הריגות שנת תקכ''ח

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

הריגות שנת תקכ''ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

אין ספר תפארת ישראל לר' ישראל חריף, ברענגט ער די פאלגענדע

לכ' איז דאס די באקאנטע הריגות וואס מ'ווייסט פון די שטאט אומאן, אבער לויט ווי עס ליגט בזכרוני שטייט ערגעץ אז מ'האט גע'הרג'עט בערך 30 טויזענט נפשות, אבער דא זאגט ער 100 טויזענט, ווייסט איינער מער אינפא?

אויך איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וואספארא שריפות התורה איז געווען שנת תקי''ח, ער זאגט מ'האט פארברענט כל ששה סדרים, ועוד מסכת ברכות, ותקוני זוהר, ואשלי רברבי מחמת המינים שבתי צבי ימ''ש, ווייסט אפשר איינער אנצוצייגן פון וואס ער רעדט?
אטעטשמענטס
תפארת ישראל בחקותי.png
תפארת ישראל בחקותי.png (219.01 KiB) געזען 1744 מאל
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

מספר אגודת אזוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

מספר אגודת אזוב לר' יעקב ישראל מייזליש, מקרעמניץ
אז היה חרב וחורבן בעיר אומאן וטעטיאוב, ושאר עיירות וכפרים עד אין מספר, לא נשאר קללה בתוכחה שלא נתקיימה אז, ולא העליתי על הכתב קצת קורות בפרטות על ספר, כי הוא מחריד הלבבות ומכאיב הנפשות כהימס דונג מפני האש....
אטעטשמענטס
אגודת אזוב, דמעות שליש.PNG
אגודת אזוב, דמעות שליש.PNG (404.45 KiB) געזען 1713 מאל
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

וועגן שריפת התורה בפאדאליע שנת תקי"ח ברענגט דער יעב"ץ בסו"ס הפדות והפורקן (אלטונא תקכ"ח) די השתלשלות הסיפור.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'איז א גרויסע פלא, אזא אזא שרעקליכע שחיטה, און כמעט וואס קיינער רעדט נישט דערפון.
אויב די מספר 'הונדערט טויזנט' זאל זיין אמת, איז די פליאה נאך גרעסער, ווייל אי הכי איז עס א דריטל פון די שרעקליכע גזירת ת"ח ות"ט, ווי ס'זענען אויסגעהר'גט געווארן דריי הונדערט טויזנט אידן, אוי.... ארץ ארץ אל תכסי דמם.........
יעצט איז דאך די טעג בין פסח לעצרת ווען מ'זאגט אב הרחמים לזכר הקדושים, ינקום ה' דמם לעינינו במהרה בימינו.

דארף מען טאקע אויפזוכן אויב שוין דא אן אשכול איבער די היסטאריע פון די טעג, און די געפערליכע רציחות און השמדות וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל און די חדשים פון אייר סיון, ווער ס'ווייסט זאל ביטע צוצייכענען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

אין ישמח משה פ' נצבים שרייבט ער בזה"ל:
בגזירת אומן נהרגו כמה אלפים נפשות מישראל, ועוד יותר מזה, כי נהרגו נפשות מישראל, נפשות ממש, עכ"ל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ידיעות שונות האט געשריבן:ס'איז א גרויסע פלא, אזא אזא שרעקליכע שחיטה, און כמעט וואס קיינער רעדט נישט דערפון.
אויב די מספר 'הונדערט טויזנט' זאל זיין אמת, איז די פליאה נאך גרעסער, ווייל אי הכי איז עס א דריטל פון די שרעקליכע גזירת ת"ח ות"ט, ווי ס'זענען אויסגעהר'גט געווארן דריי הונדערט טויזנט אידן, אוי.... ארץ ארץ אל תכסי דמם.........
יעצט איז דאך די טעג בין פסח לעצרת ווען מ'זאגט אב הרחמים לזכר הקדושים, ינקום ה' דמם לעינינו במהרה בימינו.

דארף מען טאקע אויפזוכן אויב שוין דא אן אשכול איבער די היסטאריע פון די טעג, און די געפערליכע רציחות און השמדות וואס זענען אריבער אויף כלל ישראל און די חדשים פון אייר סיון, ווער ס'ווייסט זאל ביטע צוצייכענען.

די גזירות זענען באקאנט אלס ״גזירות היידאמעקעס״
ס׳איז דא א באקאנטע סיפור ווי דער בעש״ט איז געקומען אין חלום צו בנו ר׳ צבי.

לגבי די ציפערן.
אזויווי ביי גזירות ת״ח ות״ט, זענעןו די ציפערן צווישן עטליכע צען טויזנט, צו עטליכע הונדערט טויזנט.
די זעלבע איז מיט די גזירות היידאמעקעס.
חכמים דברו בלשון הבאי..
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

טיף אין קעלער האב איך דאס געטראפן
קדושי אומאן הי"ד שנת תקכ"ח

גבאים, אפשר צאמשמעלצן
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”