געפערליכע צומישעניש ווען עס קומט צו קינדער-טעראפי
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
געפערליכע צומישעניש ווען עס קומט צו קינדער-טעראפי
שלום עליכם טייערע ברידער.
עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס זיך צו באקענען מיטן עולם הטעראפי ביים היימישן ציבור, און איך האב זיך באקענט מיט א שטארקע וויי געשריי פון עלטערן.
אנדערש ווי ביי א מיחוש וואס מען גייט צום דאקטאר, און דארט איז דא איין מהלך וואס איז עפראווט ביי די גאווערמענט, עס העלפט גלייך און ס׳נישט דא וואס מסופק צו זיין כמעט. איז דאך אבער טעראפי א ״מח״ פיקס, סיי וועלכע טעראפי איז א לענגערע פראצעדור, עס איז נישט דא אזא זאך one size fits all, יעדע מח איז אנדערש, יעדעס קינד איז אנדערש.
יעדער איז איינגערעדט אז היינט איז א עולם התיקון אין דעם ענין, מלמדים דערקענען גלייך ווען א קינד איז נישט מסודר, מ׳דיאגנאזירט אים, מען העלפט אים, און אלעס איז מסודר.
עס איז ווייט פון דעם!
די מוסדות האבן טאקע פריוואטע טעראפיסטן וואס העלפן אביסל ארויס אויף די אייגענע האנט, אדער זענען זיי אנגעהוקט צו סענטערס וואס העלפן ארויס, אבער די חורבן איז אז יעדער האט זיך זיין מהלך און מיינונג.
דייאגאנאזען: עס זענען דא טויזנט וועגן פון דייאגנאזען, רוב דייאגנאזערס האבן א געוויסע ספעשיליטי, און זיי קומען קוקן בלויז פון זייער פרעספעקטיוו. דער פסיכאיאטאר וועט בלייבן סטאק אין זיין מעדיקעישאן עקספערטיז, דער פסיכאליאג וועט בלייבן סטאק מיט זיינע לעיבעלס, דער אויגן ספעשיליסט וועט בלייבן סטאק מיט די אויגן, דער עברי ספעשיליסט וועט בלייבן סטאק ביי די עברי פראבלעמען, דער הבנה ספעשיליסט וועט בלייבן סטאק ביי די פירוש המילות, וכו׳ וכו׳.
אזוי קען אויסקומען אז עס איז פארהאן א יסודות׳דיגע פראבלעם מיט׳ן קינד, און מען ארבעט אויף טויזנט אנדערע זאכן.
טעראפי: נאכדעם זענען דא טויזנט ערליי טעראפיס פאר אלע ערליי פראבלעמען. יעדע פאר חדשים איז דא א פרישע ״המספיק גאזעט״ בריוועלע, א מאמענט ארטיקל וכדו׳, מיט התפעלות פון עפעס מעכטיגע מהלך פון דעם דאקטאר יענעם דאקטאר, און יעדע טעראפי צענטער האט זיך איר מהלך וואס זיי האלטן דערפון.
יחידים וואס העלפן ארויס: נאכדעם זענען דא צענדליגע יחידים, רוב פון זיי האבן בכלל נישט קיין לייסענס, און זיי ארבעטן לויט זייער ״עקספיריענס און געפיל״ פון אזויפיל יארן. די עלטערן ווערן נתפעל צום ערשט פון די שטארקייט פונעם יחיד, מען צאלט געלט פאר א דייאגאנאז, און דער יחיד באשלוסט לויט זיין מהלך וואס מען דארף טון. אויב האט ער אליינס עפעס אויפגעבויעט במשך די יארן שיקט ער גלייך צו דעם מהלך, נאר דאס וועט העלפן. און אויב נישט ריפערט ער צו דעם אדער יענעם מיט וועמען ער האט אנגעקניפט פארבינדונגען. (אסאך פון די יחידים וואס קענען אביסל די שוואכע פוינט פון דערשראקענע טאטע און מאמע וועלן ארבעטן אויף די געפילן, ווי למשל אראפלייגן גאר ווילדע סצענעס וויאזוי דאס קינד וועט אויסזען ח״ו אויב מען נעמט נישט יעצט קער).
די פראבלעם איז נאר אז די יארן וואס מען קען פיקסן א קינד באשטייט פון 5-6 יאר, וויאזוי קען א טאטע און מאמע דורכטון די גאנצע עולם הדייאגנאזיע וטעראפי אין די קורצע צייט? מוז מען זיך לאזן אין די מהלך וואס מען פאלט אריין די ערשטע, צו ווייל די שטאט צאלט עס, צו ווייל דאס האט מען זיך די ערשטע באגעגנט, צו ווייל מען ווייסט נישט פון עפעס אנדערש.
דא איז דא א 8-9-10 יעריג קינד, ער האט שוין באלד בר מצוה, און די טאטע און מאמע זענען פאלוירן! עס רירט זיך כמעט נישט. ער האלט נישט מיט אין חדר. עס איז אן ״אייגן קינד״ וואס וואקסט נישט!
און אך און וויי ווען די עלטערן נעמען זיך דורכצוטון דעם נושא. די קאפ קען חרוב גיין! יעדער מהלך רעדט מיט א ברען און פייער פון זיין מהלך, נאר דאס וועט העלפן, נאר דאס איז די פראבלעם, מען טאר עס נישט פארנאכלעסיגן.
עס לאזט זיך נישט גלייבן, אבער דאס איז פאקט אז אין 2018 האבן עלטערן נישט קיין מושג וואו צו גיין ווען א קינד דארף אביסל מער הילף.
לכאורה פעלט א גרויסע צוזאמענארבעט פון אפאר גרויסע מומחים אין די נושא, וואס קענען זיך אויס אין אלע דייאנאז מהלכים, און אלע טעראפי מהלכים, נישט נאר איינס און נישט נאר צוויי, נאר אלע פאפולערע (און עס איז דא א געוואלד כנ״ל).
זיי זאלן צוזאמען עפענען א פעסטע ארגאניזאציע און שטיין אין טאפ אז יעדעס קינד ווערט געפירט צום ריכטיגן פלאץ, אדער ארויסגעבן א גייד, עפעס וואס זאל עפענען די קאפ פון אזויפיל עלטערן!

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
זייער שטארק! און לאו דווקא פאר מענטל.
נאך א נקודה וואס כ'האב גאנץ לעצטענס געטראכט, ביי דאקטעריי איז פארהאן אזא זאך ווי גיין הערן אן אנדערן'ס מיינונג, ביי די זאך ווען עס קומט צו העלפן א קינד, עקזעסטירט דאס נישט, איינמאל מען האט א דיאגנאז פון איין פראפעסער בלייבט מען דערמיט. ס'איז באמת א גרויסע פראבלעם, ווייל אויב איז דאס נישט ריכטיג מיינט דאס דעם קינד'ס לעבן. כ'פארשטיי פארוואס ס'איז אזוי איז צוליב געלט, אבער ס'דארף א גרויסן תיקון.

- געשמאקע ווינטל
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm
אוי זאגסטו גוט כ"האה הנאה ווי גוט די ברענגסט עס ארויס,
דער אמת איז ס'איז טאקע אזוי א יעדער מענטש איז ווי א דיקע ספר פאר זיך,
אבער א קליינע הערה, ווען מגייט צו א עוועליועשאן ביי איינעם וואס ער ספעצלזירט זיך און עפעס א ספעציפישע זאך וועט אסאך מאל די דייגנאז זיין מיט די זאך וואס ער ספעצלזירט זיך ודי
ממילא איז בעסער אז די עוועליועטער זאל זיין איינער וואס גייט נישט האנדלען דעם פראבלעם ער גייט בלויז מאכן דעם עוועליועשאן האט ער ווייניגער נגיעה
מען קען זייער אסאך רעדן פון דער נושא נאר איך זעה אז די ביסט שוין גוט צומישט וועל איך דיר נישט מאכן נאך מער צומישט

ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
-
- שר מאה
- תגובות: 164
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am
איך וועל פראבירן שערן אביסל מיין עקספיריענס אין די נושא,
קודם דארף מען קלאר מאכן און צוטיילן די חלקים און מומחיות, די וואס זענען אפראווד וואס מען רופט קאנווענשענאל, און די חלק וואס איז נישט אפראווד וואס מען רופט אלטערנאטיוו,
קודם לגבי קאנווענשאנעל צוויי נקודות
איינס:
דאס זעהט מען יעדען טאג אז יעדער מומחה פאסט צו יעדע פראבלעם צו זיין מומחיות, און יעדע מומחה וועט מציע זיין אייביג די סערוויס וואס ער קען גיבן, און לאו דוקא במזיד נאר אויב ער איז אריינגעטוהן אין איין זאך זעהט ער דאס אויטאמאטיש.
