קיקיון האט געשריבן:איך האב א היסטארישער דאקומענט מיט די חתימה פון א אדם גדול מאוד א מפורסם
איך בין בכלל נישט באקאנט אין דעם אנטיק מארק
ווי אזוי ארבייט דאס?
די סוחרים קויפען און פארקויפען?
זיי נעמען אן אויף סירסור?
ווי אזוי ווייס איך אז איך באקום דעם מאקסימום?
מען לויפט ארום פון איין סוחר צום צווייטען?
סייעתא דשמיא, אזוי ווי ביי אלעס; דעס איז דער שליסעל.
עס ארבעט ווי all of the above
און נאך אויף א סאך אנדערע אופנים.
די סוחרים קויפען און פארקויפען.
זיי נעמען אן אויף סירסור.
ווי אזוי ווייסט מען אז מען באקומט דער מאקסימום? מען ווייסט טאקע נישט, און דער סוחר ווייסט א סאך מאל אויך נישט. למשל איר האט עפעס וואס איז ווערט א 1000 דאלער, וואס דאס מיינט אז אזעליכע זאכען פארקויפען זיך "געווענליך" פאר א 1000 דאלער אויב עס איז "פינקט" דא דער קונא דערפאר און ער האט פינקט געלט און איז פינקט אין דער גיסטע עס צו קויפען. יעצטו דער סוחר וועט זיין צופרידען עס שנעל צו פארקויפען פאר 500 (און אפשר אפילו צו א אנדערע סוחר און מאכען א קוויק דיעל), און אייך געבען 300.
יעצט וועט איר שרייען, פארוואס גיבט ער מיר נאר 300, איז דער תירוץ אז ער דארף מאכען פרנסה, און אויב זאל ער מאכען ביי אייך נאר א הונדערטער וועט איר ווארטען 30 יאר ביז ער וועט עס פארקויפען ווייל ער וועט ענדערש אנטראגען צו זיינע קאסטומערס זאכען וואס ער קען מאכען דערויף א סאך מער.
א ממש עובר לסוחר'דיגע זאך וואס יעדער וויל און יעדער איז גרייט צו באצאלען דער פילע פרייז; אויף דעם קען מען זיך שטעלען. אבער אויב איז עס נאר א ווערטפלע זאך (איינס פון מיליאנען אנדערע), און דארף א ספעציעלע קונא, דעמאלט איז דער סוחר ידו על העליונה.
לויפען פון איין סוחר צום צווייטען קען פינקט געלונגען, אבער קען אויך בעקפייערען ווען דער צווייטער סוחר אפערט עס צום ערשטען סוחר. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין; עקספאשור פאר א אייטעם איז נישט געזונט דערפאר. כי באפם הרגו איש; מיט איין דריי פון די נאז פון א מומחה, האט ער געהארגעט אייער אוצר.
קען אבער זיין אז איר האט פינקט דער אייטעם וואס מען שלאגט זיך עס צו האבען.
געשריבען אין דזענירעליטיס. מען קעם נישט פעינטען מיט איין בראש יעדען מצב און יעדען חפץ, און די דעספערעישאן פונעם מוכר (און אויך דער סוחר) עס צו פארקויפען.