ים רויבער האט געשריבן:א אינטערסאנטע זאך האב איך פריער געזעהן אין באר היטב אז ע"פ אר"י ז"ל לייגט מען תפילין צופרי בצנעה אין מ'ליינט קרי"ש ס'איז טאקע ידוע אז די רבי ז"ל פלעגט לייגן תפילין צופרי בצנעה און ער פלעגט שטארק אכט געבן אז קיינער זאל נישט באמערקן, ביז איין הויז בחור איז געווען א אויבער חכם אין באהאלטען דעם רבי'ןס תפילין אין די רבי האט אים עס געמוזט בעטן
לגבי הנחת תפילין בת"ב עיין במעבר יבק, שפת אמת פרק ל"ד: "והמבין סוד שער של תפילין יבין עוד טעם לשבח למה האבל פטור מהם ביום ראשון וכן בט"ב שבעונותינו ירדנו פלאים אין מניחין תפלין בבוקר בעת האבל, וראיתי יחידים שאינן מונעים עצמם מתפלין לא ביום א' של אבילות וגם לא בט"ב ועיין בדברי הפוסקים בזה"
וסיים בזה"ל: "וכל אלו רמזים מלבד פשוטן של דברים הכתובים בדברי הגמרא והפוסקים שהם אמת ותורתן אמת ומנייהו לא נזוע". עכלה"ק.
הטרחתי והעתקתי בעניי כל הנ"ל כי ראיתי שמציינים המקור להנ"ל ולא עיינו בפנים ולא ראו סיום דבריו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
באגי מען האט געשריבן:1) פון חצות און ווייטער טאר מען נישט לערנען, נאר פון עניני תשעה באב, ווי צב"ש מגילת איכה, פירושים על הקינות, גמ' מס' גיטין מעניני החורבן א.ד.ג.
2) ספר איוב וואס רעדט פון צרות מעג מען יא לערנען, אזוי אויך מעג מען לערנען פון ספר ירמיה די קאפיטלעך וואס רעדט פון פורעניות.
3) ערב תשעה באב טאר מען נישט גיין שפאצירן, און די איסור פון עסן פלייש און טרינקען וויין איז נאך הארבער (מדינא דגמרא).
4) מען פירט זיך צו עסן אינמיטן טאג א גרויסע סעודה כדי צו האבן כח צו פאסטן (אין כתב סופר שטייט אז דורך דעם ווייזט מען אז מען קלאגט נישט אויף חסרון הגשמיות, נאר אויף חסרון הרוחניות).
5) נאך מנחה עסט מען די סעודת המפסקת, זיצענדיג אויף א נידריג בענקל, (עפ"י סוד שטייט אז מען זאל נישט זיצן אינגאנצן אויפן ערד אן א חציצה) און עס איז דא וואס פירן זיך אויך אויסצוטון די שיך (מען מעג עס אבער נאכדעם צוריק אנטון ביזן זמן פון צאת הכוכבים).
6) יעדער איינער עסט זיך פאר זיך אין זיין ווינקל, כדי נישט צו מאכן קיין מזומן.
ווייס איך נישט צו מ'האט עס אמאל געטראפן, אבער מדברי הפרי מגדים נשמע אז דער מנהג איז געוועזן דאס צו עסן און דייקא ערב תשעה באב אבער א גאנץ יאר האט מען דאס ע"פ רוב נישט געמאכט.
ואפשר ברייטי לאקשי"ן עם גבינה כיון דרוב פעמים אין עושין כן הוה ב' תבשילין:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אין שו"ע סימן תקנ"ט שטייט: ליל תשעה באב ויומו יושבים בבית הכנסת לארץ עד תפלת מנחה. זאגט מיר איינער אז ביי זיי פירט מען זיך אז אינדערהיים זיצט מען געהעריג אויף בענקלעך נאר אין ביהמ"ד זיצט מען אויף דער ערד
דריידל האט געשריבן:אין שו"ע סימן תקנ"ט שטייט: ליל תשעה באב ויומו יושבים בבית הכנסת לארץ עד תפלת מנחה. זאגט מיר איינער אז ביי זיי פירט מען זיך אז אינדערהיים זיצט מען געהעריג אויף בענקלעך נאר אין ביהמ"ד זיצט מען אויף דער ערד
איך האף אז יענער איז גאר גאר א גרויסער תמים... אנדערש האב איך נישט קיין לימוד זכות.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
עס איז קלאר א גילוי פנים בתורה שלא כהלכה, עיין בפוסקים מה שדנים אם מותרים לישב על העגלה וכדומה, הרי רואין שהנידון הוא לא רק בבית המדרש, וממה שהדגישו שבביה"כ וכדומה שאין צריכין להחמיר, הרי רואין מזה בבירור שלאו דוקא בבית הכנסת רק בכל מקום צריכין לישב על הארץ. וכן לפי הטעם שכתב הבית יוסף שצריכין לישב על הקרקע דומיא דאבל, ורק עד המנחה שעבר רוב היום באבילות, לפי זה משמע להדיא שגם בבית צריך לישב על הקרקע. ומסתמא הדבר פשוט ביותר, רק לפום ריהטי' עלה בלבי ראי' זו.
אלע יארען האב איך געוויסט אז מען פאנגט אן פאסטען ביי די שקיעה 15 מינוט נאך לעכט צינדען אזוי ווי א יעדע דאורייתא וואס מען איז מחמיר אין ת"ב איז הארב אזוי ווי א דאורייתא דערציילט מיך א חבר אז ביי אונז אין סאטמער פאנגט מען אן צו פאסטען ביי די צוויטע שקיעה ווי באלד סאיז א דרבנן איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם האב איך ארויס גענימען די זמירות דברי יואל איך זיך אין איך זיך טאמר די רבי האט טאקע אזוי געהאלטען אדער ס איז סתם א אנרעדענישט אזוי ווי אנדערע 100 זאגען וואס מען לייבט ארויף ארויף די רבי אבער איך האב נישט געטראפען א רמז פון ווען די רבי האט אויפגעהערט עסען במילא פראג איך די עולם פון ווען פאנגט מען צו פאסטען?
לב בשר האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די שיעור פון א ת״ב בענקל איז דריי טפחים?
בילקוט הגרשוני (סי’ תקנט סק”א), שאף בט’ באב רשאי לישב על ספסל קטן שאינו גבוה שלשה טפחים, דהאי חומרא לישב על גבי קרקע יש לה סימוכים מהירושלמי (פ”ג דמ”ק), דמאי דכתיב גבי איוב, וישבו אתו לארץ, על הארץ לא נאמר, אלא לארץ, דבר הסמוך לארץ, וסמוך היינו ג’ טפחים. ולכן יש מקום להקל בזה לזקן ולכל מי שאינו יכול. ע”ש. ומקורו מספר עיון תפילה למהר”ש מרומלוב.
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט(קרעדיט: מאטי אילאוויטש)