עס איז דא א ווארט "if there is only a hammer everything is a nail"
צוליב דעם דארף מען פראבירן צו באקומע א אינדעפענדט עוועליועישן, פון איינער וואס טוהט נאר דאס, און געבט נישט די סערוויסעס, ווי למשל א SCHOOL PSYCHOLOGIST וואס קען געווענליך ארומנעמען די גאנצע היקף, פון ACADEMIC, SOCIAL , EMOTIONAL
דאס איז די וועג וויאזוי עס גייט אין די דרויסענדיגע וועלט, פארשטייט זיך אז מען דארף איינער וואס פארשטייט צו אונזער חינוך סיסטעם.
צוויי:
ווען מען גייט צו א מומחה דארפן די עלטערן זיין קלאר וואס איז די מטרה און ווען מען גייט זעהן אז עס איז דא שינויים לטובה.
עס איז נישטא אזא זאך אז מען גייט צו א מומחה און מ'דארף גלייבן אז עס העלפט, נארמאל דארף מען זעהן א שינוי נאך 10 -12 וואכן.
לגבי אלטערנאטיוו דארף מען א אריכות גדול אז איך וועל האבן צייט וועל איך שרייבן גם בזה

אויס וועלט האט געשריבן:גראדע ביי די סאטמאר מהר"א איז דא א שטיקעל נחמה מיט די.. והערב מוסד . אבער סקאסט אין קאסט אין קאסט.....
ס'קאסט זיכער נישט מער ווי ערגעץ אנדערש, איבעראל קאסט עס דמים תרתי משמע און אויב האט מען צוויי קינדער וואס דארפן הילף קען עס גרינגערהייט קאסטן 4 מאות וואך
ברח דודי, דו ברענגסט עס ארויס זייער קלאר און גוט, און בכלל נישט איבערגעטריבן, ס'איז אמת יעדעס ווארט, און אפילו אין יעדע חלק באזונדער למשל טעראפי, אדער אויגן איז דא עטליכע מיטלען וואס יעדער ספעציאליסט וועט געווענליך דיאגנאזירן דאס וואס ער טוט, און ס'איז נישט דא איין פלאץ וואס נעמט ארום אלע אויגן פראבלעמען, (וואס איז נאר א דייעגנאוזער און נישט דער וואס טוט צושטעלן הילף אויף איינס פון די מהלכים)
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2401
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
כבוד פותח האשכול ברח דודי ני''ו
ווענט אייך צו די ארגענעזאציע relief
ברוך השם די פראבלעם פון וואס איר רעדט פון איז שוין געלעזט געווארן דורך די הייליגע חשוב'ע relief ארגענעזאציע, טוענדיג שוין פאר א שיינע פאר יאר פריוואט מיט בחורים (און שוין געדילט מיט זייער אסאך פון די האנטיגע פראבלעמען ליידער) ווייס איך פון דעם פראבלעם פון וואס איר רעדט, און ס'איז נאך אסאך אסאך ערגער ווי איר מיינט, און פון עקספיריענס ווייס איך אז די relief איז די פלאץ זיך צו ווענדען. אגב, האב שוין גאר אסאך מאל געוואלט דא שרייבן בארכות פון דעם פראבלעם, (ס'איז אבער פון עקספיריענס, דא ליידער טייל מאל זייער שווער צו שרייבן משום כמה סיבות וטעמים ואכמ''ל).

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 458
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm
יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן, איך האב הנאה אז דער עולם ווייסט דערפון, איך שרייב אז עלטערן רעדן זיך אפ, און נישט פון א פערזענליכע פאל, דאס בילד איז בכלל נישט אזוי פשוט. און איך האב אויך גערעדט מער פון דעוועלאפמענטעל פראבלעמען, ווייל דאס האב איך דורכגעטון, קען זיין עס איז דא די זעלבע פראבלעם אין די שפעטערדיגע יארן ווען עס מאכט זיך פסיכאלאגישע שוועריקייטן.
א מענטש וואס האט נישט געהאט קיינמאל א קינד וואס דארף הילף וועט נישט פארשטיין די מצב, ווייל די אנגענומענע מהלך המחשבה איז אז היינט בלייבט נישט קיין שום קינד אינדרויסן, און די קול פון די אלע טעראפי צענטערן הערט מען זייער הויך, אבער די קול פון צובראכענע צומישטע עלטערן הערט מען נישט.
בנוגע ריליעף, זיי זענען זייער א גוטע רעפערל ארגאניזאציע, זיי הערן דיך שנעל אויס און זיי שיקן דיך צו איינעם באזירט וויאזוי זיי פארשטייען דיין פראבלעם - פון א שנעלע טעלעפאן קאנווערסעישאן.
דער פאקט איז אז עס איז נאכנישט דא קיין ארגאניזאציע וואס מען זאל דארט אראפקומען מיט׳ן קינד, זיי זאלן וויסן אלע פאפולערע מהלכים און טעראפי פלעצער, זיי זאלן מאכן א עוועליועישאן באזירט אויף וואס זיי ווייסן, און באשלוסן וואו דאס קינד דארף געשיקט ווערן.
והעיקר: באגלייטן די קעיס. נאך א שטיק צייט זאל מען צוריקקומען צו זיי מיט אן אפדעיט, און מען זאל זיי קענען פרעגן: איז דאס נארמאל? אזוי שטייט דארף זיך עס צו רירן? אזויפיל געלט דארף עס קאסטן? אדער: ברוך השם דאס קינד האט זיך דראסטיש געטוישט, דארף ער עס נאך האבן? ווילאנג גייט ער נאך דארפן גיין?
קינדער קענען אפזיצן יארן לאנג ביי עפעס א פריוואטע מהלך, א פריוואטע צולערנער, אדער ביי א טעראפי צענטער, און שפעטער נעמט מען אים נישט אן אין קיין שום ישיבה ווייל די יארן וואס מען האט נאך געקענט פיקסן זענען שוין ליידער דורך.
איך האב שוין געהערט פון די זאך אז וואוילטעטיגע מענטשן זוכן צו עפענען עפעס א יוניק ארגאניזאציע, הלואי ווען עס קען אנקומען צו די ריכטיגע אויערן און עפעס זאל געטון ווערן.

- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
ייש"כ פאר אזא לעבנסוויכטיגע אשכול.
די צעמישעניש גייט טיפער. מען הערט היינט פיל מאל אזא סטעיטמענט אז עלטערן זאלן נישט באגראבן אין זאמד מחמת בושה ווען עס קומט צו שיקן א קינד צו הילף וכדו'.
דעריבער איז טאקע פאראן פאראנטווארטליכע עלטערן וואס זיי זעען אז עפעס נישט גלאטיג איז מיטן קינד, אבער זיי קענען נישט טאפן דעם דופק און ארויסהאבן וואספארא סארט הילף דאס קינד ברויך. עס הערשט א געפיל ביי עלטערן אז עפעס איז נישט אין דער ארדענונג, אבער איך קען אפילו נישט עקספלעינען פארן מלמד גענוי דער שורש וואס. אזוי גייט אריבער חדשים און יארן אן עפעס זאל געטאן ווערן.
עס וואלט געדארפט זיין אין יעדע מוסד א פלאטפארמע ווי מען קען אויסשמועסן די אלע זארגן. ווארום נישט יעדע מלמד איז מלומד אין די ענינים, און ווילאנג דאס קינד זיצט איין אין קלאס, הייסט דאס דאך ביי אים א וואויל קינד. אבער נישט אייביג איז א פראבלעמאטיש קינד ווילד. עס איז פאראן צאללאזע פעלער פון וואוילע קינדער וואס ברויכן מער אויפמערקזאמקייט. צו זיי האבן חסרון אין הבנה, אדער זיי דארפן הילף אין סאציאלע באנעמונג א.א.וו.

sukoss האט געשריבן:l"
צוליב דעם דארף מען פראבירן צו באקומע א אינדעפענדט עוועליועישן, פון איינער וואס טוהט נאר דאס, און געבט נישט די סערוויסעס, ווי למשל א SCHOOL PSYCHOLOGIST וואס קען געווענליך ארומנעמען די גאנצע היקף, פון ACADEMIC, SOCIAL , EMOTIONAL
איז דא איינער וואס האט מער אינפארמעישאן אין די אפסטעיט געגענט (מאנסי - קרית יואל ) פון א גיטע אינדעפעינדענס עוועליוועיטער, פאר א קינד וואס קיקט אויס ער האט סענסערי פראבלעמן, און אויך אפשר עמאשענאל אישוס (שטארקע טרויעריקייט - האקעל - פראסטרעטד).
אין קען מען באקומען אזא זאך פאר מעדיקעיד אינשארענס ווי למשל פידעיליס.
און ווען מ'גייט נישט דורך אינשארענס וויפיל דארף עס קאסטן
א. ב. א. מ.
בס"ד
קולע אל השערה, ממש צום פינטל.
עס איז דא אזויפיל גוטע אידן, אזויפיל טעראפיסטן, אזפילו מהלכים, אזויפיל מומחים, אזויפיל הארץ, אבער אלעס ווי די צעווארפענע שטיקל פון א פאזל. מאנכע זאגן עלטערן זענען אין דינייעל, אבער מ'קען אויך זאגן זיי זענען נישט אין דינייעל, זיי טאפן פשוט א וואנט. האפענטליך וועט איר זיין דער שליח צו די הצלה אין דעם געביט, ווייל מען דארף אזאנס פונקט ווי מען האט געדארפט הצלה ווען עס איז געגרינדעט געווארן בשעתו תשכ"ח צי ווען.

ברח דודי האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן, איך האב הנאה אז דער עולם ווייסט דערפון, איך שרייב אז עלטערן רעדן זיך אפ, און נישט פון א פערזענליכע פאל, דאס בילד איז בכלל נישט אזוי פשוט. און איך האב אויך גערעדט מער פון דעוועלאפמענטעל פראבלעמען, ווייל דאס האב איך דורכגעטון, קען זיין עס איז דא די זעלבע פראבלעם אין די שפעטערדיגע יארן ווען עס מאכט זיך פסיכאלאגישע שוועריקייטן.
א מענטש וואס האט נישט געהאט קיינמאל א קינד וואס דארף הילף וועט נישט פארשטיין די מצב, ווייל די אנגענומענע מהלך המחשבה איז אז היינט בלייבט נישט קיין שום קינד אינדרויסן, און די קול פון די אלע טעראפי צענטערן הערט מען זייער הויך, אבער די קול פון צובראכענע צומישטע עלטערן הערט מען נישט.
בנוגע ריליעף, זיי זענען זייער א גוטע רעפערל ארגאניזאציע, זיי הערן דיך שנעל אויס און זיי שיקן דיך צו איינעם באזירט וויאזוי זיי פארשטייען דיין פראבלעם - פון א שנעלע טעלעפאן קאנווערסעישאן.
דער פאקט איז אז עס איז נאכנישט דא קיין ארגאניזאציע וואס מען זאל דארט אראפקומען מיט׳ן קינד, זיי זאלן וויסן אלע פאפולערע מהלכים און טעראפי פלעצער, זיי זאלן מאכן א עוועליועישאן באזירט אויף וואס זיי ווייסן, און באשלוסן וואו דאס קינד דארף געשיקט ווערן.
והעיקר: באגלייטן די קעיס. נאך א שטיק צייט זאל מען צוריקקומען צו זיי מיט אן אפדעיט, און מען זאל זיי קענען פרעגן: איז דאס נארמאל? אזוי שטייט דארף זיך עס צו רירן? אזויפיל געלט דארף עס קאסטן? אדער: ברוך השם דאס קינד האט זיך דראסטיש געטוישט, דארף ער עס נאך האבן? ווילאנג גייט ער נאך דארפן גיין?
קינדער קענען אפזיצן יארן לאנג ביי עפעס א פריוואטע מהלך, א פריוואטע צולערנער, אדער ביי א טעראפי צענטער, און שפעטער נעמט מען אים נישט אן אין קיין שום ישיבה ווייל די יארן וואס מען האט נאך געקענט פיקסן זענען שוין ליידער דורך.
איך האב שוין געהערט פון די זאך אז וואוילטעטיגע מענטשן זוכן צו עפענען עפעס א יוניק ארגאניזאציע, הלואי ווען עס קען אנקומען צו די ריכטיגע אויערן און עפעס זאל געטון ווערן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
איז נישטא אין די מוסדות קיין "חדר עזרה" - אין קרית יואל מהרז"ל "שערי לימוד"
וואס דארף דאס באגלייטען אין מיט די יארן אנגעזאמעלס א שיין ביסל עקספיריענס, וועלכע דירעקציע צו נעמען ביי יעדע פראבלעם!
ווי איך האב געהערט דארף דאס ווערן אביסל געפירט דורך זיי ?
קיין שלימות ביי דעם איז כמעט נישט שייך ווייל יעדע נשמה'לע איז אנדערש געפלאכטען און קיין פראבלעם איז קיינמאל נישט די זעלבע.
ווייסט איינער די מציאות אנדערש ?
וואס דארף דאס באגלייטען אין מיט די יארן אנגעזאמעלס א שיין ביסל עקספיריענס, וועלכע דירעקציע צו נעמען ביי יעדע פראבלעם!
ווי איך האב געהערט דארף דאס ווערן אביסל געפירט דורך זיי ?
קיין שלימות ביי דעם איז כמעט נישט שייך ווייל יעדע נשמה'לע איז אנדערש געפלאכטען און קיין פראבלעם איז קיינמאל נישט די זעלבע.
ווייסט איינער די מציאות אנדערש ?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 458
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm
יעקב זרח האט געשריבן:איז נישטא אין די מוסדות קיין "חדר עזרה" - אין קרית יואל מהרז"ל "שערי לימוד"
וואס דארף דאס באגלייטען אין מיט די יארן אנגעזאמעלס א שיין ביסל עקספיריענס, וועלכע דירעקציע צו נעמען ביי יעדע פראבלעם!
ווי איך האב געהערט דארף דאס ווערן אביסל געפירט דורך זיי ?
קיין שלימות ביי דעם איז כמעט נישט שייך ווייל יעדע נשמה'לע איז אנדערש געפלאכטען און קיין פראבלעם איז קיינמאל נישט די זעלבע.
ווייסט איינער די מציאות אנדערש ?
גערעכט אז און די מוסדות איז דא ווי די שרייבסט "חדר עזרה" - אין קרית יואל מהרז"ל "שערי לימוד" און זיי העלפן און די זאכן
דאס אליינס איז טאקע א זאך וואס העלפט א חלק פונעם פראבלעם..
זיי זענען נאר און חדר. און בי בוחרים איז נישט דא אזא זאך וואס די חדר האט, און דעמעלדס ווען מען דארף הילף איז זייער שווער
יעקב זרח האט געשריבן:איז נישטא אין די מוסדות קיין "חדר עזרה" - אין קרית יואל מהרז"ל "שערי לימוד"
וואס דארף דאס באגלייטען אין מיט די יארן אנגעזאמעלס א שיין ביסל עקספיריענס, וועלכע דירעקציע צו נעמען ביי יעדע פראבלעם!
ווי איך האב געהערט דארף דאס ווערן אביסל געפירט דורך זיי ?
קיין שלימות ביי דעם איז כמעט נישט שייך ווייל יעדע נשמה'לע איז אנדערש געפלאכטען און קיין פראבלעם איז קיינמאל נישט די זעלבע.
ווייסט איינער די מציאות אנדערש ?
איך האב אויבן געשריבן, יעדע מוסד האט געוויסע פראגראמען פאר שוואכערע קינדער.
משל למה הדבר דומה? איינער וואס האט א הארץ פראבלעם, און גייט אריין אין עפעס א לאקאלע שפיטאל וואס האט גאנץ פיינע דאקטורים, גראדע האבן זיי אויך א הארץ אפטיילונג, און דער מענטש גייט דארט אריין מיט׳ן גרעסטן רואיגקייט ״איך גלייב אז די מומחים אין דעם שפיטאל וועלן מיר שוין זאגן צו איך באלאנג דא אדער נישט״.
ווען מען וועט אבער אנרופן א מעדיצינישער מומחה וועט ער שרייען: ביסט משוגע? פאר הארץ פראבלעמען גייט מען צו .....! גיי יעצט ארויס פון דעם שפיטאל.
א מענטש פון דרויסן וועט נישט פארשטיין: וואס ביסטו א אויבער חכם? האסט א שפיטאל נעבן דיין הויז, גיי אהין און פארטיג.
די פראגראמען פון די מוסדות טוען מעגליך דאס מאקסימום לויט זייער ערפארונג, אבער עס זענען דא פילע סארט פראבלעמען און ספעציעאליסטן, פילע סארט מהלכים אין טעראפי, פילע סארט מהלכים אין דייאגאנזען וואס די פראבלעם איז.
וויאזוי ווייסט מען צו מען איז ביי די ריכטיגע פלאץ פאר׳ן ריכטיגן פראבלעם, און צו די גאנצע ארבעט און געלט גייט נישט לריק ולבטלה?
איינער האט מיך מעורר געווען ווי טיף די פראבלעם גייט:
ביי טעראפי מוז מען מיטארבעטן מיט׳ן טעראפיסט צו באקומען די בעסטע רעזולטאטן, מען מוז אים געבן צוטרוי און ווייזן עפרישיעישאן, אים האלטן אינפארמירט מיט די רעזולטאטן, אז די טעראפיסט זאל קענען אריינלייגן זיין גאנצע הארץ און געפיל.
וואס טוט מען ווען די עלטערן ברעכן צוזאם און שפירן אז די וועלט ענדיגט זיך זיי? עס רירט זיך נישט!
דער טעראפיסט טרייט מסביר צו זיין אז אלעס דויערט צייט, און ער איז בעצם גערעכט. אבער ווען מען ווייסט אז מען איז אין די ריכטיגע פלאץ איז א האלבע צרה, מען גארטלט זיך אן מיט געדולד און מען ווייזט ארויס צוטרוי.
אבער ווען מען פאלט אריין צו א פלאץ, און מען האט נישט קיין אההנונג צו מען טוט בכלל גוט, מען האט נישט צו וועמען צו רעדן חוץ צו די איינגעשטעלטע דארט, און די מלמד.
דער טעראפיסט וועט זייער שנעל פילן די אומצוטרוי, און דאן הייבט זיך אן א ברוגז טאנץ, ווען דאס קינד איז אינמיטן.
״מזל מידיע״ האט זייער גוט געזאגט:
מען דארף אזאנס פונקט ווי מען האט געדארפט הצלה ווען עס איז געגרינדעט געווארן בשעתו תשכ"ח צי ווען.

קאט האט געשריבן:sukoss האט געשריבן:l"
צוליב דעם דארף מען פראבירן צו באקומע א אינדעפענדט עוועליועישן, פון איינער וואס טוהט נאר דאס, און געבט נישט די סערוויסעס, ווי למשל א SCHOOL PSYCHOLOGIST וואס קען געווענליך ארומנעמען די גאנצע היקף, פון ACADEMIC, SOCIAL , EMOTIONAL
איז דא איינער וואס האט מער אינפארמעישאן אין די אפסטעיט געגענט (מאנסי - קרית יואל ) פון א גיטע אינדעפעינדענס עוועליוועיטער, פאר א קינד וואס קיקט אויס ער האט סענסערי פראבלעמן, און אויך אפשר עמאשענאל אישוס (שטארקע טרויעריקייט - האקעל - פראסטרעטד).
אין קען מען באקומען אזא זאך פאר מעדיקעיד אינשארענס ווי למשל פידעיליס.
און ווען מ'גייט נישט דורך אינשארענס וויפיל דארף עס קאסטן
עס איז דא אבער היבש טייער עס איז דא מארק בעניס. אבער בכלל איז אלעמאל כדאי עס איבערצושמועסן מיט רעליף אדער עקא

זייער מעגליך דיין קינד ׳האט נישט׳ קיין ׳פראבלעם׳... אמאל האבן ׳מיר׳ א פראבלעם מיטן קינד׳ס ׳נאטור׳!
׳סענסעטיוועטי׳ בכלל איז א נאטור וואס געוויסע האבן דאס אסאך און געוויסע ווייניג (איך רעד נישט פון ׳סענסארי פראסעסינג דיסארדער׳ און אויך נישט דאס וואס מענטשן רופן סענסעטיוו איינער וואס באליידיגט זיך שנעל).
די היינטיגע ענוויירמענט און סיסטעם ווי די קינדער וואקסן אויף איז זייער שווער פאר א סענסעטיווע ׳נאטור׳... די ערשטע עצה איז ״מאך נישט דעם קינד פאר א פראבלעם״! (איך רעד פון עקספיריענס..)
Graphic24 האט געשריבן:קאט האט געשריבן:sukoss האט געשריבן:l"
זייער מעגליך דיין קינד ׳האט נישט׳ קיין ׳פראבלעם׳... אמאל האבן ׳מיר׳ א פראבלעם מיטן קינד׳ס ׳נאטור׳!
׳סענסעטיוועטי׳ בכלל איז א נאטור וואס געוויסע האבן דאס אסאך און געוויסע ווייניג (איך רעד נישט פון ׳סענסארי פראסעסינג דיסארדער׳ און אויך נישט דאס וואס מענטשן רופן סענסעטיוו איינער וואס באליידיגט זיך שנעל).
די היינטיגע ענוויירמענט און סיסטעם ווי די קינדער וואקסן אויף איז זייער שווער פאר א סענסעטיווע ׳נאטור׳... די ערשטע עצה איז ״מאך נישט דעם קינד פאר א פראבלעם״! (איך רעד פון עקספיריענס..)
מרדכי וויינבערגער אין זיין ביכעל אוןם בכלל זיינע שמועסן אויף קול מבשר ענדיגט ער ביי רוב פון זיינע מעשיות אז די עלטערן דארפן זיך ערשט לאזן העלפן און נאכדעם זעהט מען אליין אין וועלכע מצב די קינד געפינט זיך און ווי אזוי מען קען אים העלפן!
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
sukoss האט געשריבן:קאט האט געשריבן:sukoss האט געשריבן:l"
צוליב דעם דארף מען פראבירן צו באקומע א אינדעפענדט עוועליועישן, פון איינער וואס טוהט נאר דאס, און געבט נישט די סערוויסעס, ווי למשל א SCHOOL PSYCHOLOGIST וואס קען געווענליך ארומנעמען די גאנצע היקף, פון ACADEMIC, SOCIAL , EMOTIONAL
איז דא איינער וואס האט מער אינפארמעישאן אין די אפסטעיט געגענט (מאנסי - קרית יואל ) פון א גיטע אינדעפעינדענס עוועליוועיטער, פאר א קינד וואס קיקט אויס ער האט סענסערי פראבלעמן, און אויך אפשר עמאשענאל אישוס (שטארקע טרויעריקייט - האקעל - פראסטרעטד).
אין קען מען באקומען אזא זאך פאר מעדיקעיד אינשארענס ווי למשל פידעיליס.
און ווען מ'גייט נישט דורך אינשארענס וויפיל דארף עס קאסטן
עס איז דא אבער היבש טייער עס איז דא מארק בעניס. אבער בכלל איז אלעמאל כדאי עס איבערצושמועסן מיט רעליף אדער עקא
ווערט איז דער מארק בעניס? קען ארבעטן מיט א 7 יעריך קינד וואס קען נאר אידיש?
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום זונטאג אפריל 29, 2018 7:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 25
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm
עס איז דא נאך א נקודה, וואס דאס מאכט א גרויסע צעמישעניש.
די עקספעקטעישן איז אז מוויל יעדע זאך "פיקסן", די מציאות איז אבער אז עס איז דא אסאך זאכן וואס מ'קען נישט פיקסן, דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט, נאר מ'דארף מאכן זיכער אז די קינד זאל קענען מצליח זיין כפי ערך מיט זיין שוועריקייט.
לדוגמא, עס איז דא קינדער וואס האבן א רידינג דיסאביליטי, וואס אזא קינד וועט עלפדה"ט קיינמאל נישט ליינען אזויווי א געווענליכע קינד, וואס מ'קען יא טוהן איז מאכן די קינד מצליח זיין מיט זיין שוועריקייט, מ'קען איהם גיבן אסאך הילף אין קריאה מקען נוצן די מהלך פון ר' שאול קליין ועוד ועוד.
וואס געשעהט אבער אויב די גאנצע פאוקאוס איז צו "פיקסן" די קינד, ערשטנס פארלירט מען טייערע צייט וואס מ'וואלט געקענט נוצן פאר זאכן וואס ארבעט יא,
צווייטנס די קינד ווייסט וואס מ'ערווארט פון איהם, אבער ער קען עס נישט צושטעלן, און דאס צוברעכט איהם אז אפילו אנדערע זאכן ווי למשל קענען אויסעווייניג וועט ער אויך נישט וועלן טוהן.
דריטנס אויב עלטערן ערווארטן אייביג נאר צו "פיקסן" ,איז ווען מ'איז נישט מצליח אין חדר ,לויפט מען צו אלע אלטערנאטיווע זאכן, וואס מ'קען קיינמאל נישט פראווען פארוואס און ווען ס'העלפט אויב ס'העלפט, און די טאטע ליינט די עדווערטייזמענט אז מקען פיקסן די פראבלעם לויפט ער אהין , און אסאך מאל הכסף יכלו והם לא יכלו, מיט תירוצים אז אט אט גייט מען שוין זעהן ווי ס'ארבעט.