בד"ה - סאטמאר'ער ק"י משמש רבי אברהם יהושע ווצ"ב ז"ל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובה דורך משה חיים פנחס »

אוי וויי בד"ה א טייערע איד געווען א לב טוב ממש א זעלטענהייט א שטארקער אהוב לבריאות

ת.נ.צ.ב.ה
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובה דורך גלאזער »

ניס קראכער האט געשריבן:ר' אברהם יושע ע"ה (ערשטער לינקס) ביים קידוש ביה"ח אין קר"י
בילד

היסטאריש בילד, וועלכע יאר?
פון רעכטס צו לינקס, ? ר' שמחה שלום שט"ב, אב"ד וומס"ב, ר' ברוך ט"ב חדב"ן, דומ"ץ, הרב ר' הירצקא צוויבל, ר' אברהם יושע משמש
ווער פעלט?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

גלאזער האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ר' אברהם יושע ע"ה (ערשטער לינקס) ביים קידוש ביה"ח אין קר"י
בילד

היסטאריש בילד, וועלכע יאר?
פון רעכטס צו לינקס, ? ר' שמחה שלום שט"ב, אב"ד וומס"ב, ר' ברוך ט"ב חדב"ן, דומ"ץ, הרב ר' הירצקא צוויבל, ר' אברהם יושע משמש
ווער פעלט?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=23416
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

בד"ה, עס טוט וויי אזא אבידה, זאל אונז השי"ת טרייסטן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ברוך דיין האמת

אסרך דא צו שרייבן, מ'דארף נאר דעם מוח און די צייט.

א זעלטענער לב טוב און זייער א געטרייער מענטש געווען, פאר יעדען איינעם.

חבל על דאבדין
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

תגובה דורך איך הער נישט »

בד"ה האמער אים גוט געקענט

חבל על דאבדין
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובה דורך ממה נפשך »

קען מען ערגעץ הערן די לויה? האט מהר"א גערעדט?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

ממה נפשך האט געשריבן:קען מען ערגעץ הערן די לויה? האט מהר"א גערעדט?

האדמו"ר מהר"א האט גערעדט מען קען עס הערן אויף ק"ס
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
קרית יואל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

תגובה דורך קרית יואל »

ניס קראכער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בד"ה
ר' אברהם יהושע ווערצבערגער - משמש ק"י

אוי געוואלד!
וויפיל יאר איז ער געווען?

בד"ה
א לייב האמיר פארלוירן
65 יאר
בשירות טובות
געפונט זיך אין קרית יואל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

שמעלקא טויב האט געשריבן:ברוך דיין האמת

אסאך דא צו שרייבן, מ'דארף נאר דעם מוח און די צייט.

א זעלטענער לב טוב און זייער א געטרייער מענטש געווען, פאר יעדען איינעם.

חבל על דאבדין

ביטע שרייבן
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פאטאקי08 האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ברוך דיין האמת

אסאך דא צו שרייבן, מ'דארף נאר דעם מוח און די צייט.

א זעלטענער לב טוב און זייער א געטרייער מענטש געווען, פאר יעדען איינעם.

חבל על דאבדין

ביטע שרייבן


העמיר זיך נעתר לבקשתינו'ן און שרייבן אביסל איבער הרה"ח היקר ר' אברהם יושע ע"ה וויפיל די צייט וועט אויף די מינוט ערלויבן.

באמת ר' אברהם יושע האב איך געקענט פאר לאנגע יארן אזוי ווי יעדער אין סאטמאר, אלץ דער מעכטיגער גרויסער שמש פון די גרויסע שוהל אין קרית יואל, מ'האט אים געזעהן ביי חופות, ברית'ן און נעבעך ביי א לויה רח"ל, אלעמאל איז ער געווען דארט און מ'האט געקוקט אויף אים ווי איינער וואס באלאנגט איבעראל, ער איז א חלק פון לעבן אין קרית יואל און ביי רוב סאטמאר'ע אידן וואס זענען אמאל געווען ביי א שמחה אין קרית יואל.

