בראשית ברא האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:dinrap האט געשריבן:שטאלצער יוד האט געשריבן:צדקת יוסף.jpg
ערשט געזעהן די פאסטער יום ד' אינדערפרי.
איי געס אז איך האב פארשפעטיגט.
שוין, וועל איך מוזען עסען די שאלה'דיגע עופות וואס מיין טאטע, זיידע, און עלטער זיידע האבען געגעסען.
ויאכלו ענוים וישבעו.
א כשר'ן פסח טו אלל.
דיין טאטע זיידע און עלטער זיידע האבן אויך געגעסן טשאקלאד, מיינט נאכנישט אז די קענסט עסן טשאקלאד פון יעדע גויאישע קאמפעני. אז די קאמפעניס האבן זיך גענומען מישן טשיקנס מיט כל מיני עופות, מאכנדיג אייגענע רעסעפי'ס דערין, איז דאס אבי געשריבן אז דאס איז די זעלבע טשיקען וואס דיין זיידע האט געגעסן.
אפגערעדט אז דיין זיידע האט געגעסן גאר אן אנדערע טשיקן. ושוב אין כאן המקום להאריך, וכבר נתברר יסודות הדברים באשכול הדין.
פארוואס זאגסטו אזעלכע זאכן, מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי
איך וויל מיך דא בכלל נישט נאכאמאל אריינלאזן אין די נושא. אבער אין איין ווארט, אמאל איז די עיקר שחיטה דא געווען אנדערע סארט טשיקענס, א שטייגער ווי די בארעד ראק, די פליימעט ראק וואס איז אויך א ווייסע טשיקען (א שיינע ווייסע טשיקען מיט א שיינע כרבולת, וואס אונזערע אלע זיידעס געדענקן ביי די כפרות א טשיקען מיט א שיינע כרבולת, אנדערש ווי אונזערע טשיקענס וואס האט כמעט נישט קיין כרבולת), ראוד איילענד רעד, ניו העמפשער, דאס אלעס זענען געווען די עיקר טשיקענס וואס מען האט געניצט. די קורניש איז אריינגעקומען סאך שפעטער, שוין אפגערעדט פון דעים אז אינדערהיים האט מען קיינמאל קיין קורניש נישט געשחט'ן. אינדערהיים האט מען געשחט'ן אזעלכע טשיקענס וואס זענען ענליך צו די לעג הארן, ראוד איילענד, ניו העמפשער, אונגארישע הינער וכו', פון די סארט משפחה.
פאר עטליכע יאר צוריק האט הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א אב"ד סעליש קרית יואל אינוועסטעט אסאך געלט צו שאפן הינער פון אונגארן, און געוואלט קובע זיין א מסורה אויף די הינער, ער האט גובה עדות געווען בפני מורה הוראה דק"ק קרית יואל (דאכט זיך אז הרה"ג ר' געציל איז אויך געווען פון די וואס האבן גובה עדות געווען), מען האט גובה עדות געווען פון עטליכע שוחטים פון דער אלטער היים און פון אמאל, בתוכם ר' לעמל לאנדא ז"ל, ר' עזריאל גליק ז"ל און נאך עטליכע, זיי האבן אלע עדות געזאגט אז אזא סארט עוף ווי די אונגארישע הינער פלעגט מען שחט'ן, און דאס איז די זעלבע משפחה פון די ראק, ראוד איילענד, ניו העמפשער, לאקענוועלדער (הגם שבלאקענוועלדער יש מפקפקים מפני הרגליים בצבע גרעי ועוד), אז דאס איז געווען די סארט האן וואס מען פלעגט שחט'ן אין דער אלטער היים און אין אמעריקע ביז אין די אנפאנג מ' יארן וואס די קאמפעניס האבן אויסגעשטעלט אז עס זאל בעיקר זיין צו באקומען אין די רבבות די סארט קורניש. (ער האט אינוועסטעט אין דעים אסאך געלט, אבער מען וואלט געדארפט אינוועסטירן נאך שווערע געלטער אז דאס זאל זיין אזא סארט טשיקען וואס מען זאל קענען שחט'ן לאלפים ולרבבות, סיי וויבאלד עס ווערט רעדי צו שחט'ן בלויז נאך א יאר צוויי און נאך אזעלכע סארט סיבות)
על כל פנים, ווי געזאגט איך וויל נישט יעצט אריינגיין צו שטארק דא נאכאמאל, ווייל אויב די ווילסט נישט וויסן דעים אמת, קענסטו פשוט נאכאמאל אין נאכמאל איבערחז'רן אז "איך עס די זעלבע עופות ווי מיין זיידע", חזר איבער די ליגנט איינמאל און נאכאמאל ביז די וועסט דאס שוין אליין גלייבן, אויב אבער ווילסטו וויסן דעים אמת, און די דעת תורה (וואס על פי דעת תורה האמתית שלא על פי דעת בעל הבית, איז דא אזא סארט מציאות אז אן עוף זאל אריינקומען פאר א שיינע פאר יאר און שפעטער זאל נתברר ווערן אז דאס איז נישט גיט, כפי המבואר לעיל מכמה ספרי הפוסקים, אז עס איז נישט שייך ביי דעים קיין הוצאת לעז, מחמת כמה טעמים), איז אויב ווילסטו קענסטו נאכאמאל איבערחזרן די ליגנט, אבער אין פאקט גייט דאס גארנישט טוישן, און עס בלייבט די מציאות אז אמאל איז געווען אן אנדערע סארט טשיקען.
אונזערע טשיקענס איז וויאזוי די זאלסט נישט דרייען, בכלל נישט די זעלבע טשיקען וואס דיין טאטע זיידע און עלטער זיידע האבן געגעסן, סיי צוליב די געמישאכטס וואס ווערט כסדר אריינגעמישט אין די טשיקענס און עס טוישט זיך כסדר א.ג. "פארבעסערונגען" ביי די טשיקענס, און סיי צוליב וואס אמאל איז נישט געווען די סארט טשיקען אין די מארקעט, און אוודאי איז דאס נישט געווען די עיקר טשיקען.