קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 1338 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

בס"ד

פר' ויחי




זונטאג:

צופרי האט מען געזען די אפענע ניסים ביים ציון הק' ווי עס איז שוין באריכטעט געווארען באריכות אין די שפאלטענעס פון די "קערעסטירער טאג בוך" ביי די ספעציעלע "חנוכה בצל הקודש נייעס״
viewtopic.php?p=1584630#p1584630
און מען האט בע"ה אלעס צוריקגעשטעלט על צד היותר טוב גלייך צופרי.

איבער'ן טאג האט זיך ספעציעל אנגעזעהן עטליכע חבורות וועלעכע זענען געוועהן אויפן וועג לפקוד ציון הק' של הרה"ק מ'שינעווע זי"ע לרגל די יארצייט, ו' טבת.



מאנטאג:

עס איז געוועהן אביסעל א שטילערע פארמיטאג, נאכמיטאג איז געקומען א חבורה בחורים פון א"י, צווישען די געסט האט זיך אנגעזעהן הרב ר' יעקב ראזנשטיין שליט"א פון ב"ב חבר וועד מבצר התורה מטה בנימין, נאכען סועד זיין זענען די געסט געבליבען נעכטיגען אין דעם "בנין הכנסת אורחים".



דינסטאג:

צופרי פאר שחרית זענען אנגעקומען צוויי חבורות, פון לאנדאן און פון ניו יארק, נאך א דערהויבענע תפילת שחרית, איז סערווירט געווארן א ברייטע פת שחרית, אויך האט היינט באזוכט הרבני הנגיד מו"ה ר' חיים צבי גרויס הי"ו נכד רביה"ק זי"ע,

פארנאכט'ס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב.

כחצות הלילה איז געוועהן נאך א מנין מעריב ובתוכם הרה"ג ר' שמואל דוד ווייזער שליט"א אב"ד נייפעסט-וומסב"ג וואס האט געהאט יענעם טאג יארצייט,

באישון לילה ( 2:30 פארטאגס) איז אנגעקומען א פרישע חבורה פון לאנדאן ווי מען האט זיי סערווירט א ווארעמע סעודה כיד המלך.

והבא הכתוב השלישי, א האלבע שעה שפעטער בערך 3:00 פארטאגס איז אנגעקומען נאך א חבורה פון חסידי וויזשניץ, און כמעשיהו בראשונה כך מעשיהו בשני', עס איז פאר זיי סערווירט געווארן א ווארעמע סעודה כיד המלך. עס איז געבליבען נעכטיגען א גרויסער ציבור אין דעם "בנין הכנסת אורחים".



מיטוואך:

צופרי איז געוועהן א גרויסע מנין שחרית נאכפאלגענדיג מיט א סעודת פת שחרית.

איבער'ן טאג זענען געוועהן מערערע באזוכער פון ציריך-שווייץ, לאנדאן, אנטווערפען אא"ו, אלע געסט האבען סועד געווען. געדאווענט מנחה און מעריב, און דערנאך געבליבען אויף לינת לילה אין די הערליכע בנין שע"י הכנסת אורחים.

אינמיטען נאכט איז אנגעקומען נאך א חבורה פון אנטווערפען און פון לאנדאן וואס האבען געדאווענט מעריב אין קוויטל שטוב און נאכדעם סועד געוועהן.
אטעטשמענטס
image003.jpg
image003.jpg (30.89 KiB) געזען 1335 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג-עשרה בטבת:

צופרי איז געוועהן א גרויסע מנין שחרית-סליחות אין קוויטל שטוב, דורך די אידן וואס האבען גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט, בנוסף נאך א חבורה וואס זענען אנגעקומען באשמורת הבוקר.