מיט די יארן האט אזוי די השגחה עליונה געפירט אז מיר זענען געווארן זייער נאנט, און במשך א שיינע פאר יאר אסאך גערעדט און איך האב געזעהן פון די נאנט דעם איד, און וואס זאל איך אייך זאגן, כ'האב נישט געזעהן דעם מעכטיגן משמש, דעם מאכטפולער מענטש וואס האט געקענט טויזענטער אידן אריינשיקן און ארויסשיקן, וואס טרייבט אוועק בחורים פון א פראטעסט, מאכט סדר, ליידיגט אויס די מקוה, מאכט שטיל ביים דאווענען, וכו' וכו' וכו' אבער ווערענדיג אביסל נענטער האב איך געזעהן עפעס אינגאנצן אדערש:
א מענטש פשוט צום זאך
א ווארעם הארץ
א זעלטערע בכל כשרון
א פלייסיגער מענטש
א וותרן אין זייער זייער זייער אסאך פעלער
א צוגעלאזענער מענטש
א מענטש מיט שטארקע געפיהלן פאר יענעם
א מענטש וואס ווייסט ווען יא און ווען נישט
א מענטש מיט א שטארקע סדר
א מענטש מיט שטארקע מענטשליכקייט
א זעלטענער גוטע טאטע
א זעלטענער גוטע חבר
א געטרייע מענטש אן חשבונות
א כשרון פון אפטיילן פערזענליכע געפיהלן און טוהן וואס איז ריכטיג
א ערליכער מענטש
א ארענטליכער מענטש
וכו' וכו' וכו'

ר' אברהם יושע איז געווען א שווערער ארבייטער, בראשית פון די שטאט קרית יואל האט ער געארבייט 18-20 שעה א טאג, און פאר א קליין געהאלט, מיט א ברען פאר די שטאט פון רביה"ק זי"ע, ער האט קעיר גענומען פון די מוסדות, בהמ"ד, מקוה טהרה, געשניטן די גראז, געשמירט די פוטער ברויט, הצלה מעמבער ועוד ועוד.

ווען מען האט געבויעט דעם גרויסן ביהמ"ד איז ער געווען שטארק בתוך הענין אויפצושטעלן דעם ריזיגן ביהמ"ד. ער האט נאך אויסגערופן ריבה"ק זי"ע לתורה, ער איז נאך געווען פון די אלטע גווארדיע במלוא מובן המלה.

זייענדיג א זוהן פון ר' יחזקא' שמש איז ער געווען נאטורליך אלע יארן אין סאטמאר, און איז געשטאנען סמוך ונראה צום רבי'ן ביי די תפילות און טישן. ער האט געהאט א זכיה צו טוהן פארן רבי'ן נאך זייער אינג, עס איז געווען אמאל א מעשה וואס ער האט מחייה געווען דעם רבי'ן און עס האט אים געקאסט אפאר דאלער און ר' שלמה בראווער ע"ה האט זיך געבעטן ביי אים, ער איז נאך געווען א בחור'ל, אז ער זאל אים עס לאזן באצאלן, אבער ר' אברהם יושע האט בשו"א נישט געוואלט, און ער האט עס געהאלטן פאר א זכיה עצומה אז ער האט דעם רבי'ן מחייה געווען.

ר' אברהם יושע איז געווען שפעטער דבוק אין רבי'ן דער ברך משה און אזוי ווייטער צו יבדלחט"א דעם רבי'ן שליט"א, וואס מ'קען ניישט פארשטיין די ספעציעלע נאנטשאפט וואס האט זיך געמאכט דורכאויס די אלע יארן, און ליידן און אין פריידן, ווי דער רבי שליט"א האט געזאגט ביים לויה, עס איז שווער זיך צו געזעגענען פון אזא שטארקע גוטע פריינט, פאר ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט.

מיט דעם אלעם וואס ר' אברהם יושע האט געהאט אזא גרויסע פאזיציע אזויפיל יארן איז ער געווען א אמת'ער טוב עין, ער האט זיך געפריידט צו העלפן א צווייטן און געטוהן טובות פאר אנדערע אסאך אסאך מאל.

אפגערעדט ווען ער האט געבויעט, אסאך מיינען אז ער האט געמאכט אסאך געלט דערפון, און איך ווייס פון די נאנט אז ווען ער וואלט ווען אריין אין קאסטראקשאן וואלט ער געקענט מאכן אסאך געלט, אבער ער פלעגט עס טוהן אלץ א זכיה צו בויען פאר די מוסדות און די קהלה. מקואות איז געווען זיין זאך, ער האט פשוט הנאה געהאט צו בויען , זיין פראקטיק, זיין עקספערטיז און פארשטאנד איז געווען גאר נוצבאר ביי אלע פראיעקטן אין סאטמאר, און אויסער סאטמאר אויך.

