קה רבון עלם
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
קה רבון עלם
מיר וועלן דא אויסרעכענען איטליכע ניגונים פון פארשידענע הויפן און ווער עס קאן אהער ברענגען לינקס פון וואו מען קאן זיי הערן תבא עליו ברכה.
בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן
באבוב קאמפאזירט דורך הרה"ק בעל קדושת ציון הי"ד
וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.
ספינקא-ב"פ, ב"ב מען זינגט עס אויך אין סקווירא

ועמך כולם צדיקים
[quote="ביקסאד"]מיר וועלן דא אויסרעכענען איטליכע ניגונים פון פארשידענע הויפן און ווער עס קאן אהער ברענגען לינקס פון וואו מען קאן זיי הערן תבא עליו ברכה.
בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן
סקומט נאך פון דינוב, ס'טייטש רבי דוד'ל דינוב'ער
מזינגט עס אויך אין שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק,
הרה"ק רבי אהר'לע ראטה איז געווען א בלוזשוב'ער חסיד פונדערהיים האט ער פון דארט גענומען דעם ניגון

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביקסאד האט געשריבן:וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.
[/b]
די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
איך בין געווען אין די זומער ביים באיאנער רבי'נס טיש האב איך געהערט דארט א קה רבון עלם אזא מתיקות, איך האב די וואך געפרעגט איינעם וועגן דער ניגון האט ער מיר געזאגט אז דאס איז אן אלטער טשארטקובער ניגון,
אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקווירא קומט אהין פון באיאן, הגה"ח ר' חיים ברים האט דאס געברענגט קיין סקווירא, און דאס הייסט טאקע ר' חיים ברימ'ס קה רבון עלם.
אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקווירא קומט אהין פון באיאן, הגה"ח ר' חיים ברים האט דאס געברענגט קיין סקווירא, און דאס הייסט טאקע ר' חיים ברימ'ס קה רבון עלם.
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
אלף בית האט געשריבן:[
בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן
סקומט נאך פון דינוב, ס'טייטש רבי דוד'ל דינוב'ער
מזינגט עס אויך אין שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק,
הרה"ק רבי אהר'לע ראטה איז געווען א בלוזשוב'ער חסיד פונדערהיים האט ער פון דארט גענומען דעם ניגון
אויפן טעיפ וואס תולדות אברהם יצחק האט ארויס געגעבן מיטן נאמען אזמר בשבחין שטייט אז די ניגון איז מיוחד צום בני יששכר
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
אין סקווירא זינגט מען רוב יאר די ניגון וואס הרה"צ ר' יעקב יוסף [יענקלע] מ'ספינקא זצ"ל האט ארויף געלייגט אויף די ווערטער י-ה רבון עלם, דער ניגון איז א מעליץ'ער ניגון און ווי געזאגט האט עס דער ספינקא'ר רבי ארויף געלייגט אויף דעם פזמון.בן בוזי האט געשריבן:אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקווירא קומט אהין פון באיאן, הגה"ח ר' חיים ברים האט דאס געברענגט קיין סקווירא, און דאס הייסט טאקע ר' חיים ברימ'ס קה רבון עלם.
ועמך כולם צדיקים
לעווי האט געשריבן:די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.
סאיז טאקע א חבד"סקער ניגון
וואו באוואוסט איז דא אין חב"ד 10 ניגונים פון דער אלטער רבי (דהיינו דער בעל התניא) וואס ער האט דאס געמאכט ע"ש די עשר ספירות
סאיז דא ניגונים וואס איז באוואוסט אז דאס איז פון די 10 אין סאיז דא וואס מאיז מסופק אויף דער ניגון זאגט מען איז א ספק צו סאיז איינע פון די 10
דאכט זיך מיר אז מען רופט דאס אין חב"ד די ניגון פון ותורתך
זאנוויל האט געשריבן:די באבובע קה רבון עלם האט זיך יעדער גענומען פאר זיך אלץ א משכון,
איך אליינס האב שוין געהערט כאטשיג 5 מהלכים ווי אזוי עס צי זינגען, און קיין איינס דערפון איז נישט אינגאנצען די ארגינעלע.
יונתן שווארץ אויף זיין טעיפ א גוטן שבת זינגט ער אויך איין מהלך ער שרעעבט דארט עפעס א הקדמה וועגן דעם אז סאיז דא אפאר מהלכים
די דינובער ניגון וואס מען האט שוין פריער ארום גערעדט זינגט מען אין תולדות אהרן אנדערש מיט א קליין שיניו וואו ווען מען זינגט עס אי אנדערע פלעצער
דהיינו די ניגון גייט קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא מלך מלכיא
און אין תו"א חזרט מען איבער די ווערטער רבון עלם ועלמיא
איך מיין אבער אז דאס נאר אלעצטערע שינוי ווייל איך געדענק נישט אזוי ביים פריערדיגן רבין ז"ל

הכל בכל מכל האט געשריבן:די דינובער ניגון וואס מען האט שוין פריער ארום גערעדט זינגט מען אין תולדות אהרן אנדערש מיט א קליין שיניו וואו ווען מען זינגט עס אי אנדערע פלעצער
דהיינו די ניגון גייט קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא מלך מלכיא
און אין תו"א חזרט מען איבער די ווערטער רבון עלם ועלמיא
איך מיין אבער אז דאס נאר אלעצטערע שינוי ווייל איך געדענק נישט אזוי ביים פריערדיגן רבין ז"ל
ווען האסטו געהערט אז מ'זינגט איבער רבון.... ווייל אויף וויפול איך ווייס זינגט מען עס אנדערש.
און קלוזענבורג זינגט מען אויך דעם ניגון, אבער מיט גאנץ א אנדערע טעם ווי אין תו"א, אין תו"א זינגט מען עס מער ווי גד רופט עס אן "התעוררות קוועטשען", און אין קלוזענבורג זינגט מען עס שיין רואיג און שטייט, וכמובן.
אין טאהש זינגט מען עס אויך, אבער פארשטייט זיך אז קיינער ווייסט ניטאמאל אז מען זינגט עס, צוליב דעם שנעלן ספיד.
דא קענט איר הערן די ליובאביטשער רבי זצ"ל זונגען די תנועה פון די וויזניצער 'רברבין' מיט כמה שינוים. עס הייסט א 'ניגון לשבת ויו"ט'.
http://www.chabad.info/index.php?url=songs_he
גייט צו 'הרבי שליט"א (זצ"ל) מנגן.
דערנאך גייט צו דיסק 6, ניגון לשבת ויו"ט.
http://www.chabad.info/index.php?url=songs_he
גייט צו 'הרבי שליט"א (זצ"ל) מנגן.
דערנאך גייט צו דיסק 6, ניגון לשבת ויו"ט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!