lebediger berel האט געשריבן:עס שטייט אין קהלת ביום טוב הי' בטוב, יעצט איז א יום טוב אז דער שטעטל וועט וואקסן, איך טראכט נאר וואס וועט זיין 7-8-9 יאר ארום וואס מען האט צוגעזאגט גארנישט צוטון וועגן אנעקסעישאן, איין באשעפער ווייסט, ס'איז נישט געווען קיין סאך ברירות, אבער די וואס וועלן האבן א רצון צו וואוינען אין די גבולות פון קרית יואל אין 7-8 יאר ארום און קויפן דינגען א דירה וועלן האבן זייער א הארד טיים, יעצט וועט 4 5 יאר זיין א שטיקל שפע, מען וועט אויסבויען די 220 עיקער אפשר וועט עס זיך פארשלעפן 6 - 7 יאר ביז אלעס וועט זיין אויסגעבויעט אבער נישט מער נאכדעם קומט א מעסיוו קריזיס, איך האלט נישט מ'דארף וויינען אז מ'האט אפגעשטופט די קריזיס מיט 7 -8 יאר, פארקערט ס'איז א גרויסע שמחה, כיון דאידחי אידחי, אבער לאמיר דא מאכן א שטיקל פרעדיקשאן אז אין 8 -9 יאר ארום גייט זיין אזא גרויסע קריזיס אז אלע איינווואוינער פון פאלם טרי עי. קעי. עי. קרית יואל וועלן זיך צוזאמנעמען און אינאיינעם שאפן א ריזיגער סיטי אף קעי דזשעי וואס וועט אריין גיין אין קראפט בשנת תש"צ
בערל,
א. 220 עיקרס, און צוגאב צו שכונת ויואל משה און אנדערע פראיעקטן אין קרית יואל המקורית (לעפקאוויטש/הערבסט לאט ועוד) קען פארנעמען א קיימ"ל פון 6-7 טויזנט דירות, וואס בדרך הטבע קלעקט דאס פאר קרוב צו צוואנציג יאר! נאטורליכע וואוקס
ב. אין די יעצטיגע צייט איז דא אויפן טיש פלענער און אקטיווע דעוועלאפמענטס ארום קרית יואל, פון קרוב צו צוויי טויזנט דירות
ג. די קאממיטמענט איז נישט צו אנעקסירן פון 'מאנרא' די קומענדיגע צעהן יאר. פון וואודבורי האט מען בכלל נישט גערעדט, ועד הקריה אליינס און צענדליגע יחידים האבן ליידיגע שטחים אין וואודבורי פון הונדערטער אקער-לאנד, און מקען מארגן אנהייבן אן אנעקסעישאן פראצעדור.
בקיצור, בס"ד איז נישטא וואס צו זארגן פאר די 'פארסיאיבל פיוטשור' השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט.
די שווערסטע וועט זיין אין די קומענדיגע יאר/צוויי ביז ווען מ'קען אנהייבן באזעצן שכונת ויוא"מ און די ניי-אנעקסירטע באדנס