ער פלעגט נישט נעמען קיין געלט פאר בויען א מקוה, נאר דער עיקר איז געווען די זכיה צו האבן א חלק דערין. ביודעי ומכירי אז ער האט זיך געלאזט קאסטן צו פארן צו בויען מקוה'ס, און ער האט אסאך אסאך זכותים זיך איינגעקויפט.

עס איז שוין שפעט, מען דארף צוריק גיין ארבייטן, חבל על דאבדין ולא משתכחין, ר' אברהם יושע איז א שאד געווען צו פארלירן. ווי זיי שוואגער ר' מרדכי דוד ווידער זז"ג האט געזאגט ביים הספד בשם מרן הברך משה: וואס הייסט א אדם כשר, די פארקערטע פון טריפה, פון טריפה קען מען נישט הנאה האבן און א אדם כשר איז אזא איינער פון וועם מ'קען הנאה האבן.

פון ר' אברהם יושע האט מען שטארק הנאה געהאט, זייער זייער שטארק.

צר לי עליך אחי ר' אברהם יושע, וואס טראץ וואס ביזט נישט געווען מיין עלטער, אבער א אמת'ע ידיד ביזטו געווען פאר מיר און פאר נאך אסאך אנדערע, עס טוט מיר וויי דיר מער נישט צו טרעפן, מער מיט דיר נישט צו שמועסן, זיך דורכרעדען און הנאה האבן פון דיר.

עס האט אונז שאקירט ווען ביזט נישט געזונט געווארן, דער שטארקער ר' אברהם יושע, דער טעטיגער און ענערגישער זאל אזאנס מיט מאכן. אבער מיר פארשטייען נישט דעם חשבון של מעלה און מיר מוזן מצדיק זיין דעם דין שמים און מתפלל זיין פאר די נשמה פון ר' אברהם יושע בן ר' יחזקא' שרגא הלוי ע"ה אז תהא נשמתו בצרור החיים, ער זאל קומען למנוחה נכונה תחת כנפי השכינה און די אלע זכותים זאלן אים שטיין צו די האנט.

הכותב בדמע ובלב נשבר,

הק' המכונה שמעלקא טויב
פה אייוועלט יצ"ו
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יישר כח שמעלקא.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

אברהם יהושע בן יחזקאל הלוי
נישט שרגא
[זיינע אייניקלעך הייסן אויך שרגא ווייל ער איז ל"ע טראגיש אומגעקומען]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

שאהן הענניטי האט געשריבן:יישר כח שמעלקא.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

כל המוריד דמעות על אדם כשר, זאגן חז"ל, הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו

ר' אברהם יושע דער שמש זכרונו לברכה, האט יענע וואך באגעגנט אן אוצר בגנזי הקב"ה כביכול, פון די אלע טרערן וואס דער שמש האט פארלאזט מיט זיין ווייעך אידיש הארץ ביי יעדע לויה רח"ל, און אט האבן מיר געדארפט נוצן דעם מיטל ביים באגלייטן דעם ידיד כל בית ישראל, הרבני החסיד ר' אברהם יושע דער שמש, אוי ואבוי.

עס איז שווער צו שרייבן געפילן, עס איז שווער מיטצוטיילן הרגשים, אבער די טרוקענע פאקטן זעלבסט זענען גענוג מעורר צו זיין אנדערע איבער דעם והחי יתן אל לבו. ווער עס איז אמאל געקומען במחיצתו האט געזען פאר זיך א זעלטענע כאראקטער, א מיזוג פון א אידיש הארץ, א לעכטיגע שמייכל, און א אמת'ע חן, און פון די אנדערע זייט א שטארקע פערזענליכקייט, א תקיף און שטרענגער בעל סדר, וואוסענדיג גענוי ווען צו נוצן יעדע מדה אין די ריכטיגע צייט.


"גיי אהינציר"!!!!!! הוי האט דאס אפגעהילכט, שאגת ארי, זיין געשריי איז געווען מיט הארץ, און קיינער האט נישט געגלוסט זיך קעגנצושטעלן, פון נער'ישע בחורים ביז געשולטע מחוצפים און עזות פנימ'ער, האבן זיך נישט געטרויעט צו זיין אויף די אנדערע זייט פונעם שמש, אבער קיינער פון זיי איז נישט אוועקגעגאנגען פון אים ברוגז, אדרבא, עפעס א סארט פצעי אוהב האט ער כאראקטיזירט וואס איך קען נישט נאך איינעם פון די סארט.

זיינע חופות און פונאנדערגעשייד די לויות, מיט א אידישע טעם, מיט געפיל און פארשטענדעניש צו די משפחה אין ליידן און אין פריידן. פארקויפן און אויסרופן די עליות, אדער די זכרים און קדישים, ביז אויסרופן זמני תפלה וכדו', אלעס מיט א חן און טעם, א שטימע וואס קלינגט אין די אויערן און וועט שווער זיין צו ערזעצן.

"דו!" (אדער 'דעי'..) האט ער א שריי געגעבן אינדערפרי ביים קאלעקשאן טישל, און בחדא מחתא אויפגעמישט דיין חשבון אויפן לעפטאפ, בעטנדיג מיט א באליבטע מינע אויסצוצאלן די התחייבות, אפי' דער וואס האט זיך ארויסגעדרייט פון באצאלן, האט עפעס געשפירט אז דא זיצט א איד וואס איז עוסק בצרכי ציבור באמונה.

פארקויפט ערבות מיט הושענות, געטיילט מיט די דיקע פינגער די האניג קעיק מיט א שטיקל ספאנדזש קעיק געמישט ערב יום הקדוש, אלעס מיט א טעם ווי דאס מיינט אן אלטפארצייטישער שמש, גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, וועט מער נישט זיין די זעלבע אן ר' אברהם יושע! מ'קען פארקויפן זיצן אויף שבועות און זיצן מיט די מאפע פאר די הייליגע טעג, אבער דער שמש פעלט, און עס שפירט זיך א חלל.

זייער פריה איז ר' יחזקאל שמש הי"ד אוועקגענומען געווארן פון סאטמאר, און נישט צופיל עלטער איז זיין זון - וואס האט שטאאק געענדלט אין אים - געווען ווען ער האט נאך א שווערע יאר אנדערהאלבן צוריקגעגעבן זיין נשמה, זייער שווער האבן מיר געקוקט אויפן שמש ווען זיינע לייבישע-כוחות האהן אנגעהויבן נאכצולאזן, און דער שטארקער כאראקטער פארלירט צוביסליך זיין סטאטוס, און נאך שווערער האבן מיר אויפגענומען די ענדגילטיגע ביטערע בשורה אז ר' אברהם יושע איז שוין טייל פונעם בית החיים אין וועלכע ער האט מיט א זעלטענע כבוד המת און אידישע געפיל זיך אפגעגעבן מיט נפטרים און אבלים, און יעצט זענען זיינע אייגענע קינדער און משפחה געבליבן אבלים רח"ל.

לאמיר לערנען א משנה לעילוי נשמתו, לאמיר נוצן זיין יזכיר לו יום המיתה ווען מדערמאנט זיך וויאזוי ער איז אריינגעשפרינגען אין די קברים אויף די לעצטע מינוטן פאר סתימת הגולל און פארענדיגט 'אברהם יהושע בן יחזקאל הלוי' פארגעס נישט דיין נאמען.....

מיר וועלן דיין נאמען זיכער נישט פארגעסן.

יהא זכרו ברוך, ויושר יליץ בעד משפחתו וידידיו
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

ביי די מסע המלכות תשנ"ד

WLXPhotoGallery_2018-05-14_19-35-41.png
WLXPhotoGallery_2018-05-14_19-35-41.png (550.24 KiB) געזען 4131 מאל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

מיללער האט געשריבן:לאמיר לערנען א משנה לעילוי נשמתו, לאמיר נוצן זיין יזכיר לו יום המיתה ווען מדערמאנט זיך וויאזוי ער איז אריינגעשפרינגען אין די קברים אויף די לעצטע מינוטן פאר סתימת הגולל און פארענדיגט 'אברהם יהושע בן יחזקאל הלוי' פארגעס נישט דיין נאמען.....

מיר וועלן דיין נאמען זיכער נישט פארגעסן.

יהא זכרו ברוך, ויושר יליץ בעד משפחתו וידידיו

האסט מיר געגעבן א קיצל
יא יא, זיין נאמען וועט מען נישט פארגעסן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

דער מסע הלוי'

תגובה דורך עכט היימיש »

דער ערשטער בילד איז מספיד בנו משמש בביהמ"ד סאטמאר סאוט 8
די צווייטע זעט מען דעם עולם.
דער דריטער דער בארימטער קרית יואל'ע דאקטאר הרה"ח ר' אברהם יהושע ווצ"ב הי"ו (אפשר קען איינער אויס קלארן ווי אזוי און צו אויב זיי זענען קרובים)
unnamed.jpg
unnamed.jpg (37.23 KiB) געזען 3976 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (61.98 KiB) געזען 3976 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (46.52 KiB) געזען 3976 מאל
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

הר"ר שלום אליעזר פרענקל איז מספיד
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (50.67 KiB) געזען 3973 מאל
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובה דורך גיכער »

עכט היימיש האט געשריבן:דער ערשטער בילד איז מספיד בנו משמש בביהמ"ד סאטמאר סאוט 8
די צווייטע זעט מען דעם עולם.
דער דריטער דער בארימטער קרית יואל'ע דאקטאר הרה"ח ר' אברהם יהושע ווצ"ב הי"ו (אפשר קען איינער אויס קלארן ווי אזוי און צו אויב זיי זענען קרובים)
unnamed.jpg
unnamed (1).jpg
unnamed (2).jpg

זיי זענען ערשטע קאזענס, זיין טאטע מיט ר׳ יחזקאל זענען געווען ברידערס, היות דאקטאר ווערצבערגער האט נישט קיין ברידערס זענען זיי געווען מורא׳דיג נאנט ממש אזוי ווי ברידער, אזוי האט ער געזאגט ביים הספד
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובה דורך blue moon »

וואלט אפשר געוועהן דא דא פלאטץ מיט צוטיילען איבער איבער דעם גרויסען חלל וואס דער משמש האט איבער געלאזט אויף די אנדערע זייט פונעם אייל.
דערציילט מיר א חבר, א עסקן בעניני כלל, איינער וואס דאווענט געווענליך נישט אין גרויסען ביהמ"ד. אז ר' אברהם יושע איז איז אייביג געווען צום האנד מיט וואס ער האט נאר געדארפט. זאל דאס זיין מיט אן ארון, תכריכים, טהרה שטיבעל, די טראקטאר, הושענות, וויין, הבדלות, פארהאנדלען מיט די מאָרק אינמיטען יו"ט. און וואס דען נישט.
אוי, ווער געדענקט ווען דעם ביפער פונעם שמש האט זיך הויך ציפיפען און מקוה, דאס האט געזאלט אנזאגען דעם בד"ה.
אוי, ווער וועט פארגעסען די לאנגע וועגען וואס דער שמש ווי דער שמש האט זיך געשלעפט יעדען יו"ט, פון און צו לוויות.
אוי, ווער געדענקט ווען דער שמש האט מיט איין שריי אפגעליידיגט די בעק סטעפס פון ביהמ"ד.
אוי, ווער געדענקט זיין סענסיטיווטי פאר יעדן איד, אין פריידען און אין ליידען.
מיר דארפען זיך אלע לערנען פון זיינע מידות.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובה דורך blue moon »

כמדומה לי איז דער שמש אויך געוועהן אינסטרומענטל מיט יבלחט"א ראביי גלאק, ביים דורך פירען דעם געזעץ אין ניו יארק איבער נתוחי מתים - פאלמעסן.
אז איינער דא איז נאנט מיט ראביי גלאק, ביטע כאפט א שמועס מיט אים, און ברענגט אהער אַ ריפארט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

קען מען דען דעם טייערן איד באשרייבן?

זיינע פעולות כאטש וואס ע"פ רוב זענען זיי נישט באקאנט, אין הימל זענען זיי אבער אלע גענוי פארשריבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח מורינו הרב מילער שליט"א פאר דיינע דברים יוצאים מן הלב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (71.05 KiB) געזען 3133 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”