דירות פראבלעם - ארטיקלען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דירות פראבלעם - ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

א חבר מיינער א וויליאמסבורגער, אט אפגעשריבן אן ארטיקל וועגן דירות פארן זשורנאל, איך גיי עס באלד לייגן דא

קאמענטארן איבער די ארטיקלען דא
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דריי און א האלב מיליאן ליידיגע דירות אויפן מארקעט פאר דריי הונדערט מיליאן אמעריקאנער
עס איז די פארגאנגענע וואך געמאלדן געווארן דער "עס ענד פי - קעיס שילער אינדעקס" וואס זיי האלטן חשבון אויפן ריעל עסטעיט מארקעט, אז לויט זייערע שאצונגען און חשבונות איז יעצט דא אויפן מארקעט דריי און א האלב מיליאן ליידיגע דירות צו פארקויפן, וואס איז גענוג פאר א פארלאנג פאר די קומענדיגע צען חדשים, דאס מיינט אז אויפן אלגעמיינעם מארקעט אויב זאל יעצט נישט צוקומען קיין איין נייע דירה פאר די קומענדיגע צען חדשים, איז דא גענוג דירות צו באקומען פון די דירות וואס זענען שוין יעצט אויפגעבויעט און שטייען גרייט צו פארקויפן.

פאר יעדע זעקס און אכציג נפשות איז גרייט א ליידיגע דירה
מיר האבן געמאכט א שטיקל חשבון, לויט די צענזוס ביורא איז יעצט דא אין אמעריקע עטוואס מער ווי דריי הונדערט מיליאן מענטשן, דאס מיינט אז פאר יעדע זעקס און אכציג מענטשן אין אמעריקע איז גרייט איין ליידיגע דירה.

איבער טויזענט ליידיגע דירות אין וויליאמסבורג ?
נאכקוקענדיג די צענזוס באריכטן אויף די היימישע געגנט איז אינטערעסאנט אז אין וויליאמסבורג 11211 איז דא עטוואס מער ווי פינף אין אכציג טויזענט נפשות אין יאר 2007 דאס מיינט אז היינט איז דא קלאר איבער ניינציג טויזענט נפשות, וואלט דאך לויט דעם געדארפט זיין טויזענט ליידיגע דירות אין וויליאמסבורג.

פרעגט אייך נאך ביי די וואס מאכן חתונה – טויזענט קאסטומערס פאר יעדע ליידיגע דירה
אויב וועט איר זיך אבער נאכפרעגן ביי די היימישע משפחות וואס מאכן יעצט חתונה א קינד וועט איר הערן א פארקערטע געשיכטע אז עס איז דא א שורה פון טויזענט מענטשן פאר יעדע לייטישע דירה וואס איז עוועילעבל (אפשר א שטיקל גוזמא אבער קרוב לאמת) אלזא וואס גייט דא פאר ? .

עס איז "יא" עוועילעבל טויזענט דירות פארן וויליאמסבורגער ציבור, אבער נישט פונקט דא
דער אמת איז אז ס'איז יא עוועילעבל די טויזענט דירות פארן היימישן ציבור, און איר ווייסט דאס אלע זייער גוט, נאר די דירות זענען נישט פונקט "דא" אונטער די מאמעס פארטוך, די דירות שטייען גרייט און ווארטן מיט אפענע ארעמעס, און זייערע בעלי בתים ווארטן מיט אפענע אויגן, קומט, נעמט דאס איבער, מען קען אבער נישט אויפהייבן די דירות און זיי אהער ברענגען צווישן ראטלידזש און העיווארד, ניין, טייערע ברודער, דאס וועט נישט געשען, די טויזענט דירות זענען דארט ווי זיי זענען, און דערווייל זענט איר אויך דארט ווי איר זענט, איר ווייסט וואו ? טיף אין דער ערד! איך זאג נישט קיין ווערטל, איך מיין נישט טעארעטיש, אדער אלץ ווערטער אויסדרוק, ניין, פשוט אין פאקט, אונזערע קינדער האבן "פאקטיש חתונה און ציען זיך אריין אין בעיסמענט'ס און אין קעלערן – טיף אין דער ערד" אויב גלייבט איר נישט, פרעגט אייך פשוט נאך ביי די וואס האבן יעצט חתונה געמאכט.

איזהו חכם, הלומד מכל אדם.
אלזא וועלן מיר זיך לערנען פון קלוגערע אידן וואס האבן באשלאסן, אז זיי גייען מער נישט זיין אין דער ערד, און זיי האבן געטון צו די זאך, אין ארץ ישראל איז אויך דא דער זעלבער פראבלעם ווי אין אמעריקע, אין די זעלבע צייט וואס דער חרד'ישער ציבור פארמערט זיך בליעה"ר אין גרויסע ציפערן, האט דער אלגעמיינער ריעל עסטעיט/קרעדיט קראנטש פראבלעם אויך באטראפן דעם מארקעט דארטן האבן זיך קלוגע חסיד'ישע הויפן בארעכנט צו טון עפעס למעשה, און זיי האבן אויפגעשטעלט א "דירות קאמיטע" און זיי זענען ארום געפארן זוכן ווי מען קען טרעפן די "דירה פאר יעדן אכציג'סטען נפש" וואס שטייט ליידיג, און וואס מיינט איר, די חז"ל זאגן אונז "יגעתי ומצאתי תאמין" אז מען זוכט טרעפט מען. אט אזוי ליינט זיך דער נייעס קעפל אין די ארץ ישראל'דיגע צייטונג היינט זונטאג אמור :
'ועדת הדיור' של קרלין סטולין מציעה להורים המבקשים לרכוש דירות, פיתרונות בעמנואל (בין 25 אלף ל85 אלף דולר לדירה), אור הגנוז (100 אלף דולר על שטח פרטי) וטברי' 55 אלף דולר
און די רעליגעזע צייטונגען אין ארץ ישראל גיבן צו פארשטיין דעם זעלבן חשבון וואס מיר האבן דא געשריבן אז די קארלין סטאלינע חסידים האבן זיך בארעכנט אז די מציאות וואס מען קען טרעפן אין עמנואל "אנגעפאנגען פון פינף און צוואנציג טויזענט דאללער פער דירה" גייען נישט קומען צו פליען קיין מאה שערים צו די אונגארישע הייזער, ניין, אלזא איז דא צוויי ברירות, אדער צו בלייבן אין די אונגארישע הייזער און צאלן 250 טויזענט דאללער פאר א קליינע דירה, אדער קען מען גיין זוכן מציאות אנגעפאנגען ביי א צענטל דערפון פאר 25 טויזענט דאללער אין עמנואל, און אויב דאס איז נישט מאסגעבנד קען מען ארויפגיין יעדער לויט זיין מעגליכקייט ביז 55 אלפים אין טברי', און אויב דארף מען א פריוואטע הויז אויף אן אייגענעם לאט קענסטו דאס אויך האבן פאר הונדערט טויזענט טאלער אין אור הגנוז.


מיר חזר'ן איבער, מען דארף אויך מאכן א דירות קאמיטע אזוי ווי די חברה הצלה
דאס דארפן מיר אויך טון דאהי, מיר דארפן נישט ווארטן ביז אן אינוועסטירער אדער אן אנזעצער זאל אונז קומען אנטראגן זיין שטח, היינט קומט פאר אין וויליאמסבורג די יערליכע פארטי פאר חברה הצלה, בשעת מיר ליינען אין די נייעס אז ס'האט זיך נארוואס געגרינדעט א חברה הצלה אין מאסקעווע, אומגלויבליך, אבער איר ווייסט וויאזוי חברה הצלה האט זיך געגרינדעט ?
מסתמא האט איר שוין געהערט, ס'איז דא א איד אין וויליאמסבורג ער הייסט ר' הערשל וועבער זאל זיין געזונט, ער האט צוגעזען ווי א איד איז ל"ע צוזאמען געפאלן און מען ווארט אז א שטאטישער אמבולאנס זאל קומען ראטעווען דעם איד, און אזוי ווארטענדיג איז דער אומגליקליכער איד ל"ע אומגעקומען אדער כמעט נסתלק געווארן, דער ר' הערשל האט דאס נישט געקענט צוקוקן מער האט ער גענומען נאך אפאר חשוב'ע אידן מ'האט געקויפט איין אקסידזשען טאנק, און מ'האט געלאזט וויסן א נומער ווי מ'קען רופן אויב ח"ו ס'ווועט פאסירן אן אומגליק זאל מען קענען לויפן, און פון דעם איז אויסגעוואקסן די גרעסטע מעכטיגסטע הצלת נפשות ארגאניזאציע, וואס איז היינט דא פון איין עק וועלט ביזן צווייטן.
דאס זעלבע דארף מען טון בנוגע דירות, מען דארף זיך צוזאם נעמען אזוי ווי אין ארץ ישראל און גיין זוכן, גאנץ אמעריקע פון איין עק ביזן אנדערן ווארט אז מ'זאל זיי קומען אויסלייזן, יעצט איז די צייט, עסקנים, פארפאסט נישט די געלעגנהייט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צו די זאך האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:לענית דעתי
דארפן די עסקנים אין רבנים ארויסגעבן א גזירות גירוש!!!!
יא יא איר האט גוט געהערט! אנדדערש וועלן זיך די וויליאמסבורגע משוגעים


איך האלט אז ס'איז נישט מיט רעכט צו באטיטלען אזויפיל טויזענטער מענטשען מיט אזא מיאוס'ע טיטול, עכ"פ אויב יא, דארף דאס זיין אויף א גרונד פון יארן לאנג שטודיעס, נישט סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.


אין זשורנאל לויפט שוין דער ארטיקל איבער דירות א לאנגע צייט, און שטודירט עס פון אלע אספעקטקן
אלזא האסטו דיין שטודיע.

איך האב יעצט פארברענגט מיטן שרייבער פון די ארטיקלען, און אויב די צייט וועט ערלויבן וועל איך אנפאנגען צו לייגן דא די ארטיקלען אין א רייע.

ער האט גרונטליך אנאליזירט דעם פראבלעם, דעם שגעון, און דעם לייזונג.
כ'האב זיך יעצט געוואלט אריין לייגן לטובת הציבור און באשרייבן "סקאור" ווי באריכטעט אין א אנדערן אשכול, אבער איך זע ווי היציג די דירות דעבאטע איז, גיי איך פרובירן צו באקומען אלע ארטיקלען און עס לייגן דא, דערנאך וועל איך זיך בל"נ צוריק קערן צו "סקאור.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ערשטער ארטיקל

הקדמה קטנה:
1. די ארטיקלען זענען געדריקט געווארן אינעם ביזנעס אויסגאבע "זשורנאל", אין באצוג צו דריי היימישע פינאנציעלע פראבלעמען, חתונה מאכן, חינוך הוצאות, און דירות, מיר האבן געבעטן ארויסצונעמען די ענינים בנוגע שכר לימוד און חתונה מאכן, אבער אין לויף פונעם ארטיקל קענט איר זיך אנשטויסן דערמיט אלץ רעפערענץ.
2. עטליכע גראפישע קעסטלעך און עטעטשמענטס האב איך נישט געלייגט, אבער פון צווישן די שורות קענט איר פארשטיין וואס מען רעדט, מעגליך ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך זיך שפילן דערמיט ס'זאל אריינגיין דא.


איצט וועלן מיר פארזעצן מיט די דריטע זאך: האויזינג
דער פראבלעם איז שוין אן אלטער און אנגעווייטיגטער, אסאך טינט, און יא אויך בלוט, איז שוין איבער אים פארגאסן געווארן, לאמיר אנרופן דעם פראבלעם ווי דער עולם זאגט עס "די דירות קריזיס".
דער דירות פראבלעם אין אלע היימישע ישובים איז אנדערש ווי אין די אלגעמיינע גאס פאר עטליכע סיבות.
1. צום ערשטן, דאס "אמת'דיגע" צוגעבינדנקייט צו א פלאץ וואס א היימישער איד האט, דאס איז בתי מדרשים, מקואות, מוסדות, און כשר עסן.
2. די צווייטע סיבה איז ארבעט, כאטשיק א גוי איז אויך צוגעבינדן צו זיין ארבעט, איז א היימישער איד מער באגרעניצט וואו ער קען (אדער וויל) ארבעטן, מאכט דאס קלענער די אויסזיכטן פון א פאסיגן וואוין ארט.
3. די דריטע אורזאך איז די צייט ווען מ'זוכט א דירה, א דורכשניטליכער ערל זוכט נישט קיין דירה פאר די עטליכע און דרייסיג יאר, ווען זיי דערמאנען זיך צו מאכן א לעבן פאר זיך, און א יעדער חסיד'ישער איד האפט צו זוכן א דירה פאר זיין קינד ביי די 19, און א ישיבה'ישער בחור וויל חתונה האבן ביי עפעס אין צוואנציג, אבער נישט שפעטער, דאס מיינט אז ביי היימישע אידן דארף מען פשוט אסאך מער דירות.
4. די פערטע סיבה איז פשוט, די גרויס פון די משפחות, ב"ה ביי אונז היימישע אידן איז דא די ברכה וואס מיר לערנען די וואך אין די סדרה, פרו וישרצו וירבו ויעצמו, עס איז דא צווישן אונז טויזענטער משפחות געבענטשט מיט אסאך קינדער בלעה"ר כ"י. און מיר דארפן האבן "גרויסע" דירות, מיט אן אייגענארטיגן אויסשטעל, מילכיג און פליישיגע קאך, אסאך קלאזעטס, פסח קאך, א פארטש כשר לסוכה און נאך.
5. די פינפטע סיבה איז שוין א "פראבלעם" וואס מיר האבן זיך אליין געמאכט, דאס איז די צוגעבינדנקייט צו די קאמיוניטי, די באקוועמליכקייט מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן, א אינגע ווייבל וואס האט חתונה ווייסט אז זי "מוז" לעבן נעבן אירע עלטערן, שפעטער אין לעבן קען מען מיט גרויסע שוועריקייטן זיך איבערציען אין אנדערע געגנט, אבער דאס "מוז" קומען מיט א פרייז אז זי קען דארט האבן אנדערע גרויסע באקוועמליכקייטן.
אט די פינף הויפט סיבות אין צוגאב צום אלגעמיינעם "הויזינג פראבלעם" וואס פלאגט אויך די אלגעמיינע גאס, (ווי מיר וועלן שפעטער ערקלערן) האבן געמאכט פון דעם צושטאנד א קריזיס אויפן העכסטן שטאפל.

דער דירות קריזיס איז אנדערש ווי אנדערע פראבלעמען
איידער מיר גייען ווייטער, ווילן מיר קודם אפטיילן דעם "פינאנציעלן יסוד" דירות, פון די אנדערע צוויי פינאנציעלע יסודות 'חתונה מאכן' און 'חינוך אויסגאבן' וואס מיר האבן געשריבן די פארגאנגענע וואך אז דאס פלאגט אויך ספעציעל אונזער היימישן ציבור.
עס זענען דא צוויי זאכן מיט וואס דירות איז אנדערש.
1) א דירה ברויך יעדער צו האבן, נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, פון דעם יום החופה, ביז צו די הונדערט און צוואנציג ברויך יעדע אידישע משפחה א דירה צו וואוינען, אלזא איז די נושא "יעדן" נוגע אויף עפעס א אופן.
2) פון די אנדערע זייט, איז דער דירות פראבלעם נישט ביי יעדן אייניג, ס'איז דא ווער עס וואוינט אין א גרויסע שיינע ביליגע דירה, און ס'איז דא אנדערע וואס מוטשענען זיך שרעקליך, אין א פיצעלע דירה פאר טייער רענט, און טאקע ווייל ס'איז אזוי אנדערש דער מצב פון איינעם צום צווייטן, קען מען דעם מצב טוישן, און מיר ווילן אי"ה אין די קומענדיגע ארטיקלען ברייטער ארום רעדן איבער דעם נושא.

די היימישע געגענט
אין די קומענדיגע אפהאנדלונגען ווילן מיר זיך באציען בעיקר צו די ביז איצט באוואוינטע היימישע צענטערן, וואס אויף דעם איז אונזער ארטיקל באזירט, "פון א היימישן שטאנדפונקט", מיר וועלן גיין אין א רייע לויט ווי מיר האבן פעסטגעשטעלט די ערנסטקייט פונעם קריזיס, וויליאמסבורג, בארא פארק, שיכון סקוירא, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, יעדעס פלאץ האט זיך איר אייגענארטיגן לעבנס שטייגער, כאטשיק עס איז בערך דער זעלבער ציבור, איז דא א גרויסע צווישנשייד פון איין געגנט צום צווייטן, מיט איינפירונגען און פארלאנגען וואס האלט שוין אן אזוי צענדליגער יארן, און דאס איז חוץ די געאגראפישע חילוקים וואס איז דא פון איין געגנט צום צווייטן.
מיר וועלן אנאליזירן די חילוקים לויט דעם זעלבן סדר וואס מיר האבן אויבן אראפ געלייגט די פראבלעמען, קודם וועלן מיר נעמען צונעמען אויף קליין געלט די אלגעמיינע גוי'אישע מארקעט אין אונזערע געגנטן, אט איז דריי קעסטלעך, וואס צייגן די דורכשניטליכע פרייז וואס איז געצאלט געווארן פאר א דירה אין דריי געגנטן, וויליאמסבורג, בארא פארק און מידעלטאון (מיר האבן אויסגעקליבן מידעלטאון [סיטי] ווייל דאס איז די נענטסטע פלאץ צו קרית יואל וואו מיר האבן געהאט קראנטע אינפארמאציע).
וויכטיג: דאס צייגט די "דורכשניטליכע פרייז" (עוורידזש) אנגעהויבן פון די קלענסטע שמאטע, און געענדיגט ביים טייערסטן פאלאץ, דאס איז די "מיטן פרייז" וואס מ'האט געצאלט במשך די לעצטע צוויי יאר. [עס איז אבער גענוג צו געבן א השגה וואס עס טוט זיך דא]
ווען איר וועט גוט קוקן וועט איר זען אז די שטריך גייט אין א פארקערטע ריכטונג ביי מידעלטאון ווי ביי בארא פארק, (שפעטער וועלן מיר רעדן פון וויליאמסבורג) בשעת אין בארא פארק גייט די שטריך כסדר ארויף, מיט א קליינע הפסקה, גייט עס אין מידעלטאון כסדר אראפ, די סיבה איז פשוט, וואו מיר האבן מסביר געווען אין פריערדיגן ארטיקל, "סופליי און דימענד".
ביי מידעלטאון וועט איר זען אז ביים דריטן קווארטל אין יאר 07 , וואס דאן האט זיך לויט די עקספערטן אנגעפאנגען די רעסעשאן, איז שוין נישט געווען מער דער פארלאנג פאר דירות, האט עס אנגעפאנגען צו גיין בארג אראפ, עס האט אבער נאך געהאלטן מער ווייניגער גראד ביז צום צווייטן קווארטל אין 08 ווייל די באנק האט נאך געגעבן גאנץ גרינג א מארגידזש, אבער דאן וואס די מארגידזשעס האבן זיך אויפגעהערט האט די מארקעט געכאפט א זעץ אראפצו וואו איר קענט זען דער שטריך גייט מיט'ן נאז אראפ.
אין בארא פארק וואו ס'איז דא דער געוואלדיגער פאלאנג פונעם היימישן ציבור קענט איר זען וואו די פרייזן זענען "געלאפן" ארויף ביז צום דריטן קווארטל אין 07 דערנאך האט עס געכאפט א שטיקל "גליטש" אבער וויבאלד די באנק האט נאך געגעבן מארגיטשעס האט זיך די מארקעט צוריק געכאפט, און דער פארלאנג איז ווייטער געוועזן, און ביי די הייעך האט עס דערגרייכט צו 570,000 און ס'האט אנגעפאנגען צו פאלן ווען ס'איז געווארן שווער מיט מארגיטשעס.
אז איר וועט גוט קוקן ביי מידעלטאון וועט איר זען אז די הייעך איז געווען ביי 247,000
יעצט וועלן מיר צוריק קומען צו וויליאמסבורג וואו מ'קען זאגן "עולם הפוך ראיתי" ס'איז א פארקערטע וועלט, מיר האלטן יעצט ביי די הייעך די פרייז האלט ביי 585,000 כאטש ס'האלט שוין נאכן קראך אין די מארגיטש וועלט, זעט מען נישט קיין ירידה נאר פארקערט, ס'גייט כסדר ארויף ?
מיר וועלן אייך זאגן דעם תירוץ, די סיבה איז ווייל דער וויליאמסבורגער ציבור איז בטבע די מערסטע צוגעבינדן צו זייער פלאץ און זיי ווילן נישט אוועק גיין, און די דעוועלאפער וואס קענען נישט פארקויפן פאר די הויכע פרייזן פארקויפן נישט, זיי טרעפן גענוג אינגעלייט וואס האבן נישט קיין דירה און צאלן א געשוואלענעם רענט, און די וואס פארקויפן יא פארקויפן טאקע פאר די פאר מענטשן וואס קענען יא צאלן די הויכע פרייזן.


מיר לייגן אייך דא צוויי צעטלעך פון די זעלבע אויסגאבע וואס ערשיינט טעגליך, איינס אין וויליאמסבורג און איינס אין קרית יואל, ביידע איז פונעם זעלבן טאג מיטוואך שמות, מיר וועלן אייך ברענגען עטליכע פונקטן צו אנאליזירן.
1. אין קרית יואל איז דא ארום דריי טויזענט משפחות כ"י, עס ווערט פארגעשטעלט 10 דירות צו פארקויפן/פארדינגען. אין וויליאמסבורג איז דא ארום 9 טויזענט משפחות כ"י, (דריי מאל אזויפיל) עס ווערט פארגעשטעלט 5 דירות צו פארקויפן/פארדינגען (העלפט דערפון) מאטעמאטיש איז דאס א זעקס פאכיגער חילוק.
2. אין קרית יואל האט איר נישט קיין איין עד עס ווערט געזוכט א דירה, און אין וויליאמסבורג יא.
3. אין קרית יואל זעט איר די ווערטער פונעם לענדלארד "גרייט אריינצומופן, דארף גארנישט אריינלייגן", אין וויליאמסבורג שרייבט דער טענענט "גרייט אליין אויפצופיקסן".
4. אין קרית יואל איז די העכסטע פרייז 390 טויזענט און איר האט צוויי עד'ס "ביליגער פונעם בויער" אין וויליאמסבורג פארקויפט מען א הויז (קאנדישאן שטייט נישט) פאר 1.7 מיליאן דאללער.
5. דאס שווערסטע איז די רענט פרייז פאר א פיר בעדרום דירה אין וויליאמסבורג 2950
מיר גייען נישט זאגן אז וויליאמסבורג דארף צו האבן די זעלבע פרייזן ווי קרית יואל, פארקערט, מיר האבן שוין מקדים געווען אז לויט די כללים פון "סופליי און דימענד" וואס דאס איז די אלף בית פון די עקאנאמיע איז עס אויסגעהאלטן, מיר ווילן אבער אין די פאלגענדע ארטיקלען ברייט ארום שמועסן וואס מען קען טון צו טוישן די סיטואציע איבער די סופליי און דימענד אינעם היימישן דירות מארקעט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צווייטער ארטיקל


אויפקלערונג: אין בארא פארק איז גארנישט בעסער
פארגאנגענע וואך האבן מיר זיך אפגעשטעלט איבער די הימל שרייענדע רענט פרייזן וואס מען פארלאנגט אין די היימישע וויליאמסבורג, אבער ליינענדיג ערב שבת קודש די היימישע צייטונגען האט א אומשולדיג אויסזעענדיגע קלאסיפייד עד אונז געשלאגן אין פנים אריין, די אדווערטייזמענט ליינט זיך ווי פאלגענד:
שיינע 4-5-6 בעדרום דירות צו פארדינגען אויף לארענס עוו. צווישן מעקדאנעלד און 47 סט. פון 3,250$ און "ארויף".
מיר האבן זיך נישט געפוילט און מיר האבן אנגערופן אונזערע באקאנטע אין בארא פארק און זיך נאכגעפרעגט אויף די רענט פרייזן, און מיר מוזן קלאר מאכן אז אין בארא פארק איז בכלל נישט בעסער ווי וויליאמסבורג אין דעם געביט.
איין זאך וואס איז בעסער (אין מערסטע פעלער) אין בארא פארק, אז דער בארא פארקער ציבור וועט שנעלער דערהערן אז ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן אזא געשוואלענעם פרייז וועט זיך ענדערש אויפהייבן און אוועקציען צו א אנדערע געגנט ווי ער קען זיך יא ערלויבן, און דער וויליאמסבורגער ציבור איז צום מערסטן צוגעבינדן צו די סביבה.

מיר קענען נישט דורך לאזן דעם נושא אן זיך אפשטעלן
מיר האבן אויבן געשריבן אז דער דירות פראבלעם איז שווערער ווי אנדערע עקאנאמישע פראבלעמען ווייל עס אפעקטירט יעדן איינעם, מיר ווילן אויך בארירן אויף א סעקונדע די טעמע פון ארבעט פלעצער, (וואס מיר וועלן זיך אי"ה צוריק קערן דערצו ביי א שפעטערע געלעגנהייט) וואס מאנכע האבן אונז פארגעהאלטן, איז דאס דען נישט אזוי וויכטיג ווי דירות? דער ענטפער איז, אז מיר קענען זיך נישט דינגען איבער די וויכטיגקייט דערפון, אבער נישט יעדער דארף האבן א ארבעט, צום ביישפיל, א כולל אינגערמאן, אדער א רעטייערטער איד, א.ד.ג. חוץ מזה קען מען זאגן אז ווען די הוצאות פון די היימישע עקאנאמישע פאראלאנגען, (חתונה מאכן, חינוך, דירה) וואלטן נישט געווען אזוי גרויס וואלט ווען קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם ציבור געהאט פרנסה בריוח, אבער די דריי דערמאנטע פראבלעמען דאס איז דער גורם צום גרויסן בראך וואס הערשט ליידער ביי א גרויסן טייל פון אונזער היימישער ציבור.

עדות פון א מיטלעבער
עס איז אונטערגעקומען דעם שרייבער פון די שורות אונטער די הענט אן ארטיקל וואס איז געווען געדריקט אין די אנגלא-אידישע פרעסע איבער בארא פארק, דער ארטיקל ערשיינט אונטערן קעפל "די טויש פונעם אויסזען פון בארא פארק" ווי די שרייבער ברענגען ארויס די שטוינענדע וואוקס און בליה פון די חרד'ישע געגנט בליעה"ר.
זיי האבן אפיר געזוכט א בארא פארקען געבוירענעם, א 82 יעריגן איד לאיוש"ט, געבוירן אין יאר תרפ"ז אין בארא פארק, ער זאל זיי אראפגעבן זיין בליק איבער דעם מצב פון בארא פארק היינט און אמאל.
דער איד ווייסט צו דערציילן אז אין די תר"פ תר"צ יארן איז אין בארא פארק נישט געווען צו באקומען קיין עסן מיט א הכשר אין די געשעפטן, אין די גאס איז זייער הויז געווען די איינציגסטע וואס האט געהאט א סוכה, רוב אידן זענען געקומען אין שול ראש השנה, יום כיפור, און ווען זיי האבן געהאט יארצייט. עס איז נישט געווען קיין ישיבות און תלמוד תורות, אא"וו.
מיט די צייט האבן זיך מער און מער נישט אידן, פרייע, און גאר מאדערענע אוועק געצויגן פון בארא פארק און מער חסידישע אידן האבן זיך אהערגעצויגן, מיט די צייט האבן זיך געעפנט נאך און נאך ישיבות און חדרים, אסאך משפחות וואס האבן געוואלט געבן פאר זייערע קינדער א ערליכן חינוך האבן זיך געצויגן קיין בארא פארק, אזוי אויך האבן אסאך אידן זיך געמוזט אוועק ציען פון די אלטע אידישע געגנטער אזוי ווי הארלעם, בראנזוויל, איסט ניו יארק, קרוין הייטס, און די בראנקס. שפעטער ווען מ'האט געבויעט אין וויליאמסבורג די "ברוקלין קווינס עקספרעסוועי" און די רעגירונג האט צוגענומען אסאך אידישע היימען, האט א גרויסער טייל זיך געצויגן קיין בארא פארק, און אויך גאנצע רבי'שע הויפן מיט די חסידים האבן זיך באזעצט אין בארא פארק במשך די יארן.
היינט צוטאג, זאגט דער איד, האבן מיר אין בארא פארק איבער הונדערט ישיבות און מוסדות התורה, צום ווייניגסטנס 300 בתי מדרשים און שטיבלעך, אומצאליגע שיעורי תורה אין אלע שעה'ן פון טאג און ביינאכט, מערערע מקוואות, און טראץ די טייערע רענט, זענען אסאך אידן וויליג אויפצוגעבן פארשידענע באקוועמליכקייטן און וואוינען אין אזא הערליכע אידישע קאמיוניטי.
צום שלוס ברענגט דער איד ארויס א געוואלדיגע נקודה, אז בארא פארק וואקסט שוין היינט נישט אין די זייטן, אלע ארומיגע שכנים זענען שוין אויסגעקויפט צום מאקסימום, דאס איינציגע פלאץ ווי בארא פארק וואקסט איז אין די הייעך, מען בויעט ארויף הויכע בנינים, שטאק אויף שטאק, און אזוי מאכט מען פלאץ פאר די קומענדיגע דורות.

מען באקומט ווייניגער פאר מער געלט
דער עקאנאמישער פונקט פון דעם איד'ס אינטערוויו איז אז אויב ווילט איר היינט קויפן אדער דינגען א דירה אין בארא פארק דארפט איר זיין גערישט צו באקומען א קלענערע הויז אדער דירה ווי אמאל, מיט ווייניגער באקוועמליכקייטן, איר דארפט זיין גערישט צו קריכן שטיגן, און צאלן אסאך מער געלט.

די סיבה פארוואס אין בארא פארק האט זיך אבער נישט אזוי שטארק געשפירט די "דירות מאנגל" וואו למשל אין וויליאמסבורג איז ווייל אין בארא פארק האט א גרעסערער ציבור פארשטאנען אז מ'קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, און נאך אין די פריערדיגע יארן האט מען זיך צושפרייט ארום אין די ארומיגע גאסן לארכה ולרחבה, אזוי אויך זענען פילע בני תורה געפארן וואוינען אין לעיקוואוד, און אנדערע קיין מאנסי, וואס דאס האט פיל פארגרינגערט דעם מצב אין בארא פארק זעלבסט, און די אינגעלייט וואס האבן זיך אוועק געצויגן האבן זיך ממש מחי' געוועזן און געהאט א ברייטע דירה פאר שפאט ביליג (קעגן די ברוקלינע פרייזן).
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דריטער ארטיקל


די אנדערע גרעסערע אידישע ישובים
מיר מוזן אויף א מינוט זיך צוריק קערן צו די אנדערע גרעסערע אידישע ישובים, דהיינו, מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, שיכון סקוירא, און אנאליזירן אויף א מינוט דעם מצב אין דירות דארט, מיר וועלן גיין אין א רייע.

1. מאנסי. צו קויפן א דירה אין מאנסי איז רעלאטיוו (קעגן וויליאמסבורג און בארא פארק) ביליג, עכ"פ יעצט ווילאנג מארגידזשעס איז א ערנסטער פראבלעם, די מארקעט אין מאנסי איז געשפרינגען מיט מורא'דיגע ציפערן די פארגאנגענע 10 יאר, אבער יעצט האט עס געכאפט א גליטש צוזאמען מיט די נאציאנאלע מארקעט, די סיבה דערצו איז ווייל אין מאנסי איז נישט דא דער איבערגעטריבענער דראנג צו דינגען דוקא אין מאנסי אויב קען מען טרעפן ערגעץ אנדערש ביליגער, אלזא זענען די דעוועלאפערס געצווינגען אראפצולאזן די פרייזן פאר פאטענציעלע קונים וואס קענען יא באקומען א מארגידזש אדער ווער ס'האט געלט אין די באנק.
צו דינגען א "דירה" אין מאנסי איז נישט קיין גרויסער פראבלעם אויב האט מען א געהעריגע הכנסה אדער אויב מ'האט סעקשאן אכט וואס העלפט ארויס מיט רענט. אויב האט מען נישט קיין איין פון די צוויי קען מען טרעפן א שוואכערע דירה צב"ש וואק אין/בעיסמענט פאר א רעלאטיוו ביליגע פרייז, פארשטייט זיך אביסל ארויס פון צענטער פון געגנט.
עס דארף אבער אויפגעמערקט ווערן אז אין מאנסי איז אויך דא ביי א חלק פון ציבור דער "היימישער קולטור" פראבלעם, אז זיי וועלן אנקוקן פאר א נחות דרגא צו וואוינען אין א "דירה" און אודאי פאר "רענט", זיי ווילן זיין פון די "העכערע קלאס" וואס וויל דוקא "קויפן א הויז" מיט פרייוועסי פון אלע זייטן. אונזער ווארט צו די אלע, אויב האט איר נישט קיין פארמעגן מיט געלט און איר ווילט דוקא וואוינען "מאנסי סטייל" ציט אייך ארויס נאך צען – צוואנציג מייל נארט, און פרובירט נישט צו קויפן א הויז וואס איר קענט אייך נישט ערלויבן וואס וועט אייך נאר אריין ציען אין חובות און אונטערברענגען אייער פינאנציעלן עתיד.
פאר אידן פון ברוקלין וואס ווילן זיך ציען קיין מאנסי: נעמט אין באטראכט די פאלגענדע פונקטן. 1. שטייערן, אין מאנסי איז דא זייער הויכע שטייערן בדרך כלל. 2. טראנספארטאציע קאסטן, קודם כל צו אייער ארבעט, משפחה, שמחות, אא"וו. און דערנאך דארף מען וויסן אז אין מאנסי איז נישט דא קיין דרייצנטע עוו. אדער ליע עוו. גענוג נאנט צו קענען גיין צופוסנס פון די גאנצע שטאט. מען דארף קוקן ווי מען נעמט א דירה, אויב מ'קען אנקומען צו די טעגליכע געברויכן צופוסנס, און אויב נישט וואס זענען די טראנספארטאציע מיטלען און/אויך קאסטן. 3. בתי חינוך. אין מאנסי קען נישט יעדער אריין שרייבן די קינדער אין סיי וועלכן בית חינוך סיי פאר אינגלעך סיי פאר מיידלעך, רוב בתי חינוך האבן א שטרענגע ועד וואס קוקט איבער די סטאנדארטן פון די אפליקאנטן אויב זיי זענען געאייגענט פאר זייער מוסד, אויך איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די חינוך קאסטן וועלן זיין טייערער. אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אויב איר האט "וואוטשערס" פאר נאך שולע אדער פאר אינגערע קינדער אז דאס איז נאר גוט אין נ.י. סיטי נישט אין אנדערע מוניציפאליטעטן.

2. לעיקוואוד
אין לעיקוואוד איז מיט פיל פרטים ענליך צו מאנסי, עס איז באגריסענד און עס דארף ארויס געברענגט ווערן לשבח אז דער קליין שטעטל'ישער ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן ארגינעל פאר ליטווישטע בני תורה, איז געווארן ממש א ישועה פאר טויזענטער משפחות נישט דוקא פון ליטווישע קרייזן, וועלכע האבן אדאנק לעיקוואד זיך געטראפן א מקום מנוחה אין א אויר פון תורה און יראת שמים, און מיט געציילטע אויסנאמען איז דארט נישט דא דער רייץ צו טייערע לוקסוסדיגע הייזער, און אויב זענט איר צוגעוואוינט צו ברייטקייט פון בארא פארק און פלעטבוש איז דא א מעגליכקייט איר וועט דאס אין לעיקוואוד נישט געפינען גענוג ביליג, אבער אויב קומט איר "צו" לעיקוואוד און איר זענט גרייט צו אקצעפטירן דעם לעיקוואודער מהלך המחשבה און מהלך החיים קען מען זיך גאנץ לייכט מסדר זיין, הגם, ס'ווערט כסדר שווערער ווייל דער שטראם קיין לעיקוואוד לאזט נישט נאך ספעציעל פון ליטווישע קרייזן.
פאר אידן פון ברוקלין וואס ווילן זיך ציען קיין לעיקוואוד: נעמט אין באטראכט די זעלבע פונקט ווי אויבן ביי מאנסי, און איר דארפט אויך האלטן פאר די אויגן אז א טעגליכע נסיעה פון לעיקוואוד קיין ברוקלין אדער מאנהעטן איז דורכשניטליך קרוב צו צוויי שעה, (פון טיר צו טיר) דאס האבן מיר געהערט פון די ראשי ומנהלי הישיבה אליין וואס האבן דאס געמאסטן און גערעכנט, ע"כ אויב אייער פרנסה איז אין ברוקלין אדער מאנהעטן, דארפט איר דאס זייער ערנסט נעמען אין באטראכט. – אויך דארף מען געדענקען אז לעיקוואוד איז א "קולטור" אין רוב זאכן לטובה מער ווי גאנץ אמעריקע, אבער אויב קען מען זיך נישט צופאסן דערצו איז א שאד דאס צו נעמען אין באטראכט. עס איז דא געוויסע פרטים וואס קען גערעכנט ווערן אלץ א חסרון ביי חסידים פון אסאך גדולי החסידות, ווי די חז"ל זאגן נהרא נהרא ופשטיה, און איר דארפט דאס אליין נאכגיין פאר איר טוט א ערנסטן שריט.


3. קרית יואל – שיכון סקוירא.
קודם כל זענען די שטעטלעך געבויעט געווארן דורך די אדמורי"ם זכותם יגן עלינו מסאטמאמר ומסקוירא, און פארשטייט זיך אז די וואס זייערע מנהגים און געדאנקען גאנג איז נישט אינגאנצן לויט די מנהגי המקום איז ראטזאם זיך צו פארשאפן א מקום מנוחה אזוי ווי מ'איז צוגעוואוינט במילא איז דאס גאר א שוואכע הצלה פארן גאר ברייטן ספעקטרום פונעם היימישן ציבור.
דערנאך איז דער ציבור אין ביידע שטעטלעך שוין כמעט אויסגעוואקסן דעם שטח, און מען מוטשעט זיך געפערליך צוצושטעלן פאסיגע דירות פאר א צוגענגליכע פרייז אפילו פאר די אלט געזעסענע תושבים וואס זייער משפחה פארגרעסערט זיך אדער זיי מאכן חתונה א קינד. און אפילו דער נאציאנאלער מארגידזש קריזיס האט אויף א קורצע צייט אראפ געברענגט אביסל די פרייזן, און ווער עס איז וויליג צו פארקוקן אויף דעם "כבוד" און אויף די אויסערליכע באקוועמליכקייט קען האבן א דירה רחבה פאר די פאמיליע (עכ"פ אויף רענט) אזוי ווי מיר האבן אויפגעוויזן אינעם ארטיקל פ' וארא, איז דאס נאך אלץ נישט קיין נחמה פארן ברייטן ציבור וואס קען נישט אויסהאלטן דעם געדרענג אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק.
עס דארף ארויס געברענגעט ווערן בשבח פון די צוויי אידישע שטעטלעך וואס זענען שוין באמת היינט שטעט, אז עס איז אויסגעשטעלט געווארן פאר חסיד'ישע משפחות און פאר שטובער ווי די נשים פירן נישט קיין קארס, עס איז דא פובליק טראנספארטאציע, אסאך קאר סערוויס פאר א צוגענגליכע פרייז, און רוב טעגליכע געברויכן זענען פאר מערסטענס איינוואוינער "וואלקינג דיסטענס" און מ'דארף נישט האבן א קאר. (פארשטייט זיך ס'איז אסאך באקוועמער יא צו האבן)
פאר איינוואוינער פון ברוקלין וואס ווילן זיך ציען קיין קרית יואל – שיכון סקוירא: אין קרית יואל איז די שטייער רעלאטיוו ביליג, און אין סקוירא איז אויך ביליגער ווי אין אנדערע מקומות אין ראקלענד, (די סיבה פארוואס קרית יואל איז אזויפיל ביליגער איז ווייל מ'וואוינט מער צוזאמען גענומען און ווייל ס'איז נישט דא קיין הוצאות פון גוי'אישע פובליק סקול קינדער אויף די תושבים) אויך דארף מען וויסן אז ס'איז דא טעגליך גענוג טראנספארטאציע פון און צו רוב ארבעט צענטערן, אבער עס נעמט זייער אסאך צייט, און מען דארף זיך פאראויס בארעכענען צו מען איז גרייט דערצו.


א ווארט למעשה:
אויב מוטשעט איר זיך מיט א דירה אין ברוקלין
1. פארט נישט אין קאנטרי דעם זומער.
2. דינגט אייך דירה אין א עקזיסטירנדע אידישע ישוב אין אפסטעיט.
3. פרובירט אויס דעם דארטיגן מהלך החיים.
4. נעמט די פובליק טראנספארטאציע צו די ארבעט טעגליך.
5. אויב קענט איר זיך צופאסן דערצו – דינגט זיך א דירה אויף א יאר צוויי.
6. אויב קענט איר זיך צופאסן דערצו – זוכט צו קויפן א דירה און באזעצט אייך דארט בקביעות עד ביאת הגואל.

אויב קענט איר זיך נאך נישט צופאסן דערצו. זענט איר אין זעלבן פעקל ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל, וואס לעבט ממש אין א אייגן געמאכטע תפיסה, און מען מוז זוכן א לעזונג צו די קריטישע פראגע, מיר אינעם זשורנאל האבן צוזאם געשטעלט עטליכע פונקטן וואס מיר האבן געקליבן מיט פיל מיה און נאכגעפארשט די זאך, האבן מיר פעסטגעשטעלט אז דער לעזונג וועט זיין א ישוב וואס וועט האבן "אלע" פאלגענדע מעלות, דאס מיינט נישט אז אן דעם קען מען נישט געהאלפן ווערן, אבער מיר פאדערן אויף עסקנים ואישי ציבור, צו זוכן יעצט ווען די האויזינג מארקעט איז ביליג א נייע פלאץ וואו אידן שומרי תורה ומצות מיט גרויסע משפחות זאלן זיך קענען צופאסן.

פאלגענד איז די ליסטע וואס א נייע ישוב מוז אנטהאלטן:

• אסאך דירות אויפאיינמאל אנצופאנגען, לכל הפחות פינף זעקס הונדערט משפחות זאלן זיך קענען ציען אויפאיינמאל אדער גאר שנעל איינער נאכן צווייטן, קיינער זאל נישט דארפן לעבן איזאלירט פאר א שטיק צייט.
• מיט א מעגליכקייט זיך שטארק אויסצושפרייטן פאר ביליגע פרייזן
• אין א גרויסע שטאט, (צוליב די נאכפאלגענדע פונקטן) אבער פארט אביסל זייטיג, אזוי ווי וויליאמסבורג און בארא פארק זענען אין די זייט פון מאנהעטן.
• גרינגע און שנעלע צוטריט צו גוטע שפיטעלער און גרויסע דאקטוירים.
• גענוג מעגליכקייטן זיך צו צושארן צו א גוטע פרנסה, און אויך די עקזיסטירנדע אידישע פרנסות זאלן קענען בלייבן (צב"ש) מ'זאל גרינג קענען עפענען געשעפטן פארבריקן ווערהאויזעס אא"וו.
• טראנספארטאציע, נעבן גרויסע הייוועיס, מיט טרעין און באסעס מעגליכקייטן סיי פאר פרנסה, און סיי מ'זאל קענען פארן צו דאקטוירים משפחה אא"וו גרינגערהייט.
• ביליגע פראפערטי שטייערן
• ביליגע "קאסט אף ליווינג" צב"ש העלט אינשורענס, קאר אינשורענס, ביזנעס טעקס אא"וו.
• גרינגע און ביליגע מעגליכקייט פאר ציבור'ישע בנינים בתי מדרשים, מקואות, מוסדות התורה והחינוך, געשעפטן און נאך.
• גוטע פראגראמען פאר ארימע משפחות און אזוי אויך פאר מוסדות התורה.
• זעלבסט פארשטענדליך פאר גאר ביליגע פרייזן פער דירה.
• גוטע קוואליטי דירות (נישט קיין שמאטעס).
• די שכונה זאל אויסגעבויעט ווערן "וואלקינג דיסטענס" צו אלע טעגליכע געברויכן, (אונזער ציבור דארף קענען שיקן א קינד קויפן ברויט און מילך)
• א פלאץ וואו עס איז דא די פולע קאאפעראציע פון די שכנים און לאקאלע פאליטישאנס (נישט פארקערט)

לויט אונזער מיינונג אויב קען מען טרעפן א פלאץ מיט די אלע מעלות קען מען זוכן ביז ארום צוויי שעה פון ניו יארק סיטי, פארשטייט זיך אז אויב גייט מען אזוי ווייט ווי צוויי שעה, (וואס דאן קען מען נאך קומען צו פארן פאר א "אמת'דיג וויכטיגע סיבה אדער שמחה" דאס איז נישט קיין פלאן פאר די וואס "מוזן" ארבעטן לאקאל אין מאנהעטן אדער ברוקלין, אבער פאר גאר א גרויסן חלק פונעם ציבור (מער ווי העלפט, לויט אונזער שטודיע) קען דאס זיין א גרויסע ישועה, און יעצט איז די צייט צו טון דערין, איידער דער מארקעט שפרינגט ארויף וואס דעמאלטס וועט שוין נישט זיין קיין מעגליכקייט צו טרעפן קיין מציאות.

עסקנים, נעמט אייך צו די ארבעט, אויב ווילט איר נאך האבן ביי וועם צו בעטן געלט פאר הכנסת כלה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פערטער ארטיקל


דער אפקלאנג אויף אונזער "האויזינג אנאליז" פון די פארגאנגענע וואכן,
במשך די פארגאנגענע וואך האט געהאלטן אין איין קלינגען די טעלעפאנען פונעם "זשורנאל" און אזוי אויך איז פארפלייצט געווארן דער פאקס מאשין און די עלעקטעראנישע פאסט, מיט רעאקציעס פונעם ברייטן ציבור איבער דעם אנגעווייטיגטן נושא פון דירות אין די עקזיסטירנדע חרד'ישע געגנטער. אלץ עקאנמישער און פינאנציעלער שופר פונעם חרדיש'ן ציבור טוען מיר מיט פרייד באגריסן די מיינונג פונעם ציבור, מיר בעטן טאקע ווייטער אז ווער עס האט א עצה, פלאן, אדער גרייט צו העלפן מיט עסקנות איבער דעם אנגעווייטיגטן נושא, זאל זיך ווענדן אין די אנגעגעבענע נומערן פונעם זשורנאל, און עס וועט אי"ה ארויסקומען דערפון א גרויסער זכות הרבים.

ביטע אנהאלטן דערמיט
די גרעסטע רעאקציע איז געקומען טאקע איבער דעם נושא זעלבסט, דער ציבור האט זיך געבעטן "ביטע האלט אן מיט אייערע ארטיקלען, און ברענגט עפעס א לעזונג" ווייל עס איז ממש נישט אויסצוהאלטן דעם פלאג, די גרעסטע שוועריקייטן האבן מיר געזען ביים טרעפן א לייטישע דירה פאר חתן כלה אז זיי זאלן עס קענען עפארדן, די אויסזיכטן דאס צו טרעפן אין וויליאמסבורג בארא פארק איז ממש נול, און מחותנים אנשטאט זיי זאלן זיך גרייטן צו די שמחה פון זייער קינד מיט א פרייליך הארץ פארברענגען מיט ווייטאג די צייט נישט קענענדיג טרעפן א פאסיגע דירה פאר זייערע קינדער אנצופאנגען בויען זייער נעסט מיט א משהו ישוב הדעת.
די גרעסטע ווייטאג איז אז דאס קומט אין א צייט ווען די גאנצע וועלט זעט א גליטש אין די ריעל עסטעיט פרייזן, און איבעראל ווערט די האויזינג מארקעט מער און מער "עפארדעבל" פונקט יעצט דארף מען ביי אונז זיין אזוי דערדריקט.

טויזענט דאללער בלויז פאר דעם וואס טרעפט א דירה
ס'איז געווען שאקירענד ביז גאר צו ליינען די טעגליכע צעטלעך וואס ווערן צושפרייט אין די בתי מדרשים אין וויליאמסבורג די וואך, ווי א פארצווייפלטער איד לאזט אנאנסירן אז ער איז גרייט צו צאלן "טויזענט דאללער" בלויז פאר איינעם וואס טרעפט אים א דירה מיט פיר שלאף צימערן "צו דינגען" אין וויליאמסבורג, ער האט ניטאמאל פארלאנגט ס'זאל זיין פאר מעסיגע רענט, בלויז מ'זאל אים דארט ערלויבן צו האבן א לענגערע ליעס ער זאל נישט דארפן צאלן די טויזענט דאללער א יאר צוויי ארום נאך אמאל, דאס טוט נאך מער ארויס ברענגען דעם גרויסן ענגשאפט וואס פלאגט די וויליאמסבורגער איינוואוינער.

אין בארא פארק: איך מיט מיין שכן מופן קיין לעיקוואוד
אויך האט אונז אריין גערופן א בארא פארקער איד מיט די פאלגענדע באמערקונג: איך וויל אייך קאנגראטולירן איבער דעם פאסיגן ארטיקל, און איך לאז אייך וויסן אז טאקע די וואך האב איך מיט מיין שכן באשלאסן, אז אי"ה דעם פסח מופן מיר ביידע קיין לעיקוואוד, מיין שכן האט שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער, און ער האט געקויפט פאר זיי דירות "נישט אונטער די מאמעס פארטוך" נאר אין לעיקוואוד ווי ער האט זיך עס געקענט ערלויבן, און יעצט ווען ער גרייט זיך שוין צו גיין אויף פענסיע, פארקויפט ער זיין הויז אין בארא פארק און ער ציט זיך אריבער צו די קינדער קיין לעיקוואוד, אויף דעם ארויף האב איך באשלאסן פארוואס זאל איך פארן יעדן טאג א שעה צייט צו די ארבעט טאקע אין סאוט דזשערסי און זיצן א שעה אין טרעפיק אויפן טוירנפייק סאוט, איך האב מיך אויך פארשאפט א פאסיגע דירה אין לעיקוואוד מיט פיר שלאף צימערן, א גרויסע קיך, א דיינונג רום, געסט רום, ספרים שטוב און שפיל שטוב אלעס אינאיינעם פאר אכצן הונדערט דאללער רענט. (ער האט נישט געצאלט טויזענט דאללער פארן טרעפן, רעד.) ווען אין בארא פארק קען איך דאס נישט האבן פאר דריי אלפים.

א וויכטיגע באמערקונג – פון א עסקן אינעם געביט פון דירות
א חשוב'ער עסקן א בארימטער ריעל עסטעיט מעקלער וואס האט שוין עטליכע יאר עוסק געווען אין דעם געביט צו צושטלן עפעס א פרישע לעזונג פארן היימישן ציבור האט אריין גערופן און ארויס געברענגט זייער א וויכטיגע נקודה וואס מיר האבן פארפעלט ארויס צו ברענגען די פארגאנגענע וואך, דער עסקן זאגט, אז די סיבה פארוואס אלע ביז איצטיגע פלענער פאר א נייעם ישוב זענען נישט צושטאנד געקומען איז ווייל די ישובים וואס זענען פארגעשלאגן געווארן האבן געפאדערט אסטראנאמישע סכומים אהערצושטעלן די אינפאסטרוקטור צו קענען אנהייבן בויען, דאס איז געלטער וואס די דעוועלאפער קענען זיך נישט ערלויבן אן א זיכערע גאראנטי מצד די צוקונפטיגע קונים, אז זיי גייען טאקע קויפן די הייזער אונטער אלע אומשטענדן, און ווידעראום איז כמעט אומעגליך צו טרעפן גענוג קונים וואס זאלן זיין גרייט זיך אראפ צו בינדן מיט אזעלכע גרויסע סכומים צו בויען א צווייטנס פראפערטי, און נישט וויסענדיג מה יולד יום, בקיצור, יעדע צד וויל אז די הויפט איינשטעל זאל קומען פון צווייטן צד, און מיט דעם בלייבט אלעס הענגען.

די עצות צו דעם פראבלעם .
1. פארטיגע דירות
מען דארף זוכן א פלאץ ווי ס'איז שוין דא פארטיג עטליכע הונדערט דירות און מ'דארף נאר קויפן א פארטיגע זאך נישט דער דעוועלאפער זאל דארפן קודם זוכן גאראנטירטע קאסטומערס.
2. דרויסענדיגע אינוועסטירער
אדער קען מען זוכן א פלאץ ווי ס'איז שוין דא גרייט דרויסענדיגע אינוועסטירער און בויערס און זיי שטייען נישט און ווארטן אויף קאנטראקטן מאחינו בני ישראל, כדי אנצופאנגען בויען די איפראסטרוקטור.

עסקנים האבן אריין געשיקט פאקטישע פלענער
צו אונזער גרויסע פרייד האבן עטליכע עסקנים טאקע אריין געשיקט צום "זשורנאל" עטליכע פאקטישע פראיעקטן וואס ווערן געבויעט אין די צוויי שעה ראדיוס ארום נ.י. סיטי און מיר אנאליזירן דאס גרונטליך מיט אלע דעטאלן, און אויב מיר וועלן זען אז עס איז א פאסיגע לעזונג און דעקט כאטש רוב פונקטן וואס מיר האבן אראפ געשטעלט און אונזער אנאליז די פארגאנגענע וואך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פינפטער ארטיקל


דער אפקלאנג אויף אונזער "האויזינג אנאליז" איז: פאקטישע פלענער פון עסקנים
פאלגענד וועלן מיר אראפ ברענגען עטליכע פאקטישע פלענער וואס חשוב'ע עסקנים האבן אריין געשיקט צום "זשורנאל" וואס ס'קען געטון ווערן אינעם געביט פון דירות, א חשוב'ער עסקן וואס האט אריין געשיקט איינע פון די נאכפאלגענדע פלענער האט אונז אויפמערקזאם געמאכט איבער א באקאנט ווארט אויף די סדרה פארגאנגענע וואך, ווי רש"י הק' ברענגט פון די חז"ל אז יתרו האט געהייסן "יתר" ווייל ער האט צוגעלייגט די פרשה פון "ואתה תחזה". פרעגן די מפרשים, די פרשה פון יתרו הייבט זיך דאך אן פריער ווי יתרו האט גע'טענה'ט צו משה רבינו, נבל תבול, לא תוכל, מיט די אלע טענות, פארוואס רופט מען אן די פרשה מיט'ן נאמען "ואתה תחזה" נישט נבל תבול.
נאר, גיבן די מפרשים צו פארשטיין אז צו זאגן ס'טויג נישט איז קיין קונץ, דאס וואס יתרו האט קריטיקירט דעם סיסטעם, הגם עס איז געווען כולו אמת, נישט דאס איז דער קונץ, פון דעם מאכט מען נישט קיין פרשה, א פרשה מאכט מען פון א געדאנק וואס יא, און אזוי ווי יתרו האט אריין געברענגט דעם געדאנק פון "ואתה תחזה" ער האט א עצה צום פראבלעם דאס איז שוין א פרשה.
דאס זעלבע לענינינו, אז דער דירות מצב איז ביטער דאס איז נישט קיין נייעס, די פראגע איז וואס יא? דערמיט וועלן מיר זיך באציען אין די וואכעדיגע ארטיקל.

פלאן #1 די נארט סייד ארום וויליאמסבורג
מאנכע עסקנים טענה'ן אז די גרויסע בוי ארבייט און דעוועלאפמענט וואס אינוועסטירער האבן ארום געבויט אן א שיעור ארום וויליאמסבורג מיטן פלאן צו פארקויפן א דירה פאר אזוי סך ווי טויזענט דאללער א סק. פיס, איז צורינען ווי א זייפן בלאז, און די דעוועלאפערס וועלן בלייבן שטעקן מיט די פראפערטיס, מעגליך אז אסאך פראפערטיס וועלן אנקומען צו די בענק, און זיי וועלן אויך נישט האבן וואס צו טון דערמיט, אלזא דארפן זיך ארגאניזירן חשוב'ע עסקנים און נאכגיין די זאך און זען צו מ'קען אויסהאמערן א אפמאך, בנין ביי בנין, פראדזשעקט ביי פראדזשעקט, און אויפקלערן די אינוועסטירער אז זייערע חלומות זענען סיי ווי נישט רעאליסטיש אינעם היינטיגן מצב, און אין די זעלבע צייט ארגאניזירן גרופעס אינגעלייט וואס וועלן זיין גרייט אריין צו מופן אין די פראיעקטן, א גרויס טייל פונעם ציבור וואס האט סעקשאן 8 וועט גרינג קענען באצאלן די רענט, און די איבריגע האבן סייווי נישט קיין בעסערע ברירות אין די לעכער פון אלט וויליאמסבורג. אלזא דארף מען גיין צו די בעלי בתים מיט פערטיגע פלענער און לייגן דריק זיי זאלן זיך נישט נער'יש מאכן און ארויס געבן די דירות פאר היימישע אינגעלייט, און אזוי וועט אויך פאלן די פרייזן אין וויליאמסבורג זעלבסט.
נאכן אדורך גיין די פרטים פון דעם פלאן האבן מיר אינעם זשורנאל באשלאסן אז כאטשיק דאס איז גאר א קליינע קורץ טערמיניגע לעזונג, און אפילו אויב עס קען זיך אביסל אויסארבעטן וועט עס נישט לעזן נאר גאר א קליין טייל פונעם מאסיוון פראבלעם, איז עס ווערט א ערנסטע אנשטרענגונג און מיר מוטיגן וועלכע עסקנים ס'האבן א געפיל צו אזא אקציע זיך צו פארבינדן מיט די אפיס פונעם זשורנאל, און מיר וועלן פרובירן צוזאם צו שטעלן מערערע עסקנים וואס האבן א געפיל צו אזא סארט פלאן, אפשר וועט עס קענען עפעס אויפטון.

פלאן # 2 ארגאניזירן אינגעלייט וואס זענען גרייט צו מופן, און נאכדעם זוכן א פאסיגע פלאץ
א צווייטע ערנסטע פלאן פון עסקנים איז געווען אז מען דארף קודם ארגאניזירן א גרופע, דאס קען געטון ווערן דורך עסקנים לשם שמים, אדער קענען זיי באקומען עפעס א מתן שכרו שפעטער ווען ס'ארבעט זיך אויס, דער פלאן ארבעט ווי פאלגענד, ווער וועט זיך אריבער ציען אין א נייעם ישוב ? דער ענטפער איז ווי פאלגענד
1. מלמדים.
2. כולל אינגעלייט און כלי קודש.
3. אידן וואס ארבעטן אויף טעלעפאן – קאמפיוטער.
4. משפחות וואס זענען אזוי געדריקט אז זיי קוקן נישט אויף גארנישט.
5. קלוגע אידן, וואס פארשטייען אז מ'קען נישט וואוינען ווי מ'קען זיך נישט ערלויבן.
על כן, ברויך מען זיך צו ארגאניזירן צוזאם שטעלן א רשימה פון אידן וואס זענען באופן כללי, גרייט זיך צו באזעצן אין א נייע ישוב, און דערנאך אויסשטעלן א געוויסע ליסטע, כך וכך משפחות ווילן קומען מ'קען אויסהאלטן כך וכך מלמדים און כלי קודש, און זען וואס רוב פון דעם ציבור פארלאנגט און אזוי ארום וועט מען קענען זוכן א ריכטיג פלאץ אנצופאנגען א ישוב מיט הצלחה, נישט אז מען זאל קודם האבן א ישוב און זיך נעמען זוכן קליענטן, וואס דאס מאכט שווערער דעם פלאן ארויס צו גיין מכח אל הפועל.
נאך מער, אזא גרופע קען אפילו זיך צוזאם שטעלן מיט א פארטיגע "פראפאזעל" און דאס ארויס לייגן אין מארקעט, צום ביישפיל, עס קען אנאנסירט ווערן ווי פאלגענד: מיר זענען א גרופע פון 250 משפחות, איין רב, איין דיין, 20 מלמדים, וכו', מיר זוכן א דעוועלאפער וואס קען צושטעלן 150 דירות פאר צוויי הונדערט טויזענט דאללער, ס'זאל זיין ארום צוויי טויזענט סק. פיס מיט א הויף, פופציג דירות פון ארום 1200 סק. פיס, פאר 100 טויזענט דאללער, און 50 דירות פאר 325 טויזענט דאללער פון דריי א האלב טויזענט סק. פיס, דער דעוועלאפער דארף פאר דעם געלט אויך צושטעלן א גראסערי אויפן פלאץ און א תלמוד תורה פאר צען קלאסן און א מיידל שולע פאר צען קלאסן, ביהמ"ד, מקוה טהרה, דער פלאץ דארף זיין נישט ווייטער ווי 100 מייל פון מאנהעטן. אונטערגעשריבן אלע צוויי הונדערט פופציג משפחות, (דאס אלעס איז בתורת משל).
עס איז כמעט זיכער אז דעוועלאפער וועלן ארויף שפרינגען דערויף, און זיי וועלן האבן א ברייטן אויסוואל פון דעוועלאפערס, אזוי אז זיבעציג אכציג פראצענט פון די ארגינעלע גרופע וועט זיין צפרידן, און די איבריגע וועלן גרינג האבן אן ערזאץ.
באמערקונג פון די רעד. דער פלאן קען געניצט ווערן אויב עס איז דא גוטע עסקנים אין פארבינדונג מיט אלע אנדערע פלענער אויך, מיר זענען אייביג גרייט צו קאארדינירן אויב עסקנים ווילן זיך פארבינדן מיט אונז.

פלאן # 3 אפקויפן אסאך פארקלאויזד אדער סתם ביליגע הייזער אין איין געגנט, און זיך אריבער ציען אהין אין די מאסן
אנדערע חשוב'ע עסקנים האבן אויפגעברענגט א פלאן צו נעמען "ענדווענטידזש" פונעם גרויסן האויזינג פראבלעם, און אויפזוכן א געגנט אין די הונדערט מייל ארום ניו יארק אין א עסטאבלירטע שטאט אדער שטעטל, און אפקויפן צוזאמען די גרעסטע צאל דירות וואס איז נאר מעגליך פאר גאר א ביליגע פרייז, אזוי קען מען הנאה האבן פון די עקזיסטירנדע אינפאסטרוקטור צב"ש וואסער סוער, אויך איז דארט גרינג צו טרעפן בנינים פאר בתי מדרשים און מוסדות התורה.
צוויי ספעציפישע פלעצער זענען אנגעגעבן געווארן אלץ ביישפיל די סיטי אף מיעדלעטאון, (נישט די געגנט ארום, נאר די סיטי אליין) און וועסט אראנדזש ניו דזשערסי.
די רעדאקציע האט נאך נישט געהאט די פאסיגע מעגליכקייט נאכצוגיין די פאקטן פון די צוויי געגנטן, אבער אויבן אויף זעט עס אויס א דורכפירנדער פלאן, עסקנים, נעמט אייך צו דער ארבעט.

פלאן # 4 די סובארבס פון פילאדעלפיע
צום שלוס פון די האויזינג אנאליז די וואך ברענגען מיר גאר א אינטערעסאנטע מערקווידיגע פלאן וואס איז אריין געשיקט געווארן צום זשורנאל דורך זייער איבערגעגעבענע עסקנים, דער פאלגענדער פלאן איז געשיקט געווארן באגלייט מיט מאפעס, דאקומענטן, און פאקטישע אויטאריזירטע פלענער.
דער פלאן באציט זיך צו די געגנט ארום פילאדעלפיע, וואס פילאדעלפיע אליין איז ווייניגער ווי הונדערט מייל אוועק דרום פון ניו יארק, און איז גאר א מעכטיגע ביזנעס צענטער פאר זיך אליין, (דרך אגב, פילאדעלפיע איז דערווייל כמעט נישט באטראפן געווארן פון די רעסעסיע אויפן זעלבן מאסיוון שטייגער ווי די אנדערע גרויסע שטעט) פילאדעלפיע איז ארום גענומען מיט סובארבס אין דריי סטעיטס, פענסילוועיניע, ניו דזשערסי, און דעלעוועיר. די גאנצע געגנט ארום ווערט אנגערופן "גרעיטער פילאדעלפיע".
אין די צייט פונעם "האויזינג באבל" ווען מ'האט זיך גערישט אז מ'קען בויען וויפיל מ'וויל אן קיין חשבון איז אין די סובארבס אפראווד געווארן טויזענטער דירות, וואס זענען נישט צושטאנד געקומען דערווייל און עס שטייט גרייט צום בויען דורך די לאקאלע רעגירונגען און דרויסענדע דעוועלאפער'ס אויב ס'וועט זיין קאנטראקטן, די דורכשניטליכע פרייז פאר א דירה דארט איז ארום 100 דאללער א סק. פיס אדער ווייניגער, און לויט ווי מיר האבן געהערט פון עסקנים וועלכע קענען זיך אויס אין די געגנט, ספעציעל אין ניו קעסטל קאונטי דע. איז דא א מעגליכקייט צו טרעפן "אלעס" וואס מיר האבן אויסגערעכנט (אין די פריערדיגע ארטיקלען) אז א געגנט דארף האבן.
עס דארף אנגעמערקט ווערן אז מיר האבן געזען פאקטישע אפראווד פלענער אין איין געגענט פון "טויזענט צוויי הונדערט" הייזער צוזאמען, וואלקינג דיסטענס צו אלעס וואס א איד קען נאר געברויכן, אריין גערעכנט א באן סטאנציע, באנק, פאסט אפיס, קאמערציעלע און פאבליק בנינים, און נאך און נאך, די אינפאסטרוקטור, וואסער, סוער, עלעקטעריק און געז איז שוין פיקסד פארטיג, און די דעוועלאפערס זענען שוין טיף אינמיטן פארהאנדלען מיט פראפעסיאנעלע נאציאנאלע בילדערס זאלן איבער נעמען דעם פראיעקט מיט די פולע גוטהייסונג פון די שטאטישע באאמטע, און די פרייזן וועלן לויפן פאר אונטער 100 דאללער א סק. פיס.
אויב דאס אלעס קען צושטאנד קומען קען דאס זיין א געוואלדיגע ישועה פאר'ן גאנצן חרד'ישן ציבור, מיר האבן אין די רעדאקציע די נעמען פון די עסקנים וואס זענען גוט באהאווענט אין די פאקטן, און ווער ס'איז פאראינטערסירט ארויס צו העלפן מיט עסקנות "על מנת לקבל פרס" זאל אזוי גוט זיין זיך פארבינדן מיט אונז און מיר וועלן זיי צוזאם ברענגען מיט אייך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ווען איך וועל ענדיגן פעיסטן די ארטיקלען, וועל איך אריבער פירן אלע טענות פון די ליינער צום ארגינעלן שרייבער, און ער וועט אי"ה ענטפערן.
איר דארפט וויסן אז עס ליגט אין דעם חדשים הארעוואניע, אינטערוויוס, אא"וו.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זעקסטער ארטיקל


שאק און ציטער אין וויליאמסבורג :


טויזענט דאללער געצאלט פאר ווער ס'טרעפט א דירה פאר חתן כלה
ווי ביטער מ'האט שוין געוואוסט ביז היינט, און ווי שווער ס'איז שוין געווען, האט מען געזען די וואך א דאפעלטער פראבלעם, איינס מ'זוכט מיט ליכט א דירה ווען די משפחה וואקסט, און צווייטנס, נאך פאר מ'הייבט אן צו בויען א שטוב, נאך פאר מ'קומט אהיים צום ערשטן מאל אין א אייגענע געדינגענע דירה, לעבט שוין די משפחה מיט פרעשור, מיט דרוק, די וואך איז אדווערטייזט געווארן אינעם דבר יום ביומו (וויליאמסבורג) אז א איד טראגט זיך אן צו צאלן טויזענט דאללער, פאר ווער ס'וועט אים טרעפן א דירה פאר די חתן כלה, ס'שטייט נישט קיין פרייז ווי ביליג די רענט זאל זיין, ער נעמט זיך נישט אויס קיין ספעציפישע גאס, ער פארלאנגט בלויז, שאפט מיר א דאך איבערן קאפ פאר דאס אינג פאר-פאלק, און איך געב אייך טויזענט דאללער פארן טרעפן די דירה.

שומו שמים
אזא זאך דארף מאכן אויפציטערן יעדן רעכט דענקענדיגן מענטש וואס זעט דאס, ווי האבן מיר דערגרייכט, יעצט ווען דער גלאבאלער עקאנאמישער מצב איז אזוי שווער, ווען יעדן טאג ווערן פרישע ארבייטער אויפגעזאגט, און מ'קען נישט דעקן די בילס, יעצט איז א וויליאמסבורגער איד גרייט צו צאלן "טויזענט דאללער" בלויז פאר'ן טרעפן א דירה, ס'איז דאך ממש א הימל געשריי פונעם העכסטן קלאס.

עת לעשות לד'
יעצט איז די ריכטיגע צייט אנצופאנגען צו טון תכלית, יעדער ווייסט וואס צדיקים האבן געזאגט אז ממון איז דמים, אידיש געלט גיסט זיך ווי וואסער, מיינט דאס אז אידיש בלוט גיסט זיך, מען טאר נישט שווייגן און די געלעגנהייט טאר נישט אדורך געלאזט ווערן, גאנץ אמעריקע וויינט אז זיי האבן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל הייזער, און אין וויליאמסבורג צאלט מען טויזענט דאללער פארן טרעפן א דירה'לע, אידן וועקט אייך אויף !

מען טאר נישט אריין פאלן אין יאוש
די גרעסטע צרה איז דער יאוש און פארלוירנקייט, ווען מען הייבט אן צו רעדן וועגן דעם מצב, הערשט ביי געוויסע א געפיל פון פארלוירנקייט, וואס קען מען טון, מען האט שוין אזויפיל פרובירט, אזויפיל עסקנים און געשעפטס לייט האבן שוין אריין געלייגט אזויפיל הארעוואניע, אין מערערע פראיעקטן, און דערווייל איז נאך גאר נישט געווארן, פארוואס זאל יעצט אנדערש זיין, וואס האט געטוישט דעם מצב. דער ענטפער איז, א איד טאר נישט אזוי רעדן א איד טאר נישט אריין פאלן אין יאוש, מ'טאר נישט אויפגעבן, אויב איז עס א פראבלעם וואס פלאגט דעם גאנצן ציבור, דארפן די עסקנים אנגיין ווייטער מיט די הייליגע ארבעט אין זוכן א לעזונג, נישט חלילה אויפגעבן.

אין ארץ ישראל איז אויך אזוי געווען
מערקווידיג איז דער פאקט אז אין ארצינו הקדושה איז אויך אזוי געווען, מ'האט זיך ביטער געפלאגט אין ירושלים און אין בני ברק, מ'האט געפילט אז ס'איז עק וועלט, און ס'האט גענומען צענדליגע פראבעס, און דורכפעלער, ביז ס'איז געווארן דער דורכברוך, און היינט ווייסט יעדער אינגערמאן אז מ'גייט וואוינען קיין בית שמש, אלעד, אשדוד, און נאך. ס'איז שוין באלד א בושה צו בלייבן וואוינען נאך די חתונה אין ירושלים און אין בני ברק, מ'וועט פרעגן וואס איז, זיי קענען נישט טון ווי אלע טוען און גיין וואוינען ערגעץ אין א נייע פראיעקט ?

וואס האט טאקע געבראכן די אייז אין ארץ ישראל ?
דער ענטפער איז, דער נויט, מיר ווייסן אלע פון דעם כלל אז נויט ברעכט אייזן, די זעלבע זאך איז אויך שייך דא אין וויליאמסבורג, דער "עד" וואס האט געאפפערט די טויזענט דאללער דארף אונז עפענען די אויגן, אז דער "חומת הברזל" דער אייזערנער מויער, וואס מיר האבן זיך אליין געבויעט ארום וויליאמסבורג זאל אויפגעבראכן ווערן, און מ'זאל זיך ארום קוקן אויף די פלענער וואס מיר האבן פארגעשלאגן פאריגע וואך, און זען וואס מ'קען טון צו ראטעווען דעם מצב בעוד מועד.

איז דאס יושר, פאר אונזערע קינדער?
מ'דארף זיך פרעגן די פראגע, איז דאס יושר, איז דאס גערעכט צו טון פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אנפאנגען דאס לעבן מיטן לינקען פיס, צו צאלן פופצן הונדערט דאללער פאר א פיצעלען לעכל אויפן אכטן שטאק, די כוללים שניידן און שפעטיגן די געהאלטער, די בעלי בתים אין די ביזנעסער געבן כמעט נישט קיין העכערונג, נאר די לענדלארדס בעטן א העכערונג, דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין דעם אינגן "קאפל" ווען זייער צוויי דריי יעריגער ליעס וועט אפלויפן, די מחותנים וועלן שוין דעמאלטס זוכן א דירה פאר זייערע אינגערע קינדער, און וואס וועלן אונזערע קינדער טון, ?

אפשר וועלן זיי מאכן א ליציטאציע ?
אפשר וועלן אונזערע קינדער אויך זיך מוזן ארויס שטעלן אין די גאס, און לייגן אנאנאסירונגען אין אלע בלעטער און אויסגאבעס, אז ווער ס'וועט טרעפן א דירה וועט מען געבן אן אומבאשטימטן סכום, און אז טויזענט וועט נישט העלפן וועט מען געבן עלף און צוועלף הונדערט, אפשר גאר צען צו צוואנציג טויזענט דאללער, ווער קען וויסן לויט דעם וועג וויאזוי ס'גייט יעצט, מען מוז שוין זאגן למלאך המשחית הרף, שטעל זיך דא אפ.

פאלגט נאך די ווייטערדיגע פלענער און מעלדונגען
מיר אינעם זשורנאל האבן זיך גענומען פאר א הייליגע מיסיע, מיר וועלן איבערגעבן אלע פלענער און פעולות וואס עסקנים זענען גרייט צו טון איבער דעם נושא, מיר האבן דערווייל באקומען נאך פרישע פלענער, וואס מיר גייען אצינד איבער כדי פעסטצושטעלן אויב ס'איז טאקע אקטועל, אויך זענען מיר אצינד אין פארבינדונג מיט די עסקנים וואס האבן אונז אריין גערופן די פארגאנגענע וואך מיט באמערקונגען אויף די פיר פארשלאגן וואס איז געווען אין פאריגען נומער, מיר וועלן אי"ה מעלדן ביי די קומענדיגע געלעגנהייט מער פרטים דערוועגן.

פארבינדט אייך מיט אונז
מיר בעטן אויך אלע עסקנים און כלל טוער וואס האבן נאך נישט אריין געשיקט זייערע פארשלאגן, האלט זיך נישט אפ, יעצט איז די ריכטיגע צייט צו טון, ווען ריעל עסטעיט אין אלגעמיין איז ביליג, יעצט קען מען גרינגער טרעפן אן אוזן קשבת ביי לאנד אייגענטימער און דעוועלאפער זיך צו רעכענען מיטן מצב, רופט אריין צו אונז אין אפיס, אדער פארבינדט אייך מיט אונז דורך די פאסט אדער אימעיל, לייגט דאס נישט אפ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עד כאן וואס איך קען אייך דערווייל שיקן, איין שיינער ארטיקל וואס איז אן אינטערוויו מיט איינעם פון די ערשטע תושבים אין אשדוד קען איך דערווייל נישט שיקן צוליב טעכנישע סיבות האט זיך עס פארהאנקערט אין "ווארד"
דער לעצטער ארטיקל דערווייל אין די סעריע איז דא דער ערשטער ארטיקל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב באקומען א ענטפער אויף די פינף פונקטן וואס כ'האב ארויסגעברענגט און אויך א הערה פונעם ארטיקל שרייבער לגבי דעם לעצטן ויכוח צווישן וויכי - שלמה'לע - אונגארישער בנוגע מארגידזשעס.

לכ' ידידי מנוער המכונה כעת לעבעדיגער בערל וכל אשר לו שלו'.
האסט מיר געשיקט די פינף פונקטן פון היימישע קרעטשמע ווי מען האט דיסקוסירט מיינע אנאליזן איבער דירות, ליידער קען איך דיר דערווייל נאך נישט שיקן דעם פעלנדן ארטיקל וואס איז געווען געדריקט אין "זשורנאל" פ' תצוה, וואס דאס אנטהאלט א אינטערוויו וואס כ'האב געהאט מיט א איד וואס האט זיך געצויגן דעם ערשטן שבת וואס חסידים האבן זיך אפיציעל באזעצט אין אשדוד, דאס וואלט געווארפן א שטארקע ליכט אויף די גאנצע דיסקוסיע.
יעצט לאמיך דורכגיין דיינע פונקטן וואס דיינע חברים אין "בית מזיגה" האבן געשטעלט ואשיב על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
1. עס איז נישט דא די עסקנים, מ'דארף אויפרודערן די שטאט ווי אויף א גזירה (חסיד)
אזוי ווי כ'האב געשריבן אין מיין לעצטע ארטיקל, ס'האט זיך געגרינדעט אזא ארגאניזאציע ווי הצלה, כאטשיק ביז דעמאלט האט יעדער פארבראכן די הענט און גארנישט געטון, א ענערגישער אינגערמאן האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט "עד כאן" און די זאך האט אנגעפאנגען פארן.
והשנית והוא העיקר, אין דעם נושא מעג דער עסקן מאכן אפאר טאלער, ס'איז בדוקא נישט קיין פעלער, אודאי דארפן אידן העלפן און טון דערין לשם מצוה, נאך מער ווי אין אלע אנדערע חסד ארגאניזאציעס ווייל דאס איז דאך שקול כנגד כולם אזוי ווי מיר האבן מאריך געווען אינעם ארטיקל, אבער דער נושא בעול, און דער בראויקער, זאל מאכן געלט און בריוח, נאר ער זאל נישט מיינען אז מיט דעם געווינט ער די לאטארי, און ער דארף נישט פרובירן צו רייטן אויפן עולם, אבער א יושר'דיגע געהאלט אדער קאמישען וואס מען צאלט פאר אזא זאך אין די אלגעמיינע מארקעט דארף מען אודאי געבן
2. רבנים און ראשי קהלה ווילן נישט פארלירן אפאר הונדערט אידן אויף איינמאל, אויך קליינע רבי'לעך ווילן נישט פארלירן זייער מנין, במילא טוען זיי גארנישט (הנ"ל)3.
דאס איז בלויז אן השערה, און דער אמת איז אז אלע רבנים און רבי'ס האבן ב"ה שטובער מיט קינדער זון איידעמער און אייניקלעך און איך ווייס קלאר פון פאקט אז פילע פון זיי קוקן ארויס אז ס'זאל זיך מאכן נאך ישובים ווי זייערע חסידים זאלן זיך באזעצן, און זיי וועלן קענען אהין שיקן א קינד, איך וויל נישט אריין גיין אין רבנים און קהלות ווייל דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט שוין געכאפט א פסק אין דיין קרעטשמע פארן רעדן פאליטיק, אבער איך זאג דיר קלאר אז דאס איז דער פאקט.
דאס וואס דו זאגסט וועגן קליינע רבי'לעך, פונקט אזוי איז דא גענוג און נאך בנש"ק'לעך און אנדערע שיינע אידן וואס קוקן ארויס אויף א געלעגנהייט צו אקערן אויף פרישע פעלדער ווייל זיי האבן נישט אזוי מצליח געווען אין די עקזיסטירנדע יישובים.
והשלישית, גאר א שיינער ציבור האט זייערע רבי'ס אין אנדערע פלעצער בעיקר אין ארץ ישראל, און זיי וואוינען אין אמעריקע, און זיי וועלן באמת זיין פון די ערשטע שפרינגער פאר א נייע יישוב. (חסידים פון א רבין וואס האט אליינס א שטעטל, וועלן לכאורה זיין שפעטער אין די רייע צו גיין צו א נייע יישוב)
3. נאר אז א רבי שיקט דעם עולם מיט געוואלד אזוי ווי האדמו"ר מסקוירא שיקט קיין מאנטריאל קען עס ארבעטן (אונגארישער)
דער מציאות איז אז אפילו אין ארץ ישראל ווי די וועלט פארקויפט אז דער גערער רבי האט געשיקט די אינגעלייט און אזוי איז געווארן דער יישוב, האט מיר דער תושב אשדוד געזאגט אז דאס איז א טעות, נאכדעם וואס בראקערס האבן זיך אריין געלייגט אויפצוקלערן דעם ציבור אז אין ירושלים האב איך נישט פאר דיר קיין דירה אבער אין אשדוד קענסטו באקומען חצי בחנם, און אזוי איז עס געווארן א שטיקל יישוב האט דער גערער רבי געשיקט אהין אינגעלייט.
וואס איז יא אמת איז אז גער האט דארט געהאט א ישיבה וואס זיי האבן דעמאלט געהאלטן דוקא מחוץ לעיר.

עס איז געווארן שפעט וועל איך מארגן ממשיך זיין, איך האב אויך א הערה בנוגע מארגידזשעס.
ידידך דורש שלומך ושלום כל החברים הקוראים בבית מזיגה החשוב הנקרא עולם היהודי
הק' ......
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז געלונגען צו טרעפן דעם פארלוירענעם ארטיקל אין "זשורנאל" פרשת תצוה, עס לוינט זיך צו כאפן א בליק פאר מ'גייט ווייטער.
אינטערוויו מיט די ערשטע איינוואינער אין אשדוד

כדי בעסער צי פארשטיין ווי אזוי מ'קען פארגרינגערן די סוטאציע אין ניו יארק האבן מיר זיך פארבינדן מיט די עסקנים בארץ הקודש און מיר האבן געטראפן צוויי חשובע אינגעלייט פון קהלה קדושה שומר אמונים בארץ הקודש וואס זיי זענען געווען פון די מייסדים פונם ישוב אשדוד מיר האבן דורך געפירט א אינטערוויו איבער די התייסדות פונם יישוב און אזוי ארים האפן מיר צי ציען פאראלעל מיטן מצב אין אמעריקע.
פ: ווען האסטו זיך אריבער געצויגן קיין אשדוד?
ע: מיט בערך פאר פערצן יאר צירוק
פ: וואס האט דיך באוואויגן אוועק צי גיין פון דיין פלאץ וואו די ביסט אויפגעוואקסן און גיין אל ארץ לא זרועה צי א נייע אומבאקאנטע פלאץ?
ע: איך בין געווארן א איידעם אין ירושלים. אלץ חתן האבן אינזערע עלטערן געזיכט א דירה און עסאיזעס איז ממש נישט געווען ציבאקומען. דעמאלסט האט מיין שווער זאל זיין געזונט געהערט פון א דירות מעקלער אז ס'גרונדערט זיך א א נייער היימישער יישוב אין אשדוד און ס'וועט זיין ציגעשטעלט אלעס וואס א חסידישער יישוב דארף צי האבן אויפן פלאץ און מיט גרויס שרעק האט ער זיך פארבינדן מיט מיין טאט'ן זאל געזונט זיין (מיין שווער האט פשוט מורא געהאט אז די מחותנים וועלן מיינען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אים) אין מיין טאטע האט מיך געפרעגט דעריבער. האב איך גראד גענטפערט 2 זאכען. איינס אין ירושלים איז דאך כמעט נישט מעגליך ציטרעפן אין צווייטן'ס אויב טרעפט מען יא א דירה איז עס סייווי אוועק פון די געגנט און מען צאלט ממון ודמים דערפאר די און די מחותן וועלן בלייבן בעלי חובות א גאנץ לעבן דערפון אוואדאי בין איך מסכים.
פ: און וויאזוי איז געווען דאס לעבן פון אנפאנג אינעם נייעם יישוב ?
ע: גאר גאר געשמאק. היינט ווען ס'איז שוין אויסגעוואקסן און ס'וואינען דא בליעה"ר טויזענטער משפחות און מ'טרעפט זיך אמאל די ערשטע איינוואוינער ציזאם וואנטש מיר זיך מי יתננו ירחי קדם מיר בענקן זיך נאך די אמאליגע צייטן ווען אלעס איז געווען ברידערליך און היימיש.
פ: וואס איז די היסטאריע ווי אזוי איז צישטאנד געקומען די טעכנישע חלק פונעם גרינדן דעם חסידישן יישוב ווער האט דעס געגרונדערט און פאר וועם ?
ע: עס דרייען זיך ארום פאלשע מעשיות אין די וועלט וויאזוי די שטאט אשדוד איז געווארן א חסידישער אידישער יישוב אמת אז א גרויסע אדמ"ר א רבי פון טויזענטער חסידים האט געשיקט אהין אינגעלייט וואוינען און אשדוד אבער נישט דאס האט געמאכט דעם יישוב
דער יישוב איז געגרונדערט דורך אפאר מעקלערס (בראקערס) וואס האבן פארלוירן זייער פרנסה ווייל זיי פלעגן האנדלן אין ירושלים און דאס געשעפט האט זיך פשוט אפגעשפארט ווייל קיינער האט נישט געקענט טרעפן קיין דירה וואס מען האט זיך געקענט ערלויבן צי צאלן דערפאר האבן זיי זיך ציזאמען גענימען און שטיפן דעם עולם קיין אשדוד .
זיי האבן אויך איינגעקופט אפאר הייזליך פאר זיך פון וואס זיי זענען שפעטער נתעשר געווארן אבער פרנסה האבן זיי געמאכט פון שטיפן דעם ציבור וואס איז אנגעקומען צי זיי נאך דירות אין ירושלים האבן זיי געזאגט דעם אמת אז אין ירושלים קענען מיר דיר נישט העלפן אבער קענסט האבן א דירה א פערטל די פרייז אין אשדוד .
פ: וואס טוט זיך מיט מוסדות התורה ?
ע: די גרעסטע חסידישע קרייזן האבן שוין דא אייגענע מוסדות אבער אלע קלענערע חסידות'ן צב"ש מיר די שומרי אמינים חסידים לעלוב'ע חסידים אא"וו שיקן די קינדער אין תלמוד תורה כולל חסידי און די ליטווישע האבן א אייגענע די ספרדישע האבן א אייגענע אא"וו
פ: וואס טוט זיך מיט טראנספאטציע ?
ע: קודם כל דער עולם זיכט נישט אזוי סאך ציפארןץ פארוואס זאל מען לויפן פון די לופטיגע רחבות'דיגע גאסן צי די פארשטופטע ענגע געסלעך אין ירושלים. אבער דא ביי ניצט מען זיך עפ"י רוב מיט די שטאטישע טראנפטאציע וואס פארן כסדר קיין ירושלים. דער עולם דא האט כמעט נישט קיין קארס אזויווי אין גאנץ ארץ ישראל אבער מען קימט זיך גאנץ גיט דורך מיט די שטאטישע באסעס.
פ: וואס טיט זיך מיט פרנסה ?
א גרויסע טייל עולם איז בני תורה אין כוללים דער איבריגער עולם האט פרנסה אויפן פלאץ מלמדים משגיחים און לאקאלע געשעפטן . דא איז כמעט נישט דא וועלעכע ארבעטן אופן קאמפיאטער אדער אופן טעלעפאן. איך בין א משולח פאר א בארימטע מוסד וואס העלפט פאר קראנקע קינדער ל"ע.
איך פאר טאקע אסאך אוועק פון שטוב אבער מיין בני בית איז זיך מחיה אין א רחבות'דיגע דירה ווילאנג איך בין אין חיץ לארץ.
פ: הייסט עס אז איר האט אז אונז אנשי חוץ לארץ געשפארט אסאך געלט מיטן נייעם יישוב אז מ'דארף ווייניגער קומען אויף חתונה הוצאות?
ע: אוודאי אוודאי. מיר האבן אויך געשפארט אסאך הארץ אטאקעס מיט סטרוקס און נערוון ציזאמענברויך פון בני ארץ הקודש..
שלוס: איך מיז זאגן אז איר האט געהאט שכל אזויווי עס עס שטייט אוירא דארץ ישראל מחכים און געטון
צי דערזאך הלואי זאל מען אין אמעריקא אויך טון די זעלבע זאך אין איינשפארן די אלע פראבלעמען
ע: יא אוודאי אין דעמאלסט וועסטו קענען גרינגער שטיצן די תושבי בארץ הקודש די וואס לערנן תורה מתוך הדחק.
מי יתן והי'......

ידידי ר' בערל היקר (יעדעס מאל וואס איך זע דיין נאמען צולאך איך זיך נאכאמאל וויאזוי דו ביזט משנה שם) איך האב געזען וואס מ'שרייבט וועגן הצלה, כ'זע דער עולם האט נישט פארשטאנען דעם צושטעל, ושתי תשובות בדבר, ראשית וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז נישט אז צו גרינדן א יישוב איז אזוי ווי צו גרינדן א הצלה ארגאניזאציע, יעדער פארשטייט אז ס'איז ווייט ווייט נישט דאס זעלבע, איך האב נאר געוואלט ארויסרענגען אז ווען מ'האט געזען אז א זאך גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות און מ'קען בשום אופן נישט אנגיין אזוי ווייטער האט מען זיך צוזאם גענומען און געטון "אפילו אזעלכע זאכן וואס לא עלתה על לב קודם" און עס האבן זיך אפגעפינען די ריכטיגע עסקנים וואס זענען גרייט צו טון אין א נושא וואס האט דעמאלטס אויסגעזען ווילד פרעמד.
והשנית, איך האב אמאל געהערט אדער געזען באשריבן אן אינטערוויו מיט ר' הערשל וועבער, מ'האט באמת נישט קיין השגה היינט ווי ווילד פרעמד, אפגעפרעגט, און אוממעגליך אזא געדאנק איז געווען בימים ההם, מ'קען אויסרעכענען פרטים לרוב, צב"ש, דו גייסט אין קאמפעטישאן מיט די סיטי, די פאליציי און העלט דעפט. וועט דאס צולאזן, איר קענט דאך קוים ענגליש, און פון די אנדערע זייט, אונזערע אינגעלייט וועלן זיך לערנען מעדעצין, מ'וועט גיין אין שפיטאל צווישן אלע רח"ל נעמען לעסאנס, ליינען זייערע ביכער, און פון די דריטע זייט, וועלכע פרוי וועט מסכים זיין, וויאזוי וועלן די אינגעלייט האבן פרנסה אז מען לויפט אינמיטן די ארבעט אדער א נאכט פריער אינמיטן די נאכט, און וואס וועט מען טון מיט שבת ויום טוב, און פון וואו וועט זיין געלט, דער עולם איז נאך געווען גרין און פרעמד אין אמעריקע.
כ'וויל דיר נאר ווייזן ווי שווער מ'קען אראפלייגן א זאך פאר ס'ווערט, און וואס פאר א שטארקע טענות מ'קען האבן דערקעגן און ווען ס'קומט דערצו און ערנסטע עסקנים לייגן זיך אריין דערין ברעכט מען אדורך דאס אייז, נישט אז ס'איז די זעלבע.
איך וועל אי"ה ממשיך זיין צו ענטפערן, און כ'האב הנאה אז דער עולם רופט זיך אן, כ'דארף מיר אליין איינשרייבן דארט אין דיין קרעטשמע און ענטפערן דירעקט.
ידידך ...
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אפגעטיילט די ארטיקלען להקל על הקורא

לעבעדיגער בערל:
דיינע לענגערע לעבעדיגע ארטיקלען זאלסו ווייטער לייגן אין דעם אשכול

און דער ציבור זאל לייגן קאמענטארן איבער די ארטיקלען דארט
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

(די הודעה האב איך אנגעהויבן שרייבן אין דעם אשכול פון נייע שטעטלעך, איך האב נאך נישט געהאט באמערקט די נייע אשכולות איבער ישובים, יעצט אבער וועל איך דאס אריינשטעלן אין דעם אשכול, ויאכלו זנבים וישמחו)

טייערע אידן, אנשטאט וויינען, איז כדאי צו טיען עפעס למעשה. איי וועט איר פרעגן וואס? הערט וואס א נארישער קעצל האט צו זאגן.... אפשר דאך רעד איך יא אביסל צו דער זאך.

הקדמה

אבער א פיצי הקדמה

אינדערהיים (אוי, דע מעדשיק ווארט... איר ווייסט דאך, דארט ווי אלעס איז געווען אזוי גוט, אלעס האט געגלאנצט אין געשפיגלט..... אויסער......) יא, אבער אינדערהיים, איז נישט געווען אזוי ווי היינט, אז יעדער וואוינט אין גרויסע שטעט. ווען איך בין געפארן אויף קברי אבות און קברי צדיקים אין יוראפ, בין איך נתפעל געווארן פון די קליינע שטעטלעך וויזוי מעהאט געוואוינט אמאל, יעדע משפחה איז געווען צוטיילט אין צוואנציג אנדערע שטעטלעך און ישובים. אין יעדע ישוב האבן געוואוינט עטליכע צענדליגער משפחות, אין א שטאט וואס האט שוין געהאט איבער הונדערט משפחות איז געווען א גרויסע שטאט. עס איז נאך דא זייער א סאך צו שרייבן וועגן דעם, אבער איך וויל נאר מאכן דעם פוינט.

היינט איז געווארן איינגעפירט אז יעדער וואוינט צוזאמען, און עס איז געווארן די פאר גרויסע שטעט ווי נאר דארט וואוינט מען און מעקען זיך נישט רוקן אביסל ווייטער.

דאס איז נישט קיין גזירה פון הימל, עס איז א גזירה וואס דער היימישער ציבור האט זיך אליינס גענומען אויפן קאפ, און איך האב מורא אז אויב מען איז מתפלל אויף דעם איז עס א תפילת שוא, ווייל מען קען זיך אליינס העלפן (אויב מען וויל עכט) און מען וויל נישט (איך ווייס איז מען וויל יא, אבער נישט גענוג שטארק. אזוי ווי יענער וואס האט געוואלט ווערן א מיליאנער, אבער ער האט אויך געוואלט זיין זיייער באקוועם, און נישט זיך איבערארבעטן, און אויך נישט אויפשטיין צו פרי, אבער ער וויל............).

איך האב אמאל געהערט, אז אינמיטן די מלחמה זענען די צוויי צדיקים, ר' שלמה'קע זוויל'ער און דער הוסיאטינער רבי, געגאנגען אויפן ציון פון אור החייים הק', און זיי האבן דארט געזעהן דעם שם הוי' לייכטן, האבן זיי געזאגט אז דער דייטש ימ"ש וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל, אבער מען וועט עס באצאלן מיט שוועריקייטן מיט דירות. נו, איז דאס נאר פאר א"י, אין אמעריקא איז נישט דא די גזירה, און דאס וואס מען פלאגט זיך אזוי איז א אייגן געמאכטע גזירה.

איך האב שוין לאנג געהערט פון א באקאנטן, אז מען דארף פועל'ן ביי די רעגירונג אז זיי זאלן מאכן אזא גזירה ווי אין די אמאליגע יארן, אז אידן טארן נישט וואוינען אין די גרויסע שטעט. דאס וואלט טאקע געווען א גוטע עצה, אבער דערווייל איז נאך די רעגירונג נישט מסכים דערצו, און זיי טרייבן נישט ארויס די אידן, איז נישט דא קיין ברירה נאר מען זאל זיך אליינס ארויסטרייבן.

חילוק צווישן ארץ ישראל און אמעריקא

נאך איין קליינע הקדמה, איך האב עס שוין געשריבן א מאל ערגעץ אנדערש, אבער איך וועל עס איבערשרייבן.
עס איז נישט קיין דמיון פון ארץ ישראל צו אמעריקא וועגן אסאך טעמים. אבער אין קורצן איז אזוי. אין א"י מיז מען נישט אנקומען צו א לאקאלער מעיאר צו באקומען רשות צו בויען דירות אין זיין שטאט. דאס באקומען מען פון דעם שר השיכון, און ער קען דיר געבן א פערמיט צו בויען אין די פרייסטע שטאט, נאך דעם וואס די האסט דעם אישור פון דעם שר השיכון (דער האוזינג מיניסטעריום) דארפסטו נאר אויספאלגן די לאקאלע געזעצן, אבער דעם עצם רשות באקומסטי פון אויבן, די לאקאלע באהערדע קען דאס נישט אפהאלטן. דא אין אמעריקא איז נישט דא אזאנס, די מיסט באקומען רשות פון די לאקאלע רעגירונג, און די זענען געווענליך נישט זייער העפי צו האבן די האסידים לעבן זיך. יא, ווען מען קען באקומען פון אלבאני א פערמיט צו בויען דירות אין סיי וועלכער שטעטל, וואלט שוין געווען א האלבער ישועה.

נעקסט, מען האט שוין געבראכן דעם פראבלעם, מען האט שוין א פערמיט. איז דא דער פראבלעם פון ארבעט. די גאנצע מדינה איז בערך אזוי גרויס ווי ניו דשערזי, און איז זייער אנדערש לגבי דעם ענין פון ארבעטן, סיז נישט אזוי ווי דא אין אמעריקע וואס אזא גרויסער פראצענט עולם ארבעט אין מאנהעטן, דא איז נישט די פלאץ מאריך צו זיין, אבער דאס איז עס אין אווארט.

און דערנאך דאס וואס מען האט שוין געשריבן דא וועגן מוסדות איז אויך זייער אמת.

ואתה תחזה - מיין סאלושען

וואס איך וויל שרייבן דא איז צוטיילט אין צוויי חלקים. דער ערשטער חלק איז וועגן בלייבן אין דעם אומגעגענט פון ניו יארק, דער צווייטער חלק איז וועגן אוועק גיין.

נאך איין נקודה, איך הער פון אסאך מענטשן אז מען קען גיין צו מאנסי. אמת און נישט אמת. אמת אז אין מאנסי איז יעצט אויף די מינוט דא איבער זעקס הונדערט ליידיגע דירות (אזוי האט מיר געזאגט צוויי בראקערס פאר פיר וואכן צוריק). דאף מען אבער געדענקען אפאר זאכן. ערשטנס, אפילו דאס וואס איז דא, איז גארנישט דא אינטער פיר הונדער טויזנט פאר א נייע זאך, אדער בערך דריי פופציג פאר א אלטע.

סאו דעי וואס זאגן אז אויב איך באצאל שוין צוויי פופציג אדער דריי אין א נייע געגענט צאל איך שוין ענדערש מער אין מאנסי, איז שוין נישט ריכטיג, וויייל פאר די געלט באקומסטע אין מאנסי סאך וויייניגער. צווייטנס איז טעקסעס אין מאנסי זייער טייער.

און דריטענס, און דאס איז דער עיקר. אין מאנסי, איז דא א ריזיגער פראבלעם מיט מוסדות, איך קען מער פון איין מענטש וואס האט געמופט קיין מאנסי, אבער האט געמוזט צוריק מופן ווייל ער האט נישט געקענט מסדר זיין די קינדער אין מוסדות. עס איז פשוט נישט דא גענוג מוסדות (ביי די קלענערע קלאסן איז שוין אביסל בעסער, אבער ביי די עלטערע איז א הימל געשריי) באלאנגסטו נאך צו א חסידות וואס האט אייגענע מוסדות, האסטו נאך א טשענס, אבער אויב נישט...............

ואחרון אחרון, איז שוין מאנסי אויך מלא על כל גדותיו, און דאס איז אויך נאר זייער א צייטווייליגע לעזונג.

און בכלל האלט איך איז פיל בעסער (פאר זייער אסאך טעמים) אנציהייבן שוין ערגעץ עפעס ניי (פאר א גוט געבענטש יאר).

קודם די ערשטע חלק

איך האלט (און נאכאמאל, דאס איז נאר דעתי העניה והעלובה והפשוטה וואס קיינער מוז נישט אנעמען) אז אזוי ווי יעדער קען זען, אז צו מאכן א נייע ישוב אויף אזא פארנעם ווי מען האט געטרייט אין מידלטאון, איז טאקע א געוואלדיגע אונטערנעמונג, און זייער זייער זייער שווער (דאס איז נאך צו צו צו ווייניג געזאגט) און דערפאר איז דא זייער שוואכע טשענסעס אז עס זאל געלונגען. אבער מען קען טין עפעס אנדערש.

וויזוי איז מאנסי געווארן א שטאט קיינער איז נישט געקומען אין געבויט הונדערטער דירות, מען האט געמופט איין משפחה און נאך איין און נאך איין, ביז עס איז געווארן א שטאט.

די זעלבע זאך דארף מען יעצט טאן, מען דארף גיין ערגעץ ווי עס איז שוין דא "עפעס", גענוג אויף צו קענען אטעמען, און מען גייט איינער און נאך איינער און פאר מען קען זיך געהעריג אומקוקן איז עס שוין עפעס א שטיקל ישוב.

איי וועט איר פרעגן ווי קען מען גיין. וועל איך ענפערן:

"וואדרידש"

אין וואדרידזש איז דא כשר'ע גראסערי א גאנץ יאר. מנין שחרית מנחה מעריב אין די שטאטישע שיל א גאנץ יאר, יעדן איינציגן טאג, (און הרב לעבאוויטש האט רוב יאר, און מיט אפאר היימישע משפחות קען ער אויך האבן אגאנץ יאר, וועט איר שוין האבן א חסידישע שיל) א מקוה א גאנץ יאר, יעדן טאג, און אויך א מקוה טהרה א גאנץ יאר. סאו די בעסיקס איז שוין דא.

איי מוסדות, איז אזוי, ווען וויזשניצער רבי איז ארויס געקומען קיין מאנסי, און געוואוינט דארט מיט זיבן משפחות, האט ער אזוי אנגעהויבן זיין חדר, און צוביסלעך איז געווארן דערפון וואס עס איז היינט, דער גרעסטער מוסד אין מאנסי, מיט פיר צו פינעף פאראלעל קלאס פון יעדע יאר.

סאו ווער עס קען מצליח זיין אריינצובאקומען זיינע קינדער אין גיבערס, (בערך צוויי מיט דריי פערטל פראצענט ציבור) איז דאך שוין זיכער גיט, זיי האבן נישט קיין פראבלעם, און פאר די איבריגע בערך זעקס אין נייציג און זיבן אכטל פראצענט:

ר' יצחק לעבאוויטש, האט היי יאר (תשס"ט) געעפנט א חדר אין וואדרידש, ער האט טאקע נאר זעקס קינדער, אבער עס איז דאך א חדר, מיט יעדע משפחה וואס וועט צוקומען, וועט זיין נאך קינדער, און איידער וואס ווי ווען, וועלן זיין דארט איבער הונדערט קינדער.

און וואדרידש מוז נישט זיין פונקט וואדרידש, עס קען זיין א מייל ארויף אדער א מייל אראפ. איך מיין יענע געגענט, די בעסיק זאכן זענען דא, און הייזער זענען אויך דא (טאקע נישט געניג, אבער מען קען בויען, פאר געניג ביליג, און מען מיז נישט בויען הונדערעטער אויף אמאל, מען קען בויען אפילו נאר איינס אויף אמאל, און אויב בויט מען מער וועט עס נאר זיין ביליגער), און אפילו א חדר איז שוין דא. דערפאר האלט איך אז אויב מוז מען בלייבן אין דעם געגענט פון ניו יארק (נו אוודאי, מען טאר דאך נישט אוועק פארן פון אזא הייליגע שטאט) איז דאס דער איינציגסטע עצה, "וואס מען קען באמת אויספירן" אן אינוועסטירן שקיליאנען דאלארן און טויזנטער שעות פון עסקנות (וואס וועט נאכדעם אדורכפאלן).

עס וואלט טאקע געווען גרינגער אז מען זאל עס אנהייבן א זומער, ווען דער גאנצערוילעם איז שוין דארט עניוועי, און נאך זומער איז מען עס ממשיך, מען הייבט אן אפאר משפחות אויף א מאל, און איינמאל דערוילעם ווערט געוואר פון דעם וועט נישט דויערן לאנג און עס וועט זיך אנהייבן א אימיגרעשין פון שטאט צו די קראנטי.

עד כאן חלק א', מכאן ואילך חלק ב'

יעצט אזוי, איך רעדט לעצטנס מיט א וואוילער איד, נישט פון נו יארק, און איך פרעג אים ווי זיין זיבעצן יעריגע בחור לערנט. זאגט ער מיר א נאמען פון א שטאט וואס איך האב נאך קייענמאל נישט געהערט. עס איז נישט לעבן ניו יארק, גאנץ ווייט, דערפאר איז מיר נישט קיין שום חידש אז איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם. אבער איז עס איז דא דארט א ישיבה, מיז דאך זייין דארט אויך א אידישער ישוב,, נישט אזוי? און פון דעם וואלט איך דאך שוין יא געדארפט הערן.

דערווייל ווער איך געוואר אז ניין, עס איז נאך דערווייל נישט דא דארט א אידישע ישוב, נאר וואס דען, עס איז אמאל געווען דארט א ערנסטער יודישער ישוב, און עס איז דארט געווען א ריזיגער בילדינג פון דעם אלטן שיהל, און די פאר איבערגעבליבענע תושבים, האבן געפייגערט עס זאל קומען אהין איינער און דאס איבערנעמען און עפעס טין מיט דעם.

און די ישיבה (איר קענט אליינס געסן אז עס איז נישט קיין חסידישע. פשוט, ביי חסידישע אידן טיט מען נישט אזעלכע מינע זאכן) האט געהאט שכל, זיי האבן זיך אריינגערוקט אהין, און דער ראש ישיבה און אפאר איינגעשטעלטע האבן געקויפט הייזלעך דארט ארום פאר חצי בחינם, און זיי האפן אז מיט די יארן וועלן נאך תלמידים פון די ישיבה זיך באזעצן דארט, אדער סתם נאך אנדערע אידן. אבער דערוייל האבן זייי באקומען א הערליכע שיינע גרויסע בילדינג פאר זייער ישיבה פאר פרי.

און דאס איז נישט די איינציגסטע אזא, איך קען א איד (עים קען איך פערזענליך) ער האט געהאט א ישיבה אין מאנסי, און ער האט געדינגען דארט פלאץ פאר שווערע געלטער און קוים געקענט באצאלן. נאך אפאר יאר איז ער קלוג געווארן און זיך ארויסגעלאזט זוכן עפעס אזא אויסגעשפילטער ישוב, און עס האט נישט לאנג געדוירט, ער האט געטראפן און האט אהין געמופט זיין ישיבה, ער האט היינט א שיינע גרויסע בילדינג בחינם.

וואס וויל איך דא זאגן. אמעריקא איז גרויס, זייער גרויס. איר האט אמאל געהערט פון מאנטריאל? עס איז נשיט אזוי ווייט פון ניו יארק, אויב זענט איר פלייסיג, קענט איר מאכן דעם וועג מיט א קאר אין א קארגע זעקס שעה פון דארט ביז ניו יארק (יא, איך האב עס שוין אליינס באוויזן) אין עס איז נאך דא א גרעניץ אינמיטן וואס איז א גאנצער קאפ וויי פאר זיך. אבער עס וואוינען דארט טויזטער היימישע אידן (מיין טאטע געדענקט נאך ווען עס האבן דארט געוואוינט א קארגע פאר הונדערט אידן, יא יא, עס דוירט נישט לאנג....) און די זענען נישט פון א אנדערע שבט, זיי זענען אנשי שלומינו, אבער עס פעלט זיי גארנישט אז זיי וואוינען זעקס שעה!!! פון ניו יארק.

איין קליינע דוגמא

איך געב א דוגמא דער שטאט קליוולאנד, עס איז אויך א קארגע זעקס שעה פון ניו יארק, אן קיין גרעניץ, מען קען פארן רואיג. עס איז בערך די זעלבע קלימאט ווי דא, עס איז שוין א גרויסע יודישע שטאט, און עס איז א גרויסע שטעט בכלל מיט אלע מעגליכקייטן און געברויכן וואס מען האט און דארף און קומען מיט א גרויסע שטאט. ביזנעסער, בענק, שפיטעלער, שאפינג סענטערס.

הייזער קאסטן דארט העלפט – יא, העלפט, אן קיין גוזמאות – ווי אין ניו יארק, און שיינע הייזער, מיט אביסל גראז ארום, מיט א דרייוו וועי וגו' וכו'.
עס זענען שויןן דא דארט גאנץ היימישע אידן, אבער זייער ווייניג, אבער די מוסדות דארט מוטשענען זיך שטארק מיט א מאנגל אין קינדער. עס איז דא דארט, (בערך פופצן מינוט פון די מעין ישוב) די בארימטע טעלזער ישיבה, עס איז דא דארט פלאץ פאר פיר הינדערט בחורים בריייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייט. אבער למעשה לערענען דארט בערך פינף אין צוואנציג בחורים.

אז עס ריקן זיך אן דארט אפאר חסידים, וועלן זיי איבערקערן די שטאט, די לאקעל מענטשן וועלן זיין העפי ביזן בוידעם אז מען קימט אביסל אויפלעבן זייער פארשלאפענע שטאט. אין איך גלייב אז די טעלזע ישיבה קען מען באקומען (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דער באקומען וועט אויסזעהן) פאר בערך בחנם (נאכאמאל, איך מיין צוזאגן אז מען קען דארט רואיג מאכן א ישיבה, און ניצן די פלאץ, איך גלייב זיי וועלן זיך פרייען אז מען טיט עפעס מיט דעם, און מיט די יארן וועט עס שוין בלייבן ביי די ניי געקומענע). (און אינאיינוועגס געבן פאר די ניו יארקער אידן נאך א פלאץ ווי צו שיקן די בחורים אין ישיבה אויסער ארץ ישראל).

איך פארשטיי אז דאס איז א ריזיגער פראבלעם, וויזוי קען מען איבערלאזן די הייליגע ניו יארק, א שטאט וואס האט (איך ווייס נישט וואס, און איך קען נישט אויספיגערן וויפיל איך האב געטרייט (אויסער אז דער רבי זי"ע האט דא געוואוינט) סאו פיל אין די בלענקס יארסעלף) ................................ און יעצט קומט א נארישער קעצל און זאגט אז מען זאל די אלע הייליגטימער איבערלאזן און גיין וואנדערן אין אזעלכע פלעצער אשר לא שערום אבותינו????????????????

געוואלד!!!!

אבער פארפאלן, דאס איז מיין פלאן, און איך האלט אז עס איז זייער אויסגעהאלטן, (געדענקט, איר מעגט קריגן) איך בין שוין געווען אין קליוולאנד און עס קען ארבעטן. און אויב מען וועט עס טיען וועט עס ארבעטן (עס האט נאך אסאך מעלות וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם) אין דאס איז איין פלאץ, עס איז דא נאך אסאך פלעצטער אזוי וואס מען קען זיך פלעין אויפהייבן אין אהינגיין.

שאקלטס אפ דעם שטויב פון ניו יארק און נעמטס ענק לעבן פאר זיך, מען "מיז" נישט וואוינען אין ניו יארק, אונזערע זיידעס האבן אויך געוואוינט אפאר שעה אפגעריקט (מיטן פערד און וואגן שטייצעך) פון זייערע עלטערן, עס האט זיי גארנישט געפעלט, און ווען זיי זענען געפארן צו זייערע עלטערן האבן זיי געדארפט ציטערן ווען מען איז אדורכגעפארן דעם וואלד צו מען פאלט נישט אריין צו וואלד רויבער, און דעם פראבלעם וועלן מיר בעז"ה נישט האבן היינטיגע צייטן. און פרעגט פון די מאנטריאלער אידן אויב זיי פילן זיך צווייטע קלאס אידן מיטן נישט וואוינען אין ניו יארק.

און ווען עס איז גענוג וויכטיג, א ברודער האט חתונה אדער מאכט חתונה, אדער גאר א נאנטער פריינט קען מען פארן (מענטשן טיען דאס יעדן טאג מיט ארץ ישראל) און אויב נישט מיז מען נישט, מען איז פטור. און יעדער איינער קען פארשטיין אז דאס האט נאך מעלות, (למשל, דיינע קרובים וועלן אמת'דיגע וועלן דיך קומען וויזיטען, און זיין עכט פרייליך צו זיין ביי דיך און דיך צו זען, און זיך פרייען צו דיר ווען די קומסט יא צו זיין שמחה, ווען האט דאס פאסירט לעצט?) איי עס האט חסרונות, אמת, עס האט טאקע, אבער צי וואוינען דא, האט אויך חסרונות, (איך מיין אז איך דארף נישט געבן דוגמאות) יעדע זאך אין די וועלט האט זיינע מעלות און זיינע חסרונות. מען דארף נאר איין זאך ערלעדיגן. מען דארף מאכן דעם טויש אין מוח, אז מען קען וואוינען ערגעץ אנדערש אין אמעריקע, און עס וועט ווייטער זיין שלום על ישראל.

לויט די גאנצע אויבנדערמאנטע דרשה, איז דער פארגלייך צו הצלה פיל מער פאסיג, ווייל מען דארף טאקע נישט האבן הונדערטער משפחות פאר דעם. מען דארף אפאר משפחות, ממש געציילטע, דאס אנצוהייבן (סיי וועלכע פון מיינע פלענער) און אויף דעם איז גענוג איין געלונגענער עסקן, מיט אביסל געלונגענע ארבעט קען דאס מסדר זיין.

שוין איך האב שוין נישט קיין כוח, איך מיין אז עס איז גענוג אויף דערווייל
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ענטפערס אויף עטליכע מגיבים.

לעיקוואוד איז נישט געווארן א ישוב וועגן ר' אהרן קאטלער, עס האט אפילו נישט פאסירט אין זיינע צייטן. איר ווייסט אז אין תשמ"ט האבן געוואוינט אין לעיקוואוד די זעלבע מספר משפחות ווי אין שכון סקווירא? דאס איז אמת, ניטאמאל זיבן הונדערט משפחות, די אלע טויזנטער האבן זיך ארויסגעצויגן אין די לעצטע צוואציג יאר!!!!!!!!

און דאס העלפט נאר מיין פריערדיגע דרשה, עס איז געווארן דורך איין משפחה און נאך איינס און נאך איינס, ביז עס איז געווארן.

קלויזנבורג אין יוניאן סיטי האט נאך פילע סיבות פאר נישט מצליח זיין. איך וויל נישט אריינגיין אין דעם, אבער איין זייער בולט'דיגע סיבה איז אז מען קען נישט מאכן א חסידישע ישוב אין הארלעם אדער בעדפארד סטייוועסענט (אפילו נישט קראון הייטס, זיי זענען נאר געבליבן דארט).

גיבערס האט היינט איבער פופציג משפחות, אבער עס איז נישט פאר יעדן, וויזשניצער רבי האט אריינגעשטעלט דארט איינס פון זיינע זוהן אלס רב, און בעיקר נאר די וואס קערן זיך אן מיט אים ציען זיך אהין. און מיט דעם אלעם, אין די לעצטע פאר יאר האבן זיי געהאט א פראבלעם מיט בויען נייע דירות, און דאך וואוינען דארט איבער פופציג משפחות, און עס וועלן זיין נאך אסאך, בקרוב אי"ה.

גרויזאמער, דיין שטיקל איז עכט קיוט, איך האב געלאכט א גוט'ס, אז איך זאל מיך אויפהיבן אין גיין אין א ניי פלאץ דארף איך איין זאך: מיין ווייב זאל מסכים זיין אוועק צו גיין פון אירע עלטערן. וויאזוי געשעהט דאס? איך האלט, אז אויב וועלן זיין נאך אפאר אידישע משפחות, ובפרט אויב איך וועל דארט קענען האבן - אפילו נאר מענטשליך - פרנסה, וועט זיך אויך מסכים זיין.

נו, איך בין דער ערשטער.

בעיסטוואטער האט קיינמאל נישט געהאט הונדערט משפחות, און אפילו נישט פופציג, אין זייערע בעסטע צייטן זענען זיי נישט אנגעקומען צו פופציג. עס איז באמת קיינמאל נישט געווען קיין עכטע לעזונג, ווייל עס איז נישט געווען דער מקום פאר טויזנטער פרישע דירות, אבער דאך וואלט עס מצליח געווען ווען נישט....... (איך קען נישט ממשיך זיין ווייל דעמאלס וועל איך עובר זייין אויף די קרעטשמע תקנות, אבער דאס איז דער אמת, איך האב עס דעמאלס מיטגעהאלטן פון די נאנט. איך בין כמעט געגאנגען וואוינען אהין). (סאדע באטל, סארי, אבער עס איז געווען אנדערש, ואכמ"ל).

ואחרון חביב. די אינטערוויו מיט דעם תושב פון אשדוד, שטימט מיר עפעס נישט. פערצן יאר צוריק האבן שוין געוואוינט אין אשדוד הונדערטער (און אפשר איבער טויזענט) היימישע חסידישע משפחות. איך בין געווען דארט א שבת פאר א גוטע זיבעצן יאר צוריק און דעמאלס זענען שוין געווען גרויסע קהילות פון גער, בעלז, און וויזשניץ, מיט נאך פילע נוטראלע אידן, און חסידישע שטיבלעך. אויסער דעם האט שוין דער פיטצבורגער רבי געוואוינט דארט סוף כ' יארן.

א בעסערע דוגמא וואלט געווען ביתר, וועלכע איז א שטאט וואס מען האט באמת אנגעהויבן פון סקרעטש, טאקע היימישע אידן. איך בין נאך געווען דארט א שבת ווען עס האבן געוואוינט דארט בערך זעקס הונדערט משפחות, און איינער פון די אנפירער האטמיר דמאלס געזאגט אז דער מעסטער פלען גייט ביז צוויי טויזנט דירות. איך מיין אז היינט האלט מען שוין פיל ווייטער פון דעם. (גראדע ווייס איך פון איינעם וואס איז געווען דער זיבעטער משפחה דארט, און אויב איר ווילט דווקא, קען איך אייך אפשר העלפן זיך פארבונדן מיט אים אויף צו מאכן א אינטערוויו מיט אים. אבער איך מיין עס פעלט נישט אויס. אין שיכון סקווירא לעבן נאך היינט עטליכע פון די ערשטע תושבים, וועלכע זענען ארויסגעקומען דעם ערשטען דינסטאג.... איר קענט טרייען זיי אינטערווויוען.)

בד"וו, וואטערבערי איז א טיפיקעל דוגמא איבער וואס איך האב פריער געשריבן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הנאה געהאט און צוגעשאקלט מיטן קאפ צו כמעט יעדע ווארט פון דיין הערליכע ארטיקל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טהור'ל, א מעכטיגע ארטיקל אראפ געלייגט, און שטארק הנאה געהאט און עגריעט, און ווי געשריבן אז איך בין שוין געווען קלוג פאר מער ווי צען יאר צוריק, (נו, איינער גייט אויפיגערן ווער איך בין?) און אוועק געמופט פון ווילי קיין קרית יואל. אבער קרית יואל איז טאקע נישט פאר יעדן, סאו פארווער ס'פילטצעך נישט ס'פלאץ דא, איז קליוולאנד א אינטערעסאנטע געוואלדיגע איידיע, ס'געפעלט מיר מורא'דיג.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

טהור'ל; איך וואלט געמעגט וויסן וואו דו וואוינסט אז דו רעדסט אזוי ברייט?

נאך א זאך; וואס טוט זיך מיט נייטרא, קאשוי, פארוואס איז דאס נישט מצליח?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

און דאס האט שוין ר' בערל געשריבן 2009 אז עס איז שוין עק וועלט, וואס זאלן מיר זאגן היינט באלט 10 יאר שפעטער.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אלט מאנרא האט געשריבן:און דאס האט שוין ר' בערל געשריבן 2009 אז עס איז שוין עק וועלט, וואס זאלן מיר זאגן היינט באלט 10 יאר שפעטער.

נישט קיין ספק די מצב איז גרינגער ווי פאר 10 יאר צוריק, די שאלה איז נאר צו מהאט אנגענומען לעבעדיגע בערלס עצות
#בשיטה נישט
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

lebediger berel האט געשריבן:








מיר לייגן אייך דא צוויי צעטלעך פון די זעלבע אויסגאבע וואס ערשיינט טעגליך, איינס אין וויליאמסבורג און איינס אין קרית יואל, ביידע איז פונעם זעלבן טאג מיטוואך שמות, מיר וועלן אייך ברענגען עטליכע פונקטן צו אנאליזירן.
1. אין קרית יואל איז דא ארום דריי טויזענט משפחות כ"י, עס ווערט פארגעשטעלט 10 דירות צו פארקויפן/פארדינגען. אין וויליאמסבורג איז דא ארום 9 טויזענט משפחות כ"י, (דריי מאל אזויפיל) עס ווערט פארגעשטעלט 5 דירות צו פארקויפן/פארדינגען (העלפט דערפון) מאטעמאטיש איז דאס א זעקס פאכיגער חילוק.
2. אין קרית יואל האט איר נישט קיין איין עד עס ווערט געזוכט א דירה, און אין וויליאמסבורג יא.
3. אין קרית יואל זעט איר די ווערטער פונעם לענדלארד "גרייט אריינצומופן, דארף גארנישט אריינלייגן", אין וויליאמסבורג שרייבט דער טענענט "גרייט אליין אויפצופיקסן".
4. אין קרית יואל איז די העכסטע פרייז 390 טויזענט און איר האט צוויי עד'ס "ביליגער פונעם בויער" אין וויליאמסבורג פארקויפט מען א הויז (קאנדישאן שטייט נישט) פאר 1.7 מיליאן דאללער.
5. דאס שווערסטע איז די רענט פרייז פאר א פיר בעדרום דירה אין וויליאמסבורג 2950
מיר גייען נישט זאגן אז וויליאמסבורג דארף צו האבן די זעלבע פרייזן ווי קרית יואל, פארקערט, מיר האבן שוין מקדים געווען אז לויט די כללים פון "סופליי און דימענד" וואס דאס איז די אלף בית פון די עקאנאמיע איז עס אויסגעהאלטן, מיר ווילן אבער אין די פאלגענדע ארטיקלען ברייט ארום שמועסן וואס מען קען טון צו טוישן די סיטואציע איבער די סופליי און דימענד אינעם היימישן דירות מארקעט.


וואס זענען די חילוקים יעצט 10 יאר שפעטער צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל?
וויפיל איז יעצט א פיר בעדרום דירה אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל?
לעצט פארראכטן דורך משה ישר אום מאנטאג יוני 25, 2018 6:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

1. אין קר"י זענען דא 6000 משפחות בליעה"ר. וומ"ס?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בקיצור, איעדער האט עצות. וואס מען דארף עכט איז אפאר רבנים וואס "ווילען" און "קענען" העלפן.

למשל, האדמו"ר מקאסאן, לינדען New Jersey.

עס איז דא א "געוואלד" ישובים וואו מען קען גיין. למשל גרויסע שטעט ווי Rochester, NY מיט באקאנטע גרויסע וועלט בארימטע שפיעטעלער. אויב וויל מען נענטער און שטילער, מאנטיסעלע אדער וואודרידשט. מען ברויך נאר די חשובע רבנים זאלען נעמען אינגעלייט בערך פינעף זעקס יאהר נאך די חתונה און זיי העלפען ארויסנעמען פון תפיסה - פדיון שבויים - פון די אייגענע זעלבסט געמאכטע תפיסה.

If you are looking for an “out of town” community where מדות and לימוד התורה are the focal point, then Rochester may be the place for you. We are a warm, caring community located in a safe, beautiful neighborhood where you can purchase a 3-4 bedroom home for under $200,000)(!!). In Rochester you are not just another face in the crowd. Your children will receive personalized education, you can develop a close relationship with the Rav of your choice and be a part of building a real מקום תורה.

In Rochester you will have all that you need. From schools and Yeshivas all the way from Preschool to Kollel, as well as many learning programs for both adult men and women. There are a multitude of Shuls and Davening options for both weekdays and Shabbos. Rochester is located in Western NY in between Buffalo and Syracuse and is within driving distances of larger Jewish communities. We are a 3 hour drive from Toronto, 4 hours from Cleveland and 4.5 hours from Monsey. (Click for map) See the tabs at the top of this page for more information about all Rochester has to offer.

We will also assist in your job search. Just provide us with your resume and we will use our local connections and job boards to help spread the word. Please send your resumes to [email protected]. If all that isn’t enough to pique your interest, here is one more incentive for considering Rochester. Derech HaTorah of Rochester, our Yeshiva elementary school, is currently offering a fantastic tuition promotion for new families to help ease the financial burden of moving to a new city.


http://www.torahrochester.com/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אינטערסאנט אז דזשוירסי סיטי איז אזא איידיע ווי @לעבעדיגער בערל שרייבט, פון באזעצן וואקינג דיסטענס א אויסגעשפילטע געגענט אין די אוטסקירטס פון א גרויסע שטאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”