התכלת והחלזון מהו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
משהזוךמיר האט געשריבן:אראביש ווייס איך. מיין שאלה איז געווען אויף אראמיש...
In modern Hebrew, the word shablool has a synonym - khilazon - which Hebrew adopted from the Aramaic as did Arabic and Persian.
read more: https://www.haaretz.com/jewish/features ... m-1.571524
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
יידישע קהילות האט געשריבן:משהזוךמיר האט געשריבן:אראביש ווייס איך. מיין שאלה איז געווען אויף אראמיש...
In modern Hebrew, the word shablool has a synonym - khilazon - which Hebrew adopted from the Aramaic as did Arabic and Persian.
read more: https://www.haaretz.com/jewish/features ... m-1.571524
איך קען דאס נישט עפענען
איז דער מקור די הארץ צייטונג? אפשר עפעס בעסער עוועילעבל?
משהזוךמיר האט געשריבן:אראביש ווייס איך. מיין שאלה איז געווען אויף אראמיש...
https://books.google.com/books?id=5R1y1 ... ic&f=false
בן מהללאל האט געשריבן:משהזוךמיר האט געשריבן:אראביש ווייס איך. מיין שאלה איז געווען אויף אראמיש...
https://books.google.com/books?id=5R1y1 ... ic&f=false
פשיהא, וואסערע ווערטער אראמיש האט...
גארנישט געוויסט
- אטעטשמענטס
-
- aramaic.PNG (284 KiB) געזען 2419 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
דממה דקה האט געשריבן:בן מהללאל האט געשריבן:משהזוךמיר האט געשריבן:אראביש ווייס איך. מיין שאלה איז געווען אויף אראמיש...
https://books.google.com/books?id=5R1y1 ... ic&f=false
פשיהא, וואסערע ווערטער אראמיש האט...
גארנישט געוויסט
אזוי ווי סאיז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער חוות יאיר און די שלטי גבורים זאגן אז דער מיורעקס איז דער חילזון התכלת, ווייל מקען מדחיק זיין אז ווען זיי וואלטן געזען דעם חילזון אז עס שטימט נישט מיט די סימני חז״ל וואלטן זיי חוזר געווען.
און אזוי ווי סנישט קיין ראיה פון די תוספתא וואס זאגט אז תכלת אינה כשרה אלא מן החילזון שלא מן החילזון פסולה, ווייל מקען דוחק זיין אז דער תוספתא מיינט דעם חילזון הידוע, און שלא מן החילזון מיינט שלא מן החילזון הידוע.
און אזוי ווי סנישט קיין ראיה פון דעם ירושלמי וואס זאגט לפי טייל מפרשים אז תכלת איז נאר כשר מן החי, ווייל מקען מדחיק זיין אז דער ריכטיגע פשט און די ירושלמי איז ווי די אנדערע מפרשים.
און אזוי ווי סאיז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער רמבן זאגט אז התכלת גם היום לא ירים איש את ידו ללבוש חוץ ממלך גויים, ווייל מקען מדחיק זיין אז דער רמבן מיינט דעם קאליר תכלת.
און אזוי ווי סנישט קיין ראיה פון דעם וואס מען טרעפט נישט און קיין שום פלאץ אז תכלת פון מיורקס איז פסול נאר אויף קלא אילן און איסטיס, ווייל מקען מדחיק זיין אז מפלעגט נישט פעלשן קיין תכלת פון דעם ווייל עס איז געווען זייער טייער.
און אזוי ווי סאיז נישט קיין ראיה פון דעם וואס מטרעפט נישט און אונזערע מקורות אז עס איז געווען עפעס א אנדערע חלזון וואס מעהאט געמאכט פון דעם תכלת וואס נאר די גויים האבן גענוצט, ווייל מע קען מדחיק זיין אז די גויים האבן געמאכט א חרם אויף די בלויע קאליר, און נאר געווען אינטרעסירט און ארגמן און אנדערע קאלירן וואס מעהאט געמאכט פון אלע סארטן מירעקסן, און דאס וואס ווערט דערמאנט די קאליר יאנקיטע קען מען מדחיק זיין אז דאס מיינט א סארט פערפל.
און אזוי ווי סנישט קיין ראיה פון דעם וואס מטרעפט נישט און די כתבי קדמונים עפעס א רמז פון א אנדערע תכלת, ווייל מקען מדחיק זיין אז סאיז יא געווען געשריבן נאר לא הגיע לידינו, אדער ווייל די תכלת פון די גויים איז נישט די זעלבע פון די יודן.
און אזוי ווי סנישט קיין ראיה פון דעם וואס תכלת ווערט אנגערופן פורפורא אזוי ווי סשטייט און ירושלמי וואס דער ראביה ברענגט, ווייל מקען מדחיק זיין אז פופורא מיינט אבגד מלכות, און במקרה האט עס דע זעלבע נאמען פון דעם מיורקס נישט ווייל תכלת מאכט מען פון דעם מיורקס.
