אנעים זמירות האט געשריבן:כא כא כא האט געשריבן:איך וויל נאר וויסן צי ווען איינער גייט אראפרייסן און מאכן ליצנות פון די היינטיגע אדווערטייזמענטס, ווי למשל ווי א טאטע דייווט אריין אין א יואגערט... און ער גייט זיי אנרופן עקלהאפטיג.. גייט מען אויך זאגן ''נא... וויאזוי רעדסטו אויף דיינע ברודער'' ????....
עס איז גאנץ אנדערש ווען מען שפעט אפ פון א קאנצעפט ווי ווען מען שפעט פון יודען שומרי תומ"צ וועלכע האבען נישט פונקט דיינע עמפינדליכקייטען.
דער פה"א איז לדעתי גרויליג און שטינקט פון גאוה. בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער כותב וויל, הלמאי צי זענען נישט פארהאנען קיין כניאקישע בוקעס אדער יודען ת"ח ויר"ש וועלכע גייען צו האטעלס?
נאר וואס ביי דעם פוה"א איז דאס זיך נישט מישען אן עיקר גדול אין יודישקייט, און ביים האטעל גייער נישט. איז וואס? האט ער דעם רעכט צו רעדען אזוי מיאוס אויף זיי?
אז דו ווילסט שרייען, זיי מוחה אויף דיינע אייגענע עבירות - און ביטע רעד מיך נישט איין אז דיין איינציגסטע עבירה איז שקר אום יוה"כ ווען דו זאגסט על חטא.
צו מאכען קלאר, ווען איינער איז עובר אויף הלכה איז גאנץ אנדערש. אבער ווען עס איז בלויז אז ביי יענעם איז נישט הייליג וואס ביי דיר איז יא הייליג, וואספארא רעכט האט מען אזוי מיאוס צו באטיטלען אנדערע יודען?
ווי זאגט נאר דער גמרא, עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך.
איך זעה ביז זייער זייער בייז אויב איינער שרייבט אנדערש ווי די האלסט מען דארף שרייבן
בכלל האב איך הנאה אז ביז טאקע מוחה נאר אויף די אייגענע עבירות, יענמס עבירות ביזט נישט מוחה
יא יא יעדער איז א קנאי די שאלה איז נאר וואס עס טוט וויי
צום ענין רילי סארי מישען איז די לעצטע פראבלעם וואס איז האב דא, עס קוקט אויס ווי די לעבסט אין דיין וועלטל, די האסט א שכן א ערליכער ליטוואק וואס גייט אין האטעל, אין די מיינסט איך רעד פין אים, ר' איד עס איז דא א גרויסע וועלט חוץ דיין שכן קום ארויס פין דיין באקס, אין איך האב נישט באהנדעלט די נושא פין האטעל פסח בכלל, איך האב באהנדעלעט א געוויסע סארט עלימענט וואס לכבוד פסח איז עס געווען זייער האטעל פארן
פאר אלע קנאים אין סיקריקים וואס זענען מוחה אויף דעי שנאת ישראל וויל איך זאגן איי אים הער טו סטעי אין בעזר השם גייט מען דעי מעקאפ פנים פין די נבלות סרוחות פיין אויפדעקען, כלל ישראל האט שוין יוצא געווען די והותר פין השכלה