינערליכער מחשבה די פערטע פונקציע. ביי א ENFP איז די אינערליכע מחשבה די זיבעטע פונקציע. איך מיין נישט צו זאגן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א זעקסער. אבער מ'דארף עס האלטן זייער לייכט, נישט עס נעמען און פסק'נען דערמיט יעדע שמייכל וואס יענער געט אז "האסט עס געטון ווייל דו ביסט א מקבל על מנת להשפיע". מיר קענען נוצן דעם אניאגראם אבער ביטע "נעם עס נישט אזוי ערנסט, ווייל ס'איז נאר א באשלוס פון א מענטש". און די בריאה האט השי"ת באשאפן. די בריאה; די נאטורליכקייט פון א מענטש, איז סך טיפער ווי סתם א זעקסער. אפילו ס'שטומט. איז אבער די בריאה סך טיפער דערפון.
אפילו
מתבונן האט געזאגט אז טיפער זעהט ער מער ווי איין טייפ. טיפער זעהט ער סך מער. ביטע זיך אויסלערנען צו האלטן דעם "ער איז א זעקסער" זייער לייכט. און זיין גרייט אז ס'זאגט נישט אלעס וועגן דעם מענטש. אז מ'האלט עס לייכט
והשם הטוב יעזור.