אנטווערפען - היסטארישע בילדער און אינפארמאציע

היסטאריע פון שטעט און ערטער
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

אנטווערפען - היסטארישע בילדער און אינפארמאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך עפן דעם אשכול, צו פרעזערווירן היסטארישע בילדער און אינפארמאציע, איבער די אור-אלטע אידישע שטאט אין בעלגיע, וואס האט זוכה געווען צו די אכסניא פון מערערע גדולים וצדיקים אין די יארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווי אויך דער וואוין ארט פון די צדיקי בית פשעווארסק ועוד.

אנטווערפען האט אן אייגנארטיגע מעלה, אז עס איז א שטאט מיט א קהילה (בעסער געזאגט צוויי קהילות) ווי אין די אמאליגע היים, וואס איז היינט צו טאג א זעלטנהייט, לויט וויפיל איך ווייס.

ווער עס האט שיינע בילדער פון די שטאט, פון חשוב'ע מענטשן אין שטאט, אדער סיי וועלכע ידיעות און היסטארישע פאקטן איבער די שטאט (נישט איבער צדיקי בית פשעווארסק, וואס האבן א באזונדערע אשכול), איז מכובד ארויסצושטעלן, צו אונזער אלעמענ'ס הנאה.
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

אפאר פרטים
אנטווערפען איז די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט ווי די דייטשן האבן דעפארטירט אלע אידן אין געהארגעט אידן אין די גאסן אין נאכדעם איז מען צוריק געקומען אהין
לכאורה וועגן די מקום פרנסה וואס דארט איז געווען
די ערשטע ביהמ"ד וואס סאטמאר האט געפענט נאכן קריג איז געווען אין אנטווערפען בשנת תשז עס איז באריכות באשריבן אין זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש
הרב שטערנבוך אדער זיין טאטע איז געווען רב אין שטאט פארן קריג אבער נאכן קריג איז געווען א פשרה ער זאל זיין ראב"ד
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:די ערשטע ביהמ"ד וואס סאטמאר האט געפענט נאכן קריג איז געווען אין אנטווערפען בשנת תשז עס איז באריכות באשריבן אין זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש


טעות, געגרינדעט הערשט אין זומער תש"ט.
נב: ווער עס ווייסט ווי אזוי די וועלט האט נאך אויסגעזען אין יאר תש"ז, פארשטייט ממילא אז דאס איז א טעות.
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

בעלזא שטיבל האט זיך געפענט 5 יאהר פריערט. אין שבת סליחות תש"ד. עטליכע סאטמערע חסידים האבען דארט געדאוונט, און אויך די קינדער האבען גילערנט אין די בעלזא חיידער און די מיידלעך (יאהרן לאנג) אין די בעלזא שוללע.
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

עס איז נישט זיכער אז עס איז געווען דוקא בעלזער שטובל, עס איז געווען די חסידישע אידן, נאר בעלז האט דאס מערסטע ארויסשטארצט. פאפא רב האט אויך דארט געדאווענט און געפירט זיין ישיבה, (עטליכע יאר שפעטער, טאקע)?
משה בער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בער »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:אפאר פרטים
אנטווערפען איז די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט ווי די דייטשן האבן דעפארטירט אלע אידן אין געהארגעט אידן אין די גאסן אין נאכדעם איז מען צוריק געקומען אהין
לכאורה וועגן די מקום פרנסה


וואס איז מיט וויען?
משה בער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בער »

[quote="
הרב שטערנבוך אדער זיין טאטע איז געווען רב אין שטאט פארן קריג אבער נאכן קריג איז געווען א פשרה ער זאל זיין ראב"ד[/quote]

נישט רב ראטטענבערג?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

יא, רב ראטטענבערג, ער ליגט אין ביה"ח פוטע, נעבן ציון פון די פשעווארסקער צדיקים.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:הרב שטערנבוך אדער זיין טאטע איז געווען רב אין שטאט פארן קריג אבער נאכן קריג איז געווען א פשרה ער זאל זיין ראב"ד
משה בער האט געשריבן:נישט רב ראטטענבערג?
שואלכענין האט געשריבן:יא, רב ראטטענבערג, ער ליגט אין ביה"ח פוטע, נעבן ציון פון די פשעווארסקער צדיקים.

