רוח נכאה האט געשריבן:וואס איז דער גרויסער חס ושלום
הרה"ק רבי צבי הירש הכהן מרימנוב זי"ע איז געגאנגען אויף די ציון פין זיין רבי הרבי רבי מנדל זי"ע. די היילגיע תולדות יעקב יוסף איז געגאנגען אויפן ציון הבעש"ט הק' זי"ע. הגאון ר' שלמה קלוגער והגאון ר' יוסף שאול נאטענזון זצ"ל ברענגען אז אין טשערנאביל גייען כהנים אויפן ציון פין הרה"ק המאור עינים זי"ע, אויך ווערט דאס געברענגט אויפן ציון פין הרה"ק הבית אהרן. די אגרא דכלה ברענגט המנהכ בארץ ישראל שהכהנים הולכים על קברי צדיקים. הגה"ק משינאווא האט עוקר געווען דער מנהג. אבער הרה"ק מקאמארנא זי"ע וכן צדיקי בית זידיטשוב נחזיקו במנהג. אין איינער וואס פארט ארים אין די מקומות הקדושים א כהן כמעט ואינו שייך שיהיה נזהר בזה ואכמ"ל
כ'גיי נישט אריין אין די קראנטקייט פון די אלע שמועות וואס דו שרייבסט
אבער ס'יז א טעות מיסודו, ווייל די אלע דערמאנטע צדיקים ליגן אין צענטער פון א בית החיים, איז אפילו נניח אז קברי צדיקים אינם מטמאים, ווי אזוי מעג מען זיך מטמא זיין צו די אלע קברים וואס מען דארף אריבער גיין ביזן אנקומען צום קבר פונם צדיק, [און די אלע קברים ארום זענען פון פשוט'ע מענטשן], בפרט כהיום וואו ליידער איז רובם ככולם נישטא קיין זכר פון קיין מצבות, און מען ווייסט נישט גענוי וואו ס'איז דא א קבר און וואו נישט, [און וואו ס'איז יא דא איז עס עפ"י רוב צוריק געלייגט נאך די מלחמה מהשערה נישט פונקטליך] איז זיכער נישטא קיין שום היתר פאר א כהן צו גיין אויף קברים
און איך ווייס קלאר אז תולדות אהרן רבי שליט"א ווען ער פארט אויף מקומות הקדושים אין יוראפ, גייט ער נישט צו נענטער וואו כהנים מעגן גיין,
[עס ווערט אויך דערציילט אויפן תפארת שלמה, ער האט געהאט א שטיבל אינטן פונם בית החיים אין ליזענסק, און דארט איז ער געזעצן גאנץ חודש אלול, אבער ער איז נישט ציגעגאנגען נאנט צום ציון]