ראספשע האט געשריבן:הרב מאני, איז דא רבנים וואס זאגן מען טאר נישט מאכן קידוש לנשים?
[יא, כ'ווייס דו גייסט יעצט צוריק שרייען, העי מען שטעלט צאם חתנה צי מאכן און ער מאכט קידוש לנשים,
העליך דיר שוין זאגן, איך האב יעצט איבער געקוקט דעם דבר יום ביומו, איך קען פערזענליך כמעט אלע פון די ליסטע וועלכע מאכן די קידושים, האלב דערפון זענען די חתונות אינדרויסן פון שטאט, במילא מאכט מען א קידוש לנשים, און די אנדערע האלבע זענען אידן נגידים ב"ה, און זענען פארמעגליך]
דאס איז מיין קשיא, פארוואס קומען נישט ארויס די רבנים מיט קול קורא'ס צו העלפן יודן , גראדע האט חסידי מהר"א איינגעפירט דעם זומער אז מען טאר נישט געבן נאר קעיק ביי קידישים ביי מענער , עס איז נאך דא רבנים וואס מאכן ב"ה תקנות צו העלפן יודן
און מאכן א קידוש פאר אפאר אלפים וועגן די חתונה איז נישט דא און די געלט קומט פון צדקה איז נישט קיין תירוץ
און 25 פון די 30 זענען דירעקט נישט נגידים ,אבער איך קען אייך גאראנטירן אז איבער 20 האט מען צוזאמגעשטעלט געלט צו בפומבי אדער בצנעה , און טאמער זאגסטו האלבע פון דעם זענען נגידים ,מיינט עס אז איר וואינט אין א חלום אין א קעלער און איר ווייסט נישט אז פאר נגידים שטעלט מען צוזאם חתונה צו מאכן....
און איך מיט אייך נישט וואס צו רעדן ,און אלעס איז פארענטפערט ....