כ'מיין ער איז יא געווען רב ביז ער איז אוועק פון דארט (משום מעשה ואכ"מ)

קען זיין כ'מיש צאם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער ערשטער רב פון מחזיקי הדת אנטווערפען איז געווען רבי נח צבי אולמאן זצ"ל אב"ד אנטווערפען - כ"ג חשון תרע"ז
יציב פתגם האט געשריבן:הגאון הגדול רבי נח צבי אולמאן זצ"ל איז געווען דער ערשטער אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפען, און מחבר פון נחלת צבי.

ער איז געבוירן געווארן בשנת תרט"ז צו זיין פאטער הרה"ג רבי משה זצ"ל מפעטרא ורו"מ בגראסווארדיין, א זון פון הגה"ק רבי שלמה זלמן אולמאן זצ"ל אב"ד מאקאווא בעל יריעות שלמה.

רבי נח צבי איז געווען א תלמיד פונעם דער כתב סופר זצ"ל און שבט סופר זצ"ל, און אויך פון זיין פעטער המהריא"ץ ממארגערעטן זצ"ל. ער האט געהייראט מיט הרבנית המלומדת מרת חייטשא ע"ה די טאכטער פון הגה"ק רבי חיים סופר זצ"ל בעל מחנה חיים.

אין יאר תרמ"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלס ערשטער רב אין די חרדישע קהילה אין אנטווערפען, בעלגיע. ביי די ערשטער וועלטס קריג איז ער אריבער מיט זיין קהילה קיין שווענינגען, האלאנד. זייענדיג דארט איז ער נפטר געווארן ביום כ"ג חשון תרע"ז, אין ליגט אין פיטע, האלאנד.


זיין ממלא מקום איז געווען הרה"ג ר' מרדגי ראטענבערג ה"יד וועלעכר איז נעקד על קידוש השם
זיין טאכטער איז געעווען האשה הגדולה מרת רעכא שטערנבוך זי"ע וועלכע האט אויפעטוען גרויס זאכען בשנות הגזירה
זייין זון ר' חיים איז געוון א דיין אין אנטווערפען און שפעטער א רב אין פאריז


און תשי"ד איז געווארען אבד"ק הרהגה"צ ר חיים קרייזווירטה זצ"ל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

אה .. גיוואלדיג ייש"כ כבוד שאולכענין אין אלע אנדערע חברה אין קרעטשמע פארן אונז ארויף ברענגען אזא אשכול איבער די שטאט אנטווערפען וואס טראגט אינטער זיך א גאר רייכע אין שיינע היסטאריע יעך בין דאך דארט אויף גיוואקסען עס קודם אביסעל ארויסברענגען מיט א אינצעלע פאקט
- עס איז די איינציגע יוראפעישע שטאט ווי די דייטשן ימ"ש האבן דעפארטירט אידן עקה"ש און עס איז גיהעריג צוריק גיוואקסען אידישקייט ווי בעפאר אין אפילו אסאך מער ווי מיט גרויסע מוסדות אין בתי מדרשות פון אלע סוגים די ווארט קהילות לאז איך אויס ווייל אנטווערפען איז א שטאט מיט איין קהילה (ד.מ. אן ארטאדאקסישע געמיינדע ) א צענטראלע קהילה פאר די גאנצע שטאט ממש א יחיד במינו היינטיגע צייטן .עס איז דא דארט א שטאט'ס רב היינט איז דאס הרב שיף שליט"א וואס פאקטיש שטייט ער בראש פין אלע שטאטישע און קהלישע זאכן סידור קדושין וואס נאר ער מעג אין אא'ו
עס וואוינען דארט היינט צוטאגס אריבער צווי טויזנט חרדישע משפחות קע'ה עס איז א שטאט פאר ווער עס ווייסט אדער האט נאר אמאל באזיכט דארט מיט אן עכטע פאר צייטישקייט אין אמאליגקייט אין די לעבנס שטייגער נישט דווקא .א חוץ אז זיי האלטן זיך זייער איבער קליג (אגב הרב קריזוויטה האט אמאל גיזאגט אז ער האט א שווערע ארבעט ווייל יעדער האלט אז ער פארשטייט צו אלעס צו זיין די רב ראה"ק וד'ל) גראדע עס האט זיך שוין אסאך גיטוישט אין די לעצטע צייט ווי עס קוקט מיר אויס איך וועל נאך שרייבן אי"ה אין קימענדיגע גילעגנהייט.........
אגב וואס די רעדסט וועגן הרב ראטענבערג עס איז גיווען א גאנצע פאליטיק דארט איך קען נישט פינקטליך די פרטים אויב מעגליך צו עס אפירברענגען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צימישעניש האט געשריבן:אגב וואס די רעדסט וועגן הרב ראטענבערג עס איז גיווען א גאנצע פאליטיק דארט איך קען נישט פינקטליך די פרטים אויב מעגליך צו עס אפירברענגען

כ'ווארט אויף א קאל פון אן אנטווערפענער איד מיט אביסל מער דעטאלן

כ'על לאזן וויסן אי"ה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יעצט קאנפירמד מיט אן אנטווערפענער איד. ער האט געהייסן ר' חיים יעקב און איז געווען רב

ער איז געווען א שטרענגער רב
ער פלעגט ארומגיין מיט עטליכע אינגעלייט ובתוכם ר' סענדער פריעד נ"י (אביסל באשריבן בדרך אגב פאריגע וואך אין די קינדליין) צו די געשעפטן אז זיי זאלן פארמאכן שבת און דאס (און נאך) האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע און מ'האט אים אויפגעזאגט פון די רבנות

דין תורה (?) האט געהייסן די קהילה באצאלן אפטריט געלט אבער זיי האבן געצעגערט. ביז דערווייל האט ער געוואוינט דארט און געדאוונט אין די קהל'ישע ביהמ"ד (אסטן) און ביי ר' איציקל וואס האט אים מחזק געווען

נאכדעם וואס מ'האט אים אויסגעצאלט אפטריט געלט אין די פריע כ' יארן (א לאנגע מעשה) איז ער געגאנגען קיין פאריז

אין פאריז האט ער אויפגעשטעלט א שיינע קהילה און הערליכע מוסדות

אגב. זיין ברודער ר' יוסל איז געווען ראה"ק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

בילד פון הרב ראטטנבערג
rottenberg-antwerp.GIF
rottenberg-antwerp.GIF (94.81 KiB) געזען 4606 מאל
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

הגה"צ ר' חיים יעקב זצ"ל איז פון די חותמים מגדולי אייראפע וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם קול קורא פאר קרן הצלה אין תשל"ח. (ער איז דאכט זיך מיר א קרוב מיט'ן ראב"ד הרב שטערנבוך).
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א יישר כח פארן פותח האשכול, אנטווערפן פארדינט צו דיסקוסירט און פאראייביגט ווערן דא.

איז מיר א חידוש דאס אז מ'האט אלע אידן דעפארטירט ביים קריג, אין אנדערע ווערטער, מיינט דאס צו זאגן אז אנטווערפן לפני השואה מיט אנטווערפן לאחר השואה איז צוויי אנדערע מציאות'ן?

אידישקייט איז 'גענצליך' געווען פארשלאסן אין די קריג יאהרן?
לחיים ולברכה!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווען זענען די צדיקי פשעווארסק זי״ע אנגעקומען קיין אנטווערפן? ווי לאנג דערנאך איז געגרינדעט געווארן די ביהמ״ד ?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

shalsheles האט געשריבן:ווען זענען די צדיקי פשעווארסק זי״ע אנגעקומען קיין אנטווערפן? ווי לאנג דערנאך איז געגרינדעט געווארן די ביהמ״ד ?

רבי איציקל האט זיך געצויגן פון פראנקרייך קיין אנטווערפן, תשי"ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

shalsheles האט געשריבן:ווען זענען די צדיקי פשעווארסק זי״ע אנגעקומען קיין אנטווערפן? ווי לאנג דערנאך איז געגרינדעט געווארן די ביהמ״ד ?

קעפל: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

זיידעניו האט געשריבן:................ אינמיטן ווינטער תש"ט האט ער זיך אוועקגעצויגן פון פוילן קיין פאריז, ווי ער האט געוואוינט א משך פון אכט יאר, אין ער האט דארט אויפגעטון גדולות ונצורות, ער האט זיך באזעצט אינעם אלטן אידישן קווארטל "פלעצל", ווי זיין טיר איז געווארן דער אדרעס פאר די פולע צובראכענע הערצער וואס האבן געזוכט א שטיקעלע טרייסט אין זייער לעבן נאך די פולע צרות וואס איז אויף זיי דורך, צענדליגער אידן האבן זיך צוריקגעקערט צו אן אמת'ן ערליכן תורה לעבן א דאנק זיין התקרבות און חיזו וואס ער האט זיי געגעבן מיט א ברייטע האנט....................
אין חודש אדר תשי"ז האט זיך רבי איציקל אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן, וואו ער איז שוין פארבליבן וואוינען במשך די צוואנציג יאר ביז צו זיין פטירה.
די שטאט אנטווערפען האט זוכה געווען אז אין איר האט אנגעהויבן שיינען פני מש"ה כחמה, זיין באשיידענע וואוינוג אין בית המדרש'ל אויף 56 מערקאטאר שטראאסע, איז געווארן א צענטראלער צוצואינגס פונקט ווי עס האבן געשטראמט אידן פון די גאנצע וועלט געהאלפן צו ווערן מיט ישועות, רפואות, פרנסה, הונדערטער אידישע שטיבער זענען פון דארט אויפגעראכטן געווארן לשם ולתפארת.,,,,,,,,,,,,,,
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

גראדע דארף ארויס גיברענגט ווערן אז אנטווערפען איז גיווען די שטאט ווי טויזענטער אידן זענען אנגעקומען און אדורך גיגאנגען תיכף נאכן קריג ווי אויכעט צווישען זיי אסאך רבנים און צדיקים ווי למשל האדמורי'ם מסקולען זי"ע כמיין אז הה"ק מסקווירא אויכעט .אפגירעט פאפא רב זי"ע וואס האט אפילו געוואוינט דארט איבער א יאר און גיהאט א ישיבה און די wip straat
מיט נאך אן אינטערסאנטע זאך לגבי אנטווערפען אז זי האט די ערשטע קהל ייט"ל דסאטמאר פון די גאנצע וועלט געגרינדעד און תש"ח ר' איציקל איז הערשט געקומען פון פאריז און די שפעטע כ' יארן ...
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

אויך הרה"ק מוויזניץ זצ"ל איז דורך אנטווערפן.
סאטמאר האט געעפענט זומער תש"ט.
ר' איציקל פשעווארסקער האט זיך אהער געצויגן אין תשי"ז (ווי לא לנו האט שוין געשריבן).
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

צימישעניש האט געשריבן:גראדע דארף ארויס גיברענגט ווערן אז אנטווערפען איז גיווען די שטאט ווי טויזענטער אידן זענען אנגעקומען און אדורך גיגאנגען תיכף נאכן קריג ווי אויכעט צווישען זיי אסאך רבנים און צדיקים ווי למשל האדמורי'ם מסקולען זי"ע כמיין אז הה"ק מסקווירא אויכעט .אפגירעט פאפא רב זי"ע וואס האט אפילו געוואוינט דארט איבער א יאר און גיהאט א ישיבה און די wip straat
מיט נאך אן אינטערסאנטע זאך לגבי אנטווערפען אז זי האט די ערשטע קהל ייט"ל דסאטמאר פון די גאנצע וועלט געגרינדעד און תש"ח ר' איציקל איז הערשט געקומען פון פאריז און די שפעטע כ' יארן ...

יא!
ראה ספר בקדוש של מעלה עמוד תל"ו
וס' ויחי יוסף ח"א עמוד תי"ח
----------
סקולענער רבי זי"ע איז ערשט ארויס פון ראמעניע בערך תש"כ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

תשע"א האט מען אויפגענומען הרב שיף שליט"א פאר רב אין אנטווערפן, האט מען דאן ארויסגעגעבן א דיקן חיבור "עיר ואם בישראל", דארט איז דא א שלל פון חומר איבער דעם שטאט אנטווערפן.
ווער עס איז וויל זיך אריינלייגן אין דעם נושא פון "אנטווערפן", זאל צום ערשט זיך איינהאנדלן דעם ספר.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

צימישעניש האט געשריבן:פאפא רב זי"ע וואס האט אפילו געוואוינט דארט איבער א יאר און גיהאט א ישיבה און די wip straat

כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל האט געוואוינט אין אנטווערפן איבער 4 יאר
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פון אידישע ווארט
אנטווערפען אן עיר ואם בישרא'
אויף דעם שפוץ פון גאפעל

אנטווערפען א קהלה לשם ולתפארת
די ארבייט פון די אגודה עסקנים
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”