קרייסלער האט געשריבן:ווי אזוי איז מעגליך איז אין אמעריקא וואס בעפארציגט פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע זאל מען איינטיילן וואס מדארף לערנען אין שולע
?
כקען פארשטיין אז מדארף לערנען די שפת המדינה, כהער, אבער סייענס? אויף וואס ארויף
פיין ווילסט נישט געבן קיין געלט פאר אזא שולע העמיר זיך אן עצה געבן אבער צווינגען וואס צו לערנען איז א קלארע פארלעצונג פון די שמייליגע קאנסטוטוציע
וויסן זאלט איר. דער ענין איז שוין ברייט ערקלערט געווארן אינ'ם אלטן אשכול "לימודי חול בבתי חינוך"
viewtopic.php?f=6&t=27477די תשובה אויף דיין שאלה בקיצור; מיר האבן א ברירה צו זאגן אז עס איז קעגן אונזער רעליגיע צו לערנען לימודי חול, און מיר קענען זיך שלאגן אויף עוועלושען וכדו'. אבער בכלליות הענין, אויב א סקול טענה'ט אז זיי לערנען יא לימודי חול , איז דער אחריות פונ'ם גאווערנמענט צו פארזיכערן אז דאס איז אויף א גוטע קוואליטי. וממילא שטעלן זיי סטאנדארטן וואס מען דארף דעקן, און זיי דארפן דאס ענפארסן, אזויווי יעדע אנדערע חוק.
סייענס, מיינט נישט עוואלוציע, נאר סייענס מיינט די פראצעדור וויאזוי מען טוט דורך אן ענין
הי לך פון וויקיפעדיע
Science (from Latin scientia, meaning "knowledge")[2][3]:58 is a systematic enterprise that builds and organizes knowledge in the form of testable explanations and predictions about the universe.[a]
און דאס מאכט סענס אז מען זאל דאס מחייב זיין צו לערנען.
נישט נאר דאס, נאר ביי די פרעזענטאציע וואס פראפעסערקע שיק האט געמאכט פאר די DOE 2 יאר צוריק , האבן זיי אפיציעל גע'טענה'ט אז מיר דעקן די מהלך פון סייענס בעת מיר לערנען גמרא.
וכמובן מיינט דאס נישט אז די סטעיט וויל נישט זיכער מאכן אז עס ווערט טאקע געדעקט!
לויט די נייע געזעץ, איז גרינגער אז מען זאל זיך רעכענען מיט די לימודי קודש גמרא פאר דעם. אבער עס דרייט אונז נישט ארויס פון לערנען דעם ענין.
יא, מיר האבן די ברירה צו זאגן אז דאס איז קעגן אונזער רעליגיע, אבער דאס איז נישט די שטעלונג פונ'ם יהדות אינ'ם איצטיגן מאמענט.
אני לא כ''כ שרייבער, ואתכם הסליחה