נאכען דאווענען איז געוועהן צוגעגרייט צידה לדרך פעקלעך בהרחבה צו קענען אויספאסטען אינטערוועגענס.
אטעטשמענטס
image005.jpg
image005.jpg (35.8 KiB) געזען 1272 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאך מנחה מעריב איז שוין געוועהן גרייט א ברייטע אויספאסטען פאר אלע געסט, און נאכדעם האט מען ארויסגעברענגט פרישע ווארעמע נאכטמאל, שפעטער איז אנגעקומען א חשובע חבורה פון ווינא-עסטרייך, בתוכם הרב ר' נפתלי גרינצוויג שליט"א ר"מ בישיבת עיר ווינא, ובנו הרב ר' נחום דוב שליט"א ראה"כ מחזיקי הדת, ווי מען האט זיך געשטעלט א צווייטע מנין מעריב און נאכדעם אויסגעפאסט.

כחצות הלילה איז אנגעקומען א חבורה פון לאנדאן און פון געיטסהעד, און א גרויסע עולם איז געבליבען נעכטיגען אין דעם בנין שע"י הכנסת אורחים



עש"ק-שב"ק

די עסקנים זענען אהיים געפארען אויף שב"ק. עס זענען נישט געוועהן קיין געסט איבער שב"ק.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' שמות




זונטאג:

עס איז געוועהן אביסעל א שטילערע פארמיטאג, נאכמיטאג איז געקומען א חבורה פון לאנדאן, מען האט זיי סערווירט א ווארעמע סעודה כיד המלך. נאכען סועד זיין איז געוועהן א מנין מנחה מעריב אין קוויטל שטוב, און אויף דערנאכט זענען אנגעקומען עטליכע אידן פון אמעריקע, וואס נאכען סועד זיין זענען זיי געבליבען אויף לינת לילה
אטעטשמענטס
image007.jpg
image007.jpg (34.56 KiB) געזען 1270 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

אינדערפרי זענען אנגעקומען עטליכע אידן פון לאנדאן בתוכם הרבני הנגיד ר' שלום צבי בערגער הי"ו.

איבער'ן טאג זענען געוועהן פילע באזוכער נאכענאנד, בזמן מנחה מעריב האט זיך געשטעלט א גרויסע מנין, און אויף דער נאכט זענען אנגעקומען נאך 2 חבורות.



דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, און דער שטראם האט אנגעהאלטן במשך דעם גאנצן פארמיטאג בתוך המבקרים האט זיך אנגעזען הרה"ג ר' בנציון קוואדראט שליט"א ר"מ בישיבת באבוב לאנדאן, פארנאכט'ס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב אין קוויטל שטוב.

ביינאכט האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד כ"ק אדמו"ר מ'נאדבורנא-אלעד שליט"א וועלעכע איז געקומען מיט א קבוצה חסידים, צום ערשט איז דער רבי שליט"א אריין צינדען לעכט און דאווענען מעריב אין דעם הייליגן קוויטל שטוב,
אטעטשמענטס
image009.jpg
image009.jpg (29.72 KiB) געזען 1242 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכען ארויף גיין לציון הק' און נאכען זאגען תהילים און שופך שיח זיין בהתעוררות רב איז מען צוריקגעקומען מאכען א לחיים אין די מלוה מלכה שטוב, נאכפאלגענדיג מיט א נאכטמאל פאר אלע אידן.
אטעטשמענטס
image011.jpg
image011.jpg (30.62 KiB) געזען 1242 מאל
image012.jpg
image012.jpg (31.21 KiB) געזען 1242 מאל
image014.jpg
image014.jpg (30.99 KiB) געזען 1242 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שפעטער ביינאכט איז אנגעקומען נאך א גרויסע קבוצה בערך 40 בחורים פון ישיבה וכולל "עמלים בתורה" פון א"י בראשות די ראשי הכולל הרה"ג ר' טובי' בוקשפאן שליט"א והרה"ג ר' משה בוקשפאן שליט"א, עס איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת ערב מיט א ברייטקייט
אטעטשמענטס
image018.jpg
image018.jpg (34.06 KiB) געזען 1242 מאל
image020.jpg
image020.jpg (40.14 KiB) געזען 1242 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכדעם האט זיך געשטעלט א מנין מעריב אין קוויטל שטוב, און נאכדעם זענען זיי געבליבען נעכטיגען אין דעם בנין הכנסת אורחים.
אטעטשמענטס
image016.jpg
image016.jpg (27.52 KiB) געזען 1241 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

צופרי איז געוועהן 2 גרויסע מנינים שחרית פון די אידן וואס האבען גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט אין דעם בנין הכנסת אורחים. ובתוכם די בחורים פון ישיבת עמלים בתורה, נאך שחרית זענען די בחורים ארויף לציון הק', און נאכען מתפלל זיין איז מען צוריקגעקומען זיך וואשען לסעודת פת שחרית וואס איז אהערגעשטעלט געווארען לשביעת רצון פון אלע געסט.

איבער'ן טאג זענען געוועהן אידן פון וויען, דייטשלאנד, א"י, קאנאדא-טאהש ווי די אידן האבען פארברענגט אין דעם הייליגען חצר עטליכע שעה, געלערענט, מתפלל געוועהן, און געגעסען, און נאכדעם ארויף געגאנגען לציון הק' זיך אויסבעטען אלעס גוטס.

נאכמיטאג איז געקומען א קבוצה פון איבער 50 אידן ווי צום ערשט האט מען געמאכט א מנין מנחה אין קוויטל שטוב. און נאכדעם זיך דערקוויקט די הארץ מיט פרישע מזונות און קאווע

פארנאכט'ס איז אנגעקומען, די אישפצין'ע ישיבה פון ירושלים עיה"ק בראשות דעם ר"י הגה"צ ר' מנחם ווייס שליט"א, ווי מען האט צוערשט געמאכט א מנין מנחה און מעריב, און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט פאר זיי אין א באזונדערע צימער א סעודת ערב, און נאכען פארברענגען א משך זמן זענען זיי ווייטער געפארען, און די אנדערע געסט זענען געבליבן אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.
אטעטשמענטס
image022.jpg
image022.jpg (32.84 KiB) געזען 1239 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דארנישטאג:
צופרי איז געוועהן א מנין שחרית בתוכם הרב ר' משה פריש שליט"א בן המקובל הגה"צ ר' דניאל זצ"ל בעמח"ס מתוק מדבש, איבער'ן טאג זענען געוועהן אסאך משתטחים, פון לאנדאן, מאנטשעסטער, א"י, און אמעריקע ובתוכם הרב יצחק גרינפעלד שליט"א בן הרה"ג ר' מרדכי צבי שליט"א דומ"ץ טשערנאביל ב"ב.
נאכמיטאג האט זיך אפגעשטעלט א חבורה, אידן וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג צו פראווענען שב"ק אין שטאט צאנז, ובתוכם מו"ה ר' חנני יו"ט ליפא רובין הי"ו נכד רביה"ק זי"ע, און ווי אויך זענען אנגעקומען די געסט פון ווינא וועלעכע זענען געקומען לעשות את השבת אין דעם הייליגן הויז.
אינמיטען די נאכט איז אנגעקומען א חבורה סקווירא חסידים פון אמעריקע וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג צו זיין ף כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א אויף שב"ק אין פרעשבורג, ווי מען האט מתפלל געוועהן, און נאכדעם זיך געזעצט צו א סעודה.

עש״ק-שב״ק:

פרייטאג צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית, און איבער די קורצע שעות פון ערב שבת האט מען שיין פלאצירט אלע געסט וועלעכע זענען געקומען זיין שב"ק אין ר' ישעי'לעס הויז, אלע תפילות און סעודות שבת זענען געפראוועט געווארען אויף גאר א געהויבענעם פארנעם מיט א שטארקן התעוררות זייענדיג די ערשטע וואך פון די ימי השובבי"ם.
אטעטשמענטס
IMG_2116.PNG
IMG_2116.PNG (551.92 KiB) געזען 1169 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מוצש"ק:
נאך הבדלה איז געפראוועט געווארען דורך די אלע געסט וועלעכע זענען געוועהן אויף שב"ק בצל הקודש א שיינע מל"מ.
כחצות הלילה איז אנגעקומען א חבורה פון די שטאט דינוב, וועלעכע האבען דארט געפראוועט לרגל די יארצייט פון הרה"ק בני יששכר זי"ע וועלעכע איז געפאלען אויף פרייטאג פר' שמות, י"ח טבת. מען האט פריש צוגעשטעלט פאר זיי א סעודה פון דאסניי
אטעטשמענטס
1.png
1.png (454.48 KiB) געזען 1153 מאל
2.png
2.png (591.42 KiB) געזען 1153 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

און אין די פארטאגס שעות בערך 3:00 איז אנגעקומען נאך א חבורה –מיט בחורים- פון דינוב, ווי מען האט פאר זיי נאכאמאלץ צוגעשטעלט א שיינע מל"מ, צום דריטען מאל, און עס איז אפגעראכטען געווארען מיט א שטארקע געהויבענקייט.
אטעטשמענטס
IMG_2119.png
IMG_2119.png (481.94 KiB) געזען 1152 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' וארא:


זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין, שפעטער איבער'ן טאג איז אנגעקומן נאך א חבורה פון פרעשבורג, סקווירא חסידים, וועלעכע זענען געוועהן אויף'ן וועג אהיים פון שטאט פרעשבורג.

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד כ"ק אדמו"ר מ'סטראזשניץ שליט"א נכד רבינו ובני משפחתו, מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און מעריב, און נאכען סועד זיין איז די רבי שליט"א געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.


מאנטאג:

עס האט באזוכט הרב מאיר יהוסף ראטטענבערג שליט"א נכד רבינו, מיט עטליכע געשוויסטער, עס איז געוועהן א מנין מנחה אינאיינעם מיט די אנדערע געסט בתוכם כ"ק אדמו"ר מ'סטראזשניץ שליט"א וועלעכע האט געוויילט די טעג אין די הייליגע חצר.

נאכמיטאג איז געוועהן א צווייטע מנין מנחה אין קוויטל שטוב נאכפאלגענדיג מיט א מנין מעריב בזמן, און שפעטער ביינאכט איז געוועהן נאך א מנין מעריב, און א גרויס חלק געסט זענען געבליבען שלאפען אין דעם בנין הכנסת אורחים.


דינסטאג:

צופרי איז געווען א מנין שחרית און עס איז געווען אנגעגרייט א ברייטע פת שחרית, נאכמיטאג האט זיך אנגעזעהן צווישען די געסט הרה"ח ר' פנחס עמרם ווייס הי"ו יליד ליסקא, מחשובי חסידי וידידי קערעסטיר אינאיינעם מיט זיינע חשוב'ע אייניקלעך ווי ער האט נאכען מיטדאווענען מנחה און מעריב זיך געזעצט צו א שיינע סעודת ערב, און זיי זענען געבליבען נעכטיגען אין דעם בנין הכנסת אורחים.


מיטוואך:

פארמיטאג זענען געוועהן געסט פון ארץ ישראל, און לאנדאן וואס זענען געקומען מיט זייערע משפחות. עס איז געוועהן א מנין מנחה אין קוויטל שטוב, אין די אווענט שטונדען איז אנגעקומען א קבוצה פון "דרכי ישרים" אנגעפירט דורך הרב מרדכי שיינבערגער הי"ו פון ירושלים עיה"ק די קבוצה -פון בערך 30 אידן- איז געווארען באגלייט דורך הרה"ג ר' יצחק אייזיק שיפף שליט"א נכד רבינו זי"ע וואס האט ביי די סעודה געהאלטן דעם עולם געשפאנט דערציילנדיג סיפורים פונ'ם זיידען ר' ישעי'לע זי"ע און ארויס ברענגענדיג דאס חשיבות פון די המשכה פון הכנסת אