נייע ביזנעס איידיע (Invention \ patent בלע"ז)

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

נייע ביזנעס איידיע (Invention \ patent בלע"ז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

קודם כל שלום עליכם מיינע גוטע פריינט, דאס איז מיין ערשטע מאל וואס איך נעם די פעדער אין די האנט און די מייקארפאן צום מויל, לא שרייבער אני ולא בן שרייבער אני, איך דריי מיך שוין ארום דא אויפ'ן 'וועלט' א לאנגע צייט איך שוועב דא ארום אונעם עולם התוהו איך זיך און נישטער עפעס וואס איך מיין אז אסאך וואלטן געוואלט וויסען און פארשטיין, אבער זעט אויס אז בעוונותנו הרבים האט מען מן השמים דאס נישט צוגעלאזט, מען האט געוואלט אז דווקא איך זאל זיין דער פאן-טרעגער פון כלל ישראל און צוריקהאלטן פון אחינו בני ישראל פון אריינפאלן אין א מים שאין להם סוף, זיי אפהאלטן פון אנקומען צו פלעצער וואס מען דארף נישט, און שפארן צענדליגע הונדערטער טויזענטער דאלארן בלי גוזמא פון ווערן ארויסגעוורפן פון פענסטער, מען רעדט דא פון אזעליכע קאמפעניס וואס האבן אריינגעלייגט מער געלט און טרענירן זייערע ארבייטער אויף היפענטייז"ן א מענטש און ארויסקוועטשן פון אים די מערסטע וואס איז שייך, אפגעשפארטע שווער פארדינטע געלט, געבארגטע (אדער גע'גנב'טע) געלט, ווי זייער גאנצע ביזנעס איז ווערד, דערפאר וועל איך אי"ה פארבירן אויפצווויקלען וואס דא גייט פאר אין פארשטיין געבן פארן עולם וואס מען מעג און וואס איז אויסגעהאלטן שכלדיג, אפי' איך האב א העווי סקעדשועל בין ביזי אגאנצען טאג וועל איך אראפגנבנען פון מיין טייערע צייט און ניצען מיין ביזנעסקאפ ארויסצוהעלפן מיינע אחים לצרה.

עוד חזון אי"ה היינט נאכמיטאג (האפענטליך...).
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

פארוואס נאכמיטאג מאך עס יעצט איך בין מוראדיג נייגעריג ואאס די האסט צו זאגן
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

עליכם שלום ביזנעס קעפעלע. איך קען יא באשטיין צו ווארטן אויף נאכמיטאג, ווייל מסתם וועסטו דעמאלס האבן מער צייט, וועט עס זיין בעסער אראפגעשריבן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ברוך הבא, מיר ווארטן אויף אייער הילף. און אויב מעגליך, טאקע נאך היינט נאכמיטאג.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיר ווארטן אויך, און פאר אלעם א גרויסן שלום עליכם, יהי בואכם לקרעטשמע, לשלום ולביזנעס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יהא בואו לבריכה, און צו דערהייבן די הערנער פון די עדיית.
עס גייט שוין באלד ווערן נאכמיטאג, ווארט מיט געדולד...
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

נאכמיטאג וועט שוין נישט ווערן, אפשר פארנאכטס!
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

א גוטן חברה איך בין דא צוריק אזוי ווי איך האב פארשפראכן היינט אינדערפרי, און לאמיך מיך טאקע האלטן אלטס א ווארטס מענטש (העמיר זעהן אויף ווי לאנג) און צוקומען צום פינטל אויף וואס די אשכול איז געשטעלט.

אבער אקדמות מילין צום ערשא צוויי זייטיגע נקודות, כ'האב מיך באמת נישט גערישט אויף אזא ברייטהארציגע ברוך הבא, כ'האב לכתחילה געקלערט אז מען וועט מיר ניטאמאל אנקוקען נאר פשוטו כמשמעו איגנארירן, כבר הי' לעולמים, ווייל וועם אינטערסירט דען ווען עס שפאצירט אריין אין קרעטשמע א קליינגעוויקסיג דאר יונגערמאנטשיקל א אויסגעקראכענער בארד און דער קאפ באזעצט מיט אן העל-רויטע זון אפגעבאקענע הוט (קוק נאר ווי ער אימדשענט זיך אז איך זעה טאקע אזוי אויס...), און טאקע כאן המקום לפרסם ולהלל די געוואלדיגע מעלות פון אונזער קרעטשמע אז מען לאזט יעדעם אריין, נישט קיין חילוק ווער די ביסט, וואס די ביסט, ווי די באלאנגסט, וויאזוי די זעהסט אויס מיט וואס די ארבייטסט וכו' וכו', יעדער קען זיך טרעפן דא די פלאטס, עס קען זיצן א אינגערמאן און ארוגוויי אדער ווייסעך ווי און בלאזן מיטן שופר, בעסער געזאגט קלאפן אויפן קיבארד און די קול דערגרייכט מיילן ווייט אזוי אז אנדערע קענען הנאה האבן, און אנדערע פלעצער קוקט מען אים ניטאמאל אן, און דא איז ער דער ראש המדברים, דאס איז ווייל דער עולם גולם זענען נישט קיין מבינים, ערגעטס אנדערש אויב האט מען נישט קיין באסאווע שטימע ברייטע פלייצעס און א ברייט צועפענט פיסק וואס קען זיך קוים פארמאכן, איז שווער צו קאמינעקורן אין זיך איינגלידערן, אבער דא אין קרעטשמע איז יעדער וועלקאם מען ברענגט ארויס די אינערלעכקייטן פון יעדעם אזוי אז יעדער קען הנאה האבן כן יעזור ה' כה לחי פאר אלע חברים און די גרינדער זאלן זיך קענען אלטס איינער דער צווייטן ארויסהעלפן. און נאך איין נקודה אלטס נייער בין איך נאכנישט די בעסטע שרייבער דערפאר זאל מיר קיינער נישט צומבלען אויף מיין שרייבעריי, כאטש איך פארביר צומאל צוניצען הויעך שטאלפערישע ווערטער, דאס איז נאר זיך אהערצושטעלן אלטס עפעס וואס איך בין נישט, איך האף בקרוב זיך געהעריג אריינצוגלידערן און זיך אויסלערנען די פאך, דאן וועל איך קענען אויפהערן פאפן די וועלט (אזאך וואס איך און דו טוען שוין יארן), אקעי לאמיר נישט פארקריכן דער עולם וויל שוין אוודאי הערן עפעס אינטערסאנט און נוצליך אויף וואס דער אשכול איז געשטעלט.

באמת ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן איך וויל דא אראפברענגן מיין אייגענע ערפארונג אין די געביט, איך וועל מאכן פון א לאנג סטארי שארט און שרייבן נאר וואס קען זיי הילפבאר פאר אנדערע, וזה החלי אזוי ווי איך פארמאג א שנעל לויפענדע קאפ (שנעל לויפענד מיינט נישט קלוג, און דאס מיינט אויך נישט אז איך בין נישט קלוג...) איז פון די פריעסטע יוגענט יארן נאך אלטס קינד אין חדר פלעג איך יעדע פרייע מינוט טראכטן פון פרישע בייפעלער המצאות ניי אויסטרעפונגען און פאטענטן וואזוי מען קען גרינגער מאכן די לעבן פון מענטשן, אסאך באזעצענע און פארשטענדליכע האבן שוין דאן נבואות געזאגט אויף מיר אז איך בין אויפן וועג ארויף אויסצווואקסן א מולטי מולטי, און אזוי איז אויך געווען אין ישיבה האב איך צו יעדן פראבלעם אלטס געטראפן א וועג ארויס א בייפל וואס דערמיט וואלט איך געקענט ראטעווען די סאטואציע,

איי עם סארי אבער איך מיז מאכן א ברעק די צייט לויפט אויס, איך פאר אי"ה אוועק אויף שבת, האפענטליך זונטאג וועל איך ווייטער גיין.

נ.ב. מען דארף נישט ווארטן אויף מיר מען קען אנפאנגען צו שרייבן איבער די נושא.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אוי בוזטו א "ביזנעס קאפ"! דו מאכסט עס גוט מיט אונז! איךהאף אז ביי דיר אין ביזנעס טוסטו נישט אזוי מיט דיינע קאסטומערס!
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטס און ווארעמס »

האלטס ענק איין עס זענען דא גראדע מענטשן אויך, ער הייבט הערשט יעצט אהן צו שרייבן, איך געדענק נאך [נישט צו לאנג צוריק] ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן איז די האנט מיר אראפגעקומען נאך פאר איך האב געשריבן אפילו איין ווארט, עס איז שווער צו שרייבן אזוי פיל אויף איינמאל.
און צו כבוד הרב ביזנעס קאפ, אויב איז דאס טאקע די סיטואציע, דאן האסטו דא א לינק ווי מען קען זיך זייער שנעל און גרינג אויסלערנען צו טייפן. http://sense-lang.org/typing/
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ביזנעסקאפיקע!

דו שרייבסט סופער סופער! איך ווייס נישט פארוואס דו מאכסט דיך אזוי אוועק.

צווייטנס, ווי עס זעהט מיר אויס ווילסטו שרייבן וועגן MLM סטייל קאמפאניס וכדו' למיניהם, וואס פראפיטירן אויף יענעמ'ס נאאיוויטעיט מיטן אריינארן מיט טרוימונגען פון געלט אוצרות וואס ווארטן דיך אפ, דארפסט נאר אריינשיקן פערציג דאלאר און מיר וועלן דיר שיקן אינסטרוקציעס וויאזוי צו גיין ווייטער... בלא בלא בלא, איך מיין אז דאס איז א שטארק-ברענעדיגע טעמע ביי אסאך יונגעלייט וואס פאלן אריין בלא יודעים רח"ל אין ביטערע טיף-זינקענדע חובות צוליב אומאינפארמירט זיין, נאר וואסזשע דען, פארוואס הערט מען קיינעם נישט רעדן דערוועגן, דאס איז ווארשיינליך מחמת בושה, קיינער וועט דיר נישט פארציילן ווי מיאוס מ'האט אים אריינגענארט מיט נארישע נישטיגע צוגעזאגעכצער, איך גרויסער קארפן-קאפ זאל זיך לאזן פונעם אפגעפליקטן ווייסעך-וואסערע גוי? על כן הערט מען גאר ווינציג פון אפגעבריהטע מענטשן, דאס איז א זאך וואס זייער אסאך לערנען זיך ליידער אויף די אייגענע בארד, און אין פיל פעלער ענדיגט זיך די זאך ביי שאדנס פון צענדליגע טויזנטער דאלאר ל"ע.
על כן מיין איך אז ס'איז א געוואלדיגע זאך דעם טעמע אויסצושמועסן און אויפמערקזאם מאכן וועגן די כיטרע אינטריגעס מיט וואס מ'דארף קעמפן.

איך ווארט אויף דיין שרייבעריי ווייטער.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אוי ביסטו א געזונטער ביזנעס קאפ אזונס צי מאכן סדר פון מיר, דו האלטס מיר אן ביים קארג איך ווער געשפאנטער און געשפאנטער און דאן געסטו א דריי אויס עם דאשיק אויף צוריק, ווי מ'זאגט ביסט דיך אליינס שילדוג כאדיר נישט געהייסן ליינען........

אבער גלייב מיר ווען דיין שריפט איז נישט זיסלעך און בא'טעמ'ט וואלט איך ארויס געפיצט פון דא נאך די צווייטע שורה, אבער פארפאלן האסט א געזונטען פעדער אין די האנט!

אונז ווארט מיר אלע אויף די קומענדיגע.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ברוך הבא, יהא בואך לברכה,
וועלקאם טו די קלאב...

די ארטיקל איז זייער א גוטע התחלה

אינטעליגענט האט געשריבן:צווייטנס, ווי עס זעהט מיר אויס ווילסטו שרייבן וועגן MLM סטייל קאמפאניס וכדו' למיניהם, וואס פראפיטירן אויף יענעמ'ס נאאיוויטעיט מיטן אריינארן מיט טרוימונגען פון געלט אוצרות וואס ווארטן דיך אפ, דארפסט נאר אריינשיקן פערציג דאלאר און מיר וועלן דיר שיקן אינסטרוקציעס וויאזוי צו גיין ווייטער... בלא בלא בלא, איך מיין אז דאס איז א שטארק-ברענעדיגע טעמע ביי אסאך יונגעלייט וואס פאלן אריין בלא יודעים רח"ל אין ביטערע טיף-זינקענדע חובות צוליב אומאינפארמירט זיין, נאר וואסזשע דען, פארוואס הערט מען קיינעם נישט רעדן דערוועגן, דאס איז ווארשיינליך מחמת בושה, קיינער וועט דיר נישט פארציילן ווי מיאוס מ'האט אים אריינגענארט מיט נארישע נישטיגע צוגעזאגעכצער, איך גרויסער קארפן-קאפ זאל זיך לאזן פונעם אפגעפליקטן ווייסעך-וואסערע גוי? על כן הערט מען גאר ווינציג פון אפגעבריהטע מענטשן, דאס איז א זאך וואס זייער אסאך לערנען זיך ליידער אויף די אייגענע בארד, און אין פיל פעלער ענדיגט זיך די זאך ביי שאדנס פון צענדליגע טויזנטער דאלאר ל"ע.
על כן מיין איך אז ס'איז א געוואלדיגע זאך דעם טעמע אויסצושמועסן און אויפמערקזאם מאכן וועגן די כיטרע אינטריגעס מיט וואס מ'דארף קעמפן.
איך ווארט אויף דיין שרייבעריי ווייטער.


אינטעליגענטער ווי פאסט פאר דיר צו פארגעסן פון א שניידענדיגע ארטיקל פון אונזער אלעמען באליבטער שאצל איבער די נושא....
http://www.ivelt.com/distributio ... 7%9B%D7%9D
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שטארק געגליכן די ערשטע צוויי איינטראגעס פונעם ביזנעסקאפ, און וואלט געגארט צו ליינען נאך פון דיינע ווערק.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ביזנעס קאפ, שלום עליכם, איך ווארט אויך צו הערן די ביזנעס איידיע

בד"וו מיר קענען בכלל נוצן א ביזנעס קאפ דא אין דעם ביזנעס פארום ווייל אלע חברים די געלונגענע ביזנעס קעפ (ובראשם האחראי ר' חיים ברוך נ"י) זענען זעט זיך אויס ביזי געווארן מיט זייער אייגענע ביזנעס
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

מיינע געהרטע מיטטיילער – מיטליידנדע און מיטגעמאכטע חברים, צום אלעם ערשט בין איך קוים צוריקגעקומען פון אן אינהאלטרייכע וויקאציע שבת, אביסל אוועק געפארן פון די דעגות הזמן, כאטש דער וועלט אויפטרייסלנדע געשעהניש און אינדיע – בית חבד האט מיר באגלייט דורוכאויס דעם שבת, דאך בא שבת בא מנוחה, שבת עפ"י הלכה איז דאך אסור געווען מתאבל צו זיין, און אזוי אויך יעצט ווען מיר זענען אריין אין די ימי החול טארן מיר נישט פארגעסן פון די הייליגע קדושים וואס זענען ארויף אויסגעלייטערט מכל חטא ופשא, און אנגעקומען צו די העכסטע דרגות וואס איז שייך, דאך איז די סדר העולם אז עולם כמנהגו נוהג מען דארף אפווישען די טרערן און זיך אוודאי פארנעמען עפעס לעילוי נשמתם (ולנשמתנו) און מתקן זיין יעדער ביי זיך וואס מקען און בעטן און האפן אויפן גואל צדק במהרה בימינו, מיר וועלן אויך זיך דערווייל געבן א ריר און ממשיך זיין ווי מיר מיר האבן געהאלטן.

בעק טו ביזנעס, איך זעה ווי הרב אינטעליגענטער האט שוין אנגעפאנגען צוצורירן צום נקודה זעט אויס אז ער האט א גוטן חוש הריח עפעס האט ער שוין דערשמעקט, אבער ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן 'כאפסט אן א גוטע נקודה מ'קען אבער גיין טיפער', סאיז נישט ממש דאס וואס ער שרייבט דאס איז נאר א קאזין פון מולטי לעוועל מארקעטינג, אויך אן אייניקל פון לבן הערמי אבער פון די אנדערע זייט, דאס איז אסאך ערגער פון די אלע פערעמיד שווינדלערייען ווי מיר וועלן בעז"ה צוקומען, אויך זעה איך פון די אנדערע חברה וואספארא אנגעווייטאגטע נושא דאס איז אזש אזוי ווייט אסאך ווילן ניטאמאל רעדן דערפון, ווילן זיך נישט דערמאנען זייערע הארץ עסענישן, איז מיר וועלן זיך יא אביסעל דערגרינטעווען דערין אויסברייטערן דאס ענין וואס אנדערע פראבירן אריינצושארצן אונטערן פאדלאגע און ארויסברענגן לעיני העולם וואס דא טוט זיך.

איז לאמיר גיין פאוואליע און אויפן סדר, האמיר געהאלטן ווי איך פלעג אלטס אויפברענגן גוטע בייפעלער שוין אלטס קינד און שפעטער אלטס בחור, און אפי' אסאך מגי"ש פלעגן זיך אויסטשוכען זייטיגע צייטן שמעוסנדיג מיט מיר אינטערסאנטע ידיעות און פארשטייט זיך איבער אונזער נושא פון איידיעס אוודאי. און ווי זאגט די וועלט אזוי ווי ס'בחורט זיך אזוי יונגערמאנט זיך, ב"ה ביי מיר איז אלעס געגאנגען כסדר העולם כ'האב געטראפן מיין באשערטע (פארשטייט זיך נאר נאכן אריינארן מיין צוקונפוטיגן מחותן אין זאק אריין, אזויפיל ארומגעחוש'ט און ארומגעפאפט מיט אים, אז נישט נאר דער מחותן האט געמיינט אז מען רעדט דא פון א טשאטשקע, נאר איך האב שוין אויך אנגעפאנגן צו טראכטן אזוי) חתונה געהאט און אנגעפאנגן צו שפילן הויז, נא וואס טוט א פרישע יונגערמאן מען פירט זיך דאך אז מען גייט נישט ארויס גלייך אויפ'ן טרפה'נם גאס, מען קען דאך..., ווערט מען אויטאמאטיש אריינגעזעצט אין חד גדיא אריין אויף לכה"פ א יאר, אזוי איז געווען אין מיינע צייטן, און ביי דע וועי אז מען רעדט שוין פון כולל איז פון מיין פוינט אף וויא האלט איך (ווער ביסטו צו האלטן?) אז סאיז זייער פאסיג מען זאל איינשפארן די פרישע יונגעלייט כאטשיג אויף א יאר, העסטו דרייען מיטן גראבן פינגער און פרעגן למה פארוואס?, דאן הער וואס א קלוגער איד האט צוזאגן.

דער טראטשאג יונגערמאן יעצט חתונה געהאט ענדליך קוים אנגעהויבן צו אטעמען פרישע ריינע לופט, ערשט יעצט ארויס פון די אייער שאלאכטס ער ווייסט נאכנישט וואס טוט זיך מיט אים, נו גיי זאג אים הייב דיך אויף און קענסט גיין מסחר'ן קענסט פארן קיין טשיינע און ווי די אויגן טראגן דיר, ער וועט דאך אויף קיין שום איד געדאכט פארשוועמט ווערן אינ'ם ברויזענדן וועלט, וואס ווייסט ער פון ביזנעס צו זאגן, דערפאר רופט אים דער שווער און א זייט און זיכער צו מאכן אז ער אנטלויפט נישט כתינוק הבורח מבית הספר רוימט ער אים אריין אין אויער שעפעלע טייערע איך האב דיר פארשאפט א פיינעם אינגערמאן אין כולל ער וועט זיין א גאר פיינע חברותא, אגב קענסט אויך גיין אין ספרים סטאר שרייב אויף אויף מיין חשבון וועלכע ספרים די דארפסט אפי' די קאפי אין כולל וועל איך דיר באצאלן די עיקר איז אנטלויף מיר נישט, נו טראכט דער שווער וועליכער פרישע איידעם וועט דען האבן די הארץ אפצוזאגן אזא געטרייע (?) שווער, און איינמאל מ'איז שוין דארט האפט דער שווער אז ער וועט זיך נישט אזוי שנעל ארויסבאקומען, נו אז מען גייט שוין יא און כולל פארוואס זאל מען סתם קוועטשן די באנק מען באקומט דאך באצאלט פאר עפעס ניין?, איז בין גברא לגברא מיטן קאפי אין איין האנט די סעלפאן אונעם צווייטן האנט הערט מען דארט וואס די וועלט פירער האבן צוזאגן מען דעבאטירט ווי ס'לוינט אריינצושטעקן א האנט אדער א פיס, וואזוי דרייט מען יענעם ביים נאז, אזוי מיט די צייט פאנגט אן דאס פארטעמט קעפעלע זיך אביסעלע אויסצורייבן ער וועקט זיך אויף און ווערט געוואר וואס די וועלט איז, וויאזוי מען גיבט זיך אן עצה אין א שווערע מוניט, און ווען מען לאזט אים שוין ענדליך ארויס (אלטס גוד ביהעווער פארשטייט זיך) קומט ער ארויס פון דארט 'פולי לאדע"ט' און ער ווייסט שוין וואס די ווארט 'ביזנעס' באדייט, וואזוי מען עסט דאס, וואספארא ברכה מען מאכט דערויף א.א.וו.

איז צוריק צום ענין ביי מיר איז אויך אזוי געווען כ'האב אריינגעפאקט א שאכטל צוגערעטליך און בוזעם, אריינגעלייגט גענוג קוואדערס פאר'ן קאפי מעשין מיטגענומען די לאנטש באקס וואס די אשת חיל האט צוגעגרייט און ויסעו און כולל אריין, דא לאמיר איבערשפרונגען א גאנצע קאפיטאל און אויפמישן אינמיטן א גרינעם דינסטאג, איך ווארט אויף מיין חברותא אבער ואיננו, א איד איז זיך אבער קיינמאל מייאש, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, האב איך מיר געגעבן א גליטש אריין אונ'ם עולם הדמיונות איך בין דאך דארט גוט באקאנט און אויך היפש אנגעזען מען גיבט אריק ארויף דעם קלאטש אויפן העכסטן גיער די שטערן ווערט פארקנייטשט, די שפייאכטס נעמט זיך רינען פון מויל ווי א קוואל, איך פאנג אן שוויצן ווי א טערק און אט אט נאך איין מוניט איך בין שוין כמעט דארט, איך גיב א צו אריין דער לעצטער אטעם איך שפיר ווי איך האלט עס נישט אויס און אט פלוצלונג טראך...טראך.... עס האט געגעבן א שטורעם אריין מיט א בליציגן שיין א ליכטיקייט וואס אזוינס האט ממש נישט געזען זייט בריאת העולם ס'טייטש סאיז מיר בייגעפאלן א געדאנק אזאנס און אזעליכס אן אויסטרעפ שאין כדוגמתה, עפעס וואס וואלט מיר געקענט פארוואנדלען אז מיין נאמען זאל ערשיינען אונ'ם סאמע ערשטע רייעס פון די פרימינאנטע פארבס מאגאזין ליסטע. מיין נאמען זאל שם'ן מסוף העולם ועד סופו, אביסקעלע איבערגעטריבן, אבער אמתדיג גערעדט דאס וואלט מיר געשטעלט אויף א ביסל שענערע פאזיציע ווי איך בין היינט.

אבער טאטי האט אנדערש געוואלט, מה עשה הקב"ה נישט לאנג דערויף האב איך מיך שוין געטראפן זיצן אנטקעגן עפעס א גוטער איד וואס האט געהייסן אז ער האט די קאפ פלאץ, אזוי האב איך דאן געמיינט כ'האב אים פארציילט מיין נייע שטורם איידיע מיט די פינקטליכע דיטאלן און חשבונות וואזוי מען קען פארדינען דערויף, פארוועם מען קען פארלייסעסן די איידיע אלעס פונקטליך צולייגט אויף קליינע טעלערליך, די שאלה האט זיך אבער געמאכט פון כסף מנלן אהערצושטעלן אזא פריעקט קאסט דאך א הון תועפות אלעס פיין און וואויל אבער ווי אזוי צינד מען אן די קראן, דער יעניגער אזויגערופענער גוטער איד הערט מיר אויס שאקעלט מיטן קאפ דרייט מיטן בארד און נאך א היפש לאנגע וויילע רופט ער זיך אן, איך האלט אז די זאלסט זיך פארבינדן מיט די געוויסע קאמפעניס וואס זיי וועלן אלעס טון פארדיר די ריסערטש דיוועלפמענט און דאס ארויסברענגען לאויר העולם (איך וועל שפעטער צוקומען צו אלעס פונקטליך וואס איז אינוואלווד דערין) און אפשר אפי' וועלן זיי דאס וועלן אפקויפן פאר גרויס געלט און וועסט איבערנאכט פארוואנדלט ווערן אלטס עושר פון שטאט.

מער פון דעם האט נישט אויסגעפעלט די פיס האבן מיר זיך גענומען ציטערן די הענט האבן זיך אטעמאטיש גענומען פאטשן די בויך ס'איז געווען ממש א בחינה פון שישו מעי שישו, איך בין ארויס פון דארט מיט א קאפ העכער ס'טייטשט דער צוקונפטיגער עושר, נאכאמזל אז עפעס בינה איז מיר נאך געבליבן צו פארשטיין זיך נאכנישט אנצוחוב'תן אויף די חשבון ווייל אז נישט ווייסט נאר איין טאטעניו אין הימל וואס וואלט פאסירט.

און לאמיר גיין א טריט ווייטער מיטן סיפור, צומארגענס גלייך ביים באגינען האב איך געכאפט די טעלעפאן און אנגערופן אן אלט בייקאנטער חבר מיינע פון ישיבה א כמעט געווארענער גלונגענער ריעל עסטעיט אגענט, וואס צוליב זיין 'ברייטפארצווייגטע' ביזנעס האט ער ליידער געברויכט צוקמען זיך משתמש מיטן טמנ'עם כלי, און אים א פרעג געטאן אויב איך קען אים שטערן אויף אפאר מינוט פון זיינע 'וויכטיגע געשעפטן' ווייל ס'האנדלט זיך דא ממש פון א שאלה פון פיקוח נפש, ער האט מיר באלד פארבעטן אריבערצוקומען, און את חטאי אני מזכיר היום איך בין מיר מודה ומתודע דענסמאל איז געווען נישט מער געדאכט די סאמע ערשטע מאל וואס איך האב געזען די פון אלטס געגארטע און געשטרעבטע אינטערנעט, דאן האב איך מיך אויך באקענט מיט מיסטער גוגלען פנים אל פנים, און ס'האט זיך דעמאלטס פאר גיעפנט א וועלט, און טאקע דאס באדויער איך עד היום הזה אז ביז איך האב ערענסט קענען געלערנט מיסטער גוגלען האט גענומען א וויילע, איך האב נאך דאן נישט געוויסט די אפטייטש פון SCAM און די באדייט פון אנדערע שמות הנרדפים, דאס באגריף פון אחד בפה ואחד בלב האב איך נישט פארשטאנען, דאס אז מען קען איינעם אינדער'ערד לייגן מיט א ריוואלווער האב איך געוויסט, אבער הרגנען מיט'ן מויל נאכדערצו מיט א שיינעם רעקל און שניפסל און א זיסער שמייכל האב איך נישט משיג געווען, היינט פארשטיי איך שוין אבער נאך ווי איך פארשטיי.

יעצט איידער איך שליס וואלט איך געוואלט זאגן פאר די אלע גוטע אידן וואס ווילן ארויסהעלפן אנדערע, אז מען קען נישט - נעמט מען זיך נישט אינטער אזוי לויטעט די שפריכווארט, געבן עצות וואס מען איז נישט באהאווענט איז פון די ערגסטע עבירות, וואס וועט איר אינזין האבן די הייליגע טעג ביים זיך קלאפן יעצנו רעה, חיזוק דאס יא דאס קענט איר געבן וויפיל איר ווילט, אבער עצות צו וואס איר פארשטייט נישט דאס איז גאר הארב נעמען אפגעשפארטע אפגעהארוועטע אידישע פארמעגן'ס און דאס לאזן גיין לטמיון איז ווייט פון די קליינע זאכן וואס מען קען שפילן דערמיט איך האלט נישט ביים געבו מוסר פארציאנען כ'האב דאס נאר געוואלט אנרירן אויפן שפיץ גאפל. יעצט בלייב מיר דא אי"ה איך האף די וואך צו שרייבן ווייטער און צוקומען צו די וויכטיגסטע נקודות, און ווי שוין געזאגט וועלן מיר גיין אויפן סדר, איז דאס קומענדיגע וועלן מיר פארשטיין געבן וואס דאס מיינט אן אינווענטש"ן און וויאזוי מען ווייסט אויף אן איידיע צו מען קען דערמיט גיין ווייטער אדער דאס שוין אראפנעמן פון טיש. איך ווארט צו הערן פון אייך.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

העלא ביזנעס קעפלע;

א דאנק פאר דיין שיינעם ארטיקל, כאב געגליכן דיין סטיל און דיינע אריינגעווארפענע ווערטלעך... תשואות חן חן לך.

טיפ: מאך מערערע פאראגראפן אינדערמיט ליתן ריוח בין פרשה לפרשה, עס וועט זיך ליינען פול גרינגער אזוי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

פרינטער פרינט, און אויגעלעך ליינט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מר. ביזנעסמאן;

אויב געסטו מיר רשות (אדער יעמאנד פון די מנהלים) וועלן מיר צוטיילן דיין לאנגע פאראגראף אויף קלענערע שטחים, פשוט צו פארגרינגערן דעם ליבן לעזער. א דאנק פארן הערליכן באשרייבונג, שרייב אפטער און מער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ביזנעס קעפעלע, דו האסט ענדליך איינגעזען וואס אסאך אנדערע האבן שוין איינגעזען: ווען מ'האט אן אנזעץ, קומט מען אין קרעטשמע!

זאל דיר הקב"ה צוריקשטעלן אויף דיין פריערדיגן מצב (אויב ס'איז געווען גוט) און ממלא זיין דיין געלט חסרון בכפל כפליים.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

עס קוקט אויס אז "ביזנעס קאפ" האט זיך אריינגעלייגט אין די ביזנעס... מען הערט שוין נישט פון אים די לעצטע 24 שעה.
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

רבותי נאר א שורה צוויי אריינכאפענדיג יעצט ביי לאנטש, איך בין ב"ה היבש ביזי מיט מיין ביזנעס, איך קען נישט שרייבן ווען אימער, אי"ה האפענטליך מחר יהי' האות הזה וועט מען קענען פארזעצן די עבודת הקודש.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

יא! איך בין גערעכט געווען!... מיר האבן אלע גלייך באמערקט אז "ביזנעס קאפ" איז פארנומען מיט די ביזנעס...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

יא יא אי"ה באלד, ווארט נאך ביטע א צוויי דריי שטונדן מען גייט ענדיגן ארבייטן, העמיר זעך געבן א כאפ אריין דא אין ציען ווייטער די שלשלת....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

אז דו ביסט שוין יא דא! לייג שוין צו עפעס אינטרעסאנטס... נישט ציה אן דעם עולם פאר נאך צוויי דריי שעה...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”