CarLrent האט געשריבן:משה חיים פנחס האט געשריבן:קודם אנטשולדיגט
ח"ו גארנישט געמיינט כאב מיר שלעכט ארויסגעברענגט
מיינע צוויי רענטעלס זענען געווען מיני ליעסעס פון באדשעט איינס איז געווען פאריאר זיממער אראפ מיט א שפיגל, אנדערע איז געווען עטליכע יאר צוריק ווי ארויספארענדיג פון א פארקינג האט א שנעל פארענדע קאר אריינגעזעצט און מיין פאדערשטע רעדל וואס איז געשטאנען אויף ארויס, כמו שכתב מיט ערענסטע שאדענס צו מיין קאר אבער כמעט נישט צו יענעם כאב געזאגט יענעם (א גוי) אז ער קען גיין ניטאמאל געמאכט א פאליס רעפארט
באדשעט ראוד סייד סערוויס געשיקט א טראק אפצונעמען די קאר געקלעימט די אינשארענס אראפגעלייגט די מעשה כמו שהיא אז עס איז געווען מיין שילד ארויספארענדיג פון א פארקינג און עס געווען א היט ענד ראן,
עס האט ביידע מאל געהעריג געקאווערט
ווייס איך א אינגערמאן וואס האט אוועקגעלייגט א קאר דורך אריין קלאפן און א הערש מיט א שטארקע שנעלקייט און האט אויך געהאט געהעריג קאווערידש
מיט לייעביליטי אינשארענס האב איך נישט געהאט קיין עקספעריענס
איך ווייס אויך אז עס שטייט און די טערמס און קאנדישענס אז א מיני ליעס איז נישט געקאווערט באט איי געס עפעס אינפארמאציע פעלט דא, אדער איז דאס נישט די מיני ליעס פון וואס זיי רעדן, אדער עפעס אנדערש,
איך האב שוין מיטגעהאלטן ביי עטליכע אנדערע וואס האבן געהאט געהעריג קאווערידש מיט א מיני ליעס
אדרבה זאל דער עולם דא אריינקימען קלאר אויב איז דא איינער מיט א מעשה אז ער האט נישט געהאט קיין קאווערידש "צוליב" א מיני ליעס סתם נישט האבן קיין קאווערידש קען זיין צוליב אנדערע סיבות
בדידי הוה כמה עובדות.
אז די נארישקייט געלונגט איינמאל מיינט עס נאך נישט אז סוועט געלונגען נאכאמאל, שוין געהאט עטליכע מאל וואס די קרעדיט קארד אינשורענס האט אנגעקלאגט די רענטער, אלס אנישורענס פראד, פארן פרובירן צו קלעימען אינשורענס אויף א מיני ליעס.
איך כאפ נישט ווי פראד קימט אריין,
זיי האבן מיר געשיקט אן אימעיל נאכן קלעים אז זיי ווארטן אויף געוויסע דאקומענטן פון די רענטעל קאמפעני,
די ערשטע זאך איז געווען די רענטעל אגרימענט, אויב איז דאס די מיני ליעס פון וואס זיי רעדן, דאן ענטפער אז מיר קאווערן דאס נישט און א גוטן טאג ווי קימט אריין פראד???
אזוי צו אזוי לשיטתך קימט אויס אז הינדערטער צו גאר טויזענטער אידן וואס נעמען קארס אויפן זימער און פארלאזן זיך אויף קרעדיט קארד אינשארענס פארמאגן בעצם נישט קיין קאווערידש, עכ"פ ביי באדשעט און עוויס זיכער,
זאל דער עולם אריינקימען קלאר צו מען האט יא אדער נישט געהאט קאווערידש, ביי די רענטעלס טשארדשד מען פאר יעדן מינדעסטע קריץ, איז זיכער דא א גרויסער עולם מיט עקספעריענס,
מיין אייגענע עקספעריענס אזוי אויך אנדערע וואס איך האב מיטגעהאלטן האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעמען, זאגן אז מען רעדט פון טעותים איז נישט מסתבר,
איך וואלט ליבערשט געזאגט אז נישט דאס איז די מיני ליעס פון וואס זיי רעדן,