אוןן אזוי ווי סאיז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער מהריל זאגט אז דער תכלת קען גרינג געטראפן ווערן ווייל דער סמג געט סימנים אויף דעם, אז סגעפונצעך און ים המלח און סאיז דומה לים און דמו שחור, ווייל כאטש דער מיורעקס האט אסאך סימנים פון דער תכלת אז עס האט די שעיפ פון א פיש, און סע באהאלט זיך און זאמט, און עס איז געווען א טייערע זאך וואס מע האט גענוצט פאר מלכים ושרים, און עס געפונט זיך גענוי ווי דער תכלת האט זיך געפונען דהיינו בין צור לחיפה ובאיי אלישה, און מען פאנגט דאס מיט נעצן, און מען איז מקפיד ארויס צו נעמען די פארב ווען ער לעבר נאך, און מען פארבט דאס מיט סממנים, און מע פלעגט דאס קאכן און טועם זיין פארן פארבן, און מען מאכט מיט דעם אויך אנדערע קאלירן אזוי ווי סשטייט און מדרש, און עס האלט זיך די פארב נאר אויף צמר און נישט פשתן אזוי ווי סשטייט און ספר החינוך.
פונדעסט וועגן קען מען מדחיק זיין אז דומה לדג מיינט אז סזעט אויס ממש ווי סעלמאן אדער קארף, און דומה לים מיינט אז נאך וואס מען קראצט אים גיט אף מיט זייער א שארפער בראש פון די זאכן וואס איז שטארק אנגעקלעבט אויף אים, אדער מען ווארט אפאר שעה נאך זיין טויט איז ער נאך אלץ דומה לים, און עולה אחת לשבעים שנה מיינט כפשוטו ממש אז יעדע זיבעציג יאר קריכן זיי אלע ארויף בהמוניהם אויף די יבשה אויך בזמן הגלות, און בין צור לחיפה מיינט טאקע נאר בין צור לחיפה און נישט קיין האלבע קילאמעטער ארויף אדער אראף, און דמו שחור כדיו מיינט שווארץ ווי דיו, און נישט טינקל ווי דיו, און כאטשיג סאיז דא אן א שיעור דוחק פשטים און אגדתא גמרות און רמבם, קען זיין אז אלע גמרות און רמבם בנוגע תכלת איז כפשוטו ממש אן קיין משהו דוחק.
אזוי אויך קען מען מדחיק זיין אז אזוי ווי אלע שפראכן זענען אריבער שינויים במשך טויזנט יאר, אזוי אויך איז דער אראמישער שפראך אריבער שינויים, און במקרה איז נשתנה געווארן דער סנעיל אויף חלזונא, אבער און חז״ל׳ס צייטן האט מען נישט גערופן א סנעיל חלזונא.
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
א לעבעדיגע דוגמא פון די מעשה'לע פון כצפיחית בדבש.
איר האט דערקלערט מיט א ברירות אז רש''י מיט רבינו גרשום זאגן אז חלזון אויף ארמיש מיט א סנעיל, און אנשטאט האט איר געברענגט א דיקשאנערי מיט מער ענגלישע ווערטער ווי ארמ'ישע, און עס אונטערגעבעט מיט א גאנצע בארג שטותים. (ווי גייט דאס קאצקע ווארט? שקר אין לו רגלים, נאר מען בעט עס אונטער מיט נאך שקרים.)
צו אייער עצם טענה, איר ווייסט וואס די ווארט קארן האט באדייט אין אידיש 150 (נישט 1500) יאר צוריק? Rye (שיפון).

Get your facts first, then you can distort them as you please.
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
אגב, אז איך בין שוין יא דא וויל איך דערציילן אז עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו בלעטערן אינ'ם לבוש הארון, און איך בין ממש נבהל ונשתומם ווי א כלומר'שט גוט דורכגעארבעטע קונטרס קען ברענגען א בפירוש'ע ראי' גענוי פארקערט ווי זיי, און טריאומפירן דערמיט כאילו דארט שטייט ממש זייערע ווערטער.
איך וועל ברענגען איין דוגמא. אויף עמוד 44 ברענגט ער דעם רמב''ם (הלכות ציצית פ''ב ה''ב) וואס שרייבט 'ודמו שחור כדיו'.
דערויף שרייבן זיי בזה הלשון:
כ'מיין, פון וועם מאכן זיי חוזק?! זיי האלטן טאקע אז מיט'ן איבערשרייבן צוויי מאל אז דאס אז דער 'האלטער' פון די בלוט איז שווארץ איז ממש וואס דער רמב''ם שרייבט אז 'די בלוט' איז שווארץ וועלן די ליינער נישט כאפן דעם חילוק?! ער האלט טאקע אז כלל ישראל באשטייט פון אידיאטן?!
