איך האב בס"ד חתונה געהאט ווינטער תשע"ג, אלעס האט אויסגעזעהן גינגאלד, אין פאקט איז עס געווען! למעשה איז דורך געגאנגען א האלבע יאר און ס'האט שוין אויסגעקוקט ווי ס'דא נייעס אויפן האריזאנט, אבער גאנץ שנעל האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט... נאך אפאר וויזיטס ביים דאקטאר איז נתברר געווארן אז ס'דא א פראבלעם וואס קען זיין זייער ערענסט ח"ו, אזאנס וואס קומט זייער אסאך מאל אן צו בוני עולם.. און מאנכע מוטשען זיך ארום מיט דעם יארן לאנג ביז זיי זענען זוכה צי האלזן זייער ערשטע קינד, הכלל, ווי פארשטענדליך איז מיין הארץ איינגעפאלן, א אינג קינד קוים ארויס פון ישיבה, ב"ה טאקע חתונה געהאט גליקלעך און צופרידן אבער דא אזא פראבלעם, ביז ווען גייט זיך דאס אזוי ציען, "מ'זעהט נישט נישט די ליכטיגקייט ביים עק טונעל" איז דער פשוט'ע דעסקריפציע וואס מיר האבן דעמאלסט געשפירט, איינער וואס איז דאס דורך געגאנגען פארשטייט זייער גוט דעם געפיל און איינער וואס האט נישט געהאט אזא תקופה וועט קיינמאל פארשטיין.
טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, מיר האבן אנגעהויבן געוויסע טריעטמענט (קלארשטעלונג: פאר געוויסע קען זיך דוכטען אז מה כל הרעש, ס"ה אביסל מער פון א יאר און אט לויפט ער שוין צו דאקטוירים און נעמט שוין טריעטמענט, מ'האט שוין געהערט אזאנס וכו' וכו' אזאלכע מחשבות, להוי ידוע אז ווען מ'ווייסט אז ס'דא א פראבלעם איז א שאד צו ווארטן אפי' איין טאג, ביודעי אז בוני עולם וכדו' קענען געבן עצה, הדרכה, טריעטמענט וכדו' פון קורץ נאך די חתונה פאר אזאלכע וואס מ'ווייסט פון פראבלעמען ל"ע ודי און איינער וואס פארשטייט נאך אלץ נישט, זאל דאנקען דעם באשעפער) אזוי האט מען געשטופט מיט אנגסט און האפענונג ביז אינמיטען זומער תשע"ד.
ב' תמוז תשע"ד בשעת מנחה מעריב אין ביהמ"ד, קומט צו מיר צו א איד וואס האט מאיזה סיבה שיהיה אביסל מיטגעהאלטן און געוואוסט וואס ס'טוט זיך און פרעגט מיר אויב איך פארמאג דעם ספה"ק מגן אברהם פונעם הייליגן טריסקער מגיד זי"ע אין שטוב, ווי ווייט איך האב געדענקט האב איך עס נישט געהאט דעמאלסט אינדערהיים, זאגט ער מיר היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע און ער שרייבט צי בכתי"ק אין די הקדמה אויף זיין הייליג ספר אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט אריין נעמען זיין ספר צו זיך אין שטוב (נישט דוקא אויף צי לערנען דערין) וועט געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות בכללות ובפרטות אבער איין געוויסע ענין איז ער מפרט, וואס דאס איז דאס ענין פון זש"ק ווי ער דריקט זיך עקסטער אויס אז ער וועט זוכה זיין צו נחת מבנים ובני בנים וכו', און דער אינגערמאן לייגט מיך צי אז ער האט עס געזאגט פאר צוויי יאר צוריק פאר אן אנדערע אינגערמאן וואס האט זיך געמוטשעט און ער האלט שוין יעצט ביים צווייטען.
איך האב געהערט וואס דער איד פארציילט אבער איך בין געווען סקעפטיש, וואס א נייע סגולה, לאדיך אפ, האב איך איהם געזאגט, דער טריסקער מגיד איז געווען גרויס און הייליג אבער אין די אלע סגולות בין איך א שוואכע מאמין, מארגן וועסטו מיך נאך עצה'ן איך זאל אויפסיינען מעמבערשיפ אין אלע כוללים, דערנאך וועסטו מיר זאגן אז אן אנדערע סגולה איז די זאך, לאמיך אפ מיט די משוגעת'ן און איינרעדענישן וכו' וכו' די סארט שפראך, למעשה האט יענער מיר שטארק געדריקט און מיר געזאגט, וואס קען שוין שאטן, וועסטו העכסטנס פארמאגן אזא הייליג ספר ביי דיר אין שטוב, הכלל, איך האב מיך געלאזט איבעררעדן אבער נאר מיט איין תנאי, איך גיי נישט ארויס אפי' א טראפ פון מיין וועג פאר דעם, יעצט געפינט זיך דא אין ביהמ"ד א איד וואס פארט אפט ארום דער וועלט פארקויפן ספרים, ביכער וכדו', איך גיי איהם פרעגן צי ער האט דעם ספר יעצט מיט זיך, אויב יא קויף איך עס און אויב נישט איז נישט, און איך גיי אפי' נישט ווארטן ער זאל עס ברענגן פון זיין אכסניא, צי דעם פשרה זעמיר ביידע איינגעגאנגען, עודי מדבר עמו, און דער איד, דער ספרים פארקויפער קומט מיר ממש אנטקעגן, איך גיי צו צו איהם און פרעג איהם אויב ער האט דא דעם ספר מגן אברהם, זאגט ער מיר אז ער איז די רגע צוריקגעקומען אין ביהמ"ד מיט א סעט, שוין, האמיר שוין געזעהן אז מאת ה' היתה זאת און מ'האמיר זיך איינגעהאנדלט א סעט.
איין יאר איז פארביי א' תמוז תשע"ה נאכמיטאג והנני חובק בן!! צומארגנס צופרי כאפענדיג א בליק אויף די יארצייטן ליסטע בין איך געבליבן שטיין פארגליווערט! ממש מיום ליום ומשעה לשעה ווען עס איז נשלם געווארן א יאר "צום מינוט" ווען דער הייליג ספר איז אריין אין מיין באזיץ איז מקוים געווארן במלואה די הייליגע הבטחה.
זאלן אלע אידען, אין זכות פון דער גרויסן הייליגן צדיק וואס דעם פרייטאג איז דער יארצייט, געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות ובפרט מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות לשמה אכי"ר.
פאר מער פרטים קען מען מיר קאנטאקטן באישי