הדלקה אין קרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובה דורך shalsheles »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס האבן זיך ארומגעדרייט עטליכע חברה פון די מידיא, כ'האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון זיי, א ווייסער באטשי וואס האט זיך נישט באכלעפטשעט דארט, אונטער אים האט געוויידלט א שחור מיט א מידיע מייק, אבער קיינער (אויסער איינער) האט נישט געוואלט זאגן א סטעיטמענט. כ'האב געפרעגט דעם באטשי צו ער איז די "מידיא וואס דער פרעזידענט איז אין ווערטער קריג מיט זיי", דער האט זיך אזאנס גענומען לאכן אז ער אזי שיער אומגעפאלן, פרעג מיר נישט פארוואס...

ישר כח פאר די "זאפטיגע" באריכטן.
לאז וויסן אויב דיין ווערטער אויסטויש איז ערשינען אין די מידיע... (האפנטליך נישט אויף קעמרע)..
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וועלמיר זען אויב ראבערט מוללער וועט מיר אנקלאגן, דאן וועליכוויסן אז ס'איז געווען אין די מידיע...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובה דורך איך מיין עס אמתדיג »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס נאך? כ'האב געטרינקען אסאך "בחצרות וואסער", און געזוכט די דענישעס אבער נישט געטראפן...

אינמיטן טאנצן בין איך זייער דארשטריג געווארן איך האב געזוכט וואסער א גוטע פאר מנוט דורך גייענדיג עטליכע וואסער שילדן אבער קיין וואסער האב איך נישט געזען, ביז איך האב געטראפן פארענט פון די גרויסע טרעפ פון ביהמ"ד
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

איך בין געווען אין קרית יואל אויף פסח איך האב במשך גאנץ חוה"מ נישט געזען קיין סמארטפון און ביהמ"ד
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס נאך? כ'האב געטרינקען אסאך "בחצרות וואסער", און געזוכט די דענישעס אבער נישט געטראפן...

אינמיטן טאנצן בין איך זייער דארשטריג געווארן איך האב געזוכט וואסער א גוטע פאר מנוט דורך גייענדיג עטליכע וואסער שילדן אבער קיין וואסער האב איך נישט געזען, ביז איך האב געטראפן פארענט פון די גרויסע טרעפ פון ביהמ"ד

איך בין נייגעריג וואו דו האסט געזוכט וואסער, ווייל אויפן גאנצן שטח פון די פארקינג לאט איז נישט געווען וואו אראפצולייגן וואסער (חוץ וואס די פאר צדיקים וואס קומען טיילן ח"י ראטל וואסער), איך האב גלייך געוואוסט פון אלע יארן אז דאס ליגט געווענליך פארנט פון ביהמ"ד דארטן איז ליידיגער קען מען אהינלייגן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

maybeeynot האט געשריבן:איך בין געווען אין קרית יואל אויף פסח איך האב במשך גאנץ חוה"מ נישט געזען קיין סמארטפון און ביהמ"ד

נו אוודאי נישט, חוה"מ ארבעט מען דאך נישט איז עס נישט לצו"פ.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פליז נאר קוואטן ווען ס'וויכטיג. דאנקע.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

נאך אזאך וואס איז מיר געווען א חידוש היי יאר אז די רבי האט זיך געשטעלט ממש ביים מדורה פארן ארייגיסן די אויל דאכט זיך. אין מתפלל געווען א תפילה חרושה אזווי פאר א ארון קודש
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

געווען זייער אסאך ליטווישע, אבער עס איז געזונט איינמאל אין יאהר צו זעהן נאך אידן, זיי שטערן? נישט עק וועלט, איין קרייז וואס פלעגט זיין אסאך אבער זענען נישט געווען דאס יאהר איז סקווירא אידן, זיי פלעגן קומען אין די מאסן.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

יא! היי יאר איז דאס געווען א גאר געלונגענע מעמד אין מיינע אויגן, אוינגעהויבן ביי די טרעפיק, באסעס, (סעקויריטי), אויבן אן, וואסער, ביהכ"ס, פרויען, ראביסטעווע, סמארט-קאמפיין, קינדער, פייער, דראונ'ס, די צינדן, די לעשן, ברוך השם נישט געווען קיין איין הצלה רוף, אבער:
די מוזיק אין די סאונד סיסטעם רעיט איך פאר א מיינע'ס 0, בן 0 אין א איידעם ביי 0, אין א שוויגער צו 0.
אזא מעמד מעג זיין בעסערע עקספערטן ביי די מוזיק, אין ביי די סאונד סיסטעם, געפרעגט אן עסקן פארוואס מען רופט נישט קיין עקספערטן, זאגט ער מיר אז סע' איז נישט דא קיין געלד.
טו מיר א טובה, פאר מודעות די לעצטע 2 וואכן אין אלע אויסגאבע'ס איבער די פארבאט אויף סמארט פאון אין די ארום שטח איז שוין איינמאל דא געלד, אבער פאר אזא קליינע קייט ווי גוטע געשמאקע מוזיק איז נישט דא.
שוין עניוועי איך רעיט עס מיט א 9.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”