און עס ווערט נאך בעסער. זיי זענען ממשיך:
איי מין, אויב וועט מען מאכן באלד די ווערטער 'עם נטיה מסוימת לשחרות' וועט דער נארישער ליינער נישט באמערקן אז פליני (דער שרייבער פון די שורות) שרייבט קלאר אז די האלטער איז גאר ווייס! און בלויז די בלוט זעלבסט איז שווארץ!!
איך וועל ברענגען איין דוגמא. אויף עמוד 44 ברענגט ער דעם רמב''ם (הלכות ציצית פ''ב ה''ב) וואס שרייבט 'ודמו שחור כדיו'.
דערויף שרייבן זיי בזה הלשון:
זהו תיאור מדויק של מה שעינינו רואות כאשר פותחים את קונכית המורקס. כשהקונכיה נשברת והבלוטה נחשפת, מתגלה וריד שחור הניכר לעין, בו מאוכסן החומר הצובע. אותו וריד הינו, כאמור, שחור, בדיוק כפי שמתאר אותו הרמב''ם.
כ'מיין, פון וועם מאכן זיי חוזק?! זיי האלטן טאקע אז מיט'ן איבערשרייבן צוויי מאל אז דאס אז דער 'האלטער' פון די בלוט איז שווארץ איז ממש וואס דער רמב''ם שרייבט אז 'די בלוט' איז שווארץ וועלן די ליינער נישט כאפן דעם חילוק?! ער האלט טאקע אז כלל ישראל באשטייט פון אידיאטן?!
און עס ווערט נאך בעסער. זיי זענען ממשיך:
אבחנה זו מתוארת בדיוק באותו אופן על-ידי כותבי אותו זמן - בדיוק כפי שהובא ברמב''ם:
"אותו חומר מופרש מכיל טיפה קטנטנה, המוחזקת בתוך וריד לבן, ממנו מזוקק הנוזל יקר-הערך העשוי לצביעה, כאשר מראהו כגוון של שושנה עם נטיה מסוימת לשחרות''
איי מין, אויב וועט מען מאכן באלד די ווערטער 'עם נטיה מסוימת לשחרות' וועט דער נארישער ליינער נישט באמערקן אז פליני (דער שרייבער פון די שורות) שרייבט קלאר אז די האלטער איז גאר ווייס! און בלויז די בלוט זעלבסט איז שווארץ!!
Get your facts first, then you can distort them as you please.
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
משהזוךמיר האט געשריבן:אגב, אז איך בין שוין יא דא וויל איך דערציילן אז עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו בלעטערן אינ'ם לבוש הארון, און איך בין ממש נבהל ונשתומם ווי א כלומר'שט גוט דורכגעארבעטע קונטרס קען ברענגען א בפירוש'ע ראי' גענוי פארקערט ווי זיי, און טריאומפירן דערמיט כאילו דארט שטייט ממש זייערע ווערטער.
איך וועל ברענגען איין דוגמא. אויף עמוד 44 ברענגט ער דעם רמב''ם (הלכות ציצית פ''ב ה''ב) וואס שרייבט 'ודמו שחור כדיו'.
דערויף שרייבן זיי בזה הלשון:זהו תיאור מדויק של מה שעינינו רואות כאשר פותחים את קונכית המורקס. כשהקונכיה נשברת והבלוטה נחשפת, מתגלה וריד שחור הניכר לעין, בו מאוכסן החומר הצובע. אותו וריד הינו, כאמור, שחור, בדיוק כפי שמתאר אותו הרמב''ם.
כ'מיין, פון וועם מאכן זיי חוזק?! זיי האלטן טאקע אז מיט'ן איבערשרייבן צוויי מאל אז דאס אז דער 'האלטער' פון די בלוט איז שווארץ איז ממש וואס דער רמב''ם שרייבט אז 'די בלוט' איז שווארץ וועלן די ליינער נישט כאפן דעם חילוק?! ער האלט טאקע אז כלל ישראל באשטייט פון אידיאטן?!
און עס ווערט נאך בעסער. זיי זענען ממשיך:אבחנה זו מתוארת בדיוק באותו אופן על-ידי כותבי אותו זמן - בדיוק כפי שהובא ברמב''ם:
"אותו חומר מופרש מכיל טיפה קטנטנה, המוחזקת בתוך וריד לבן, ממנו מזוקק הנוזל יקר-הערך העשוי לצביעה, כאשר מראהו כגוון של שושנה עם נטיה מסוימת לשחרות''
איי מין, אויב וועט מען מאכן באלד די ווערטער 'עם נטיה מסוימת לשחרות' וועט דער נארישער ליינער נישט באמערקן אז פליני (דער שרייבער פון די שורות) שרייבט קלאר אז די האלטער איז גאר ווייס! און בלויז די בלוט זעלבסט איז שווארץ!!
נישט ווייל דער לבוש הארון שרייבט איין שטות, בארעכטיגט עס דיר אויך צו שרייב שטותים.
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מצפים לישועה האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:רוב פוסקים האלטן דאך נישט דערפון, וואס ענטפערן זיי אויף דעם??
די פוסקים וואס האלטן נישט פון דעם האבן בכלל נישט חוקר געווען דעם עניין, דע וואס האבן יא חוקר געווען דעם עניין האלטן יא פון דעם.
ממש צום שטוינען די לשון מדברת גדולות, מען דארף נישט צוריק קוקען מער ווי דריי בלאט און מאכען א סך הכל וואסערע תנא קמא שטייט דא פאר אונז וואס די פוסקי הדור דארפן זיך פארשטעקן פאר אים.
אפאר פון זיינע פערל-ווערטער מלוקט פון זיינע תגובות
1) די גמרא אין מנחות מ"ד וואס ווערט געברענגט אין רמב"ם און אין אלע פוסקים הבאים אחריו איז נאר אן אגדתא.
- - - - אויסער וואס דאס איז א פרעכע זלזול אין אגדות חז"ל איז עס טיפשות צו אפסטעמפלן אגדתא ווען אלע פוסקים ברענגן עס להלכה
2) אפגעשריבען טענות ומענות מיט גאנצע פלפולים של הבל אז די גמרא אין עירובין שטייט אז די גוים פלעגן מאכען תכלת.
- - - - למעשה רעדט מען דארט פון אידישע תכלת וואס איז געווען געמאכט שלא לשם ציצית
3) מזייף געווען א מדרש מה המלך לובש פורפירא וגו' שנ' ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור, און פון דעם געוואלט גאר אויפווייזען אז פורפירא איז תכלת.
- - - - אבער אין די מדרש שטייט נישט די ווערטער תכלת וחור.
4) זיך אליינס איינגערעדט אז מדרש הגדול פון תימן איז א מדרש.
- - - - אין פאקט איז עס שיינע פירושים עה"ת , עס איז דא דארט אויך מדרשים און פירושים פון ראשונים וכו'
5) געשריבען בשם די ספרי דבי רב, בשם די אר"י אז עס איז דא כמה חלזונות וואס איז כשר לתכלת, און נישט אלע האבן די סימנים פון די גמרא.
- - - - אין פאקט שטייט נישט דארט אזא זאך.
6) ברענגט די יעב"ץ אז די חלזון געפינט זיך מסולמה של צור ועד חיפה, ווי די חוקרים זאגן.
- - - - אבער איז זיך מתעלם פון די יעב"ץ אז די חלזון האט צוויי שעלס.
7) זאגט אז די חוות יאיר האלט נישט אז די תכלת מוז זיין דוקא פורפל.
- - - - - ווען אין פאקט שטייט מפורש בדבריו אזוי
8) טענה'ט דערנאך אז די חוות יאיר רעדט פון די דם און נישט די צבע.
- - - - - און שטייט דארט נישט אזוי
ועוד ועוד הבלים, ווי דאס אז די דם פון די אנדערע מיני מורקס ווערן נישט בלוי אפילו נאך 100 יאר, וואס איז סתם אויסגעזויגן פון קליינעם פינגער, און אפגעמאכט אז פורפל איז אויך כשר פאר תכלת וכו' וכו'.
אין זיינע ערשטע תגובות האב מיר געברענגט עטליכע פוסקים, וואס האבן געשריבן בירורים ותשובות קעגן די נייע תכלת, הגרי"ש אלישיב, ולהבחל"ח הג"ר שלמה מילר, והג"ר אשר ווייס שליט"א, ועוד כמה רבנים וואס האבן גיט אדורך געטוען די נושא און אנגענומען אז דאס איז נישט די תכלת, לשיטתו האבן די אלע האבן נישט חוקר געווען די ענין, און זיי ברויכן זיך קומען לערנען וויאזוי צו חוקר זיין די ענין ביי אונזער גאון.
אדרבה ירא הקהל וישפוט, ווער איז דער דעמעגאג דא.
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
הרב מצפים, למעשה אין די לעצטע פאר בלעטער האסטו צוזאמגעווארפן אסאך סטעיטמענטס, נאכגעברענגט פון ספרים וכו' וכו', למעשה איז פון אלעס וואס די האסט געברענגט גארנישט געבליבן, רוב פלעצער שטייט נישט וואס איר זאגט, אין אנדערע ווילט איר נישט אנצייכענען קיין מקור! דעמאגאגיע קומט נישט אהער דא בכלל, אבער צווישן ענק צוויי אז איך מוז פיקן א דעמאגאג ביסטו דער קאנדידאט.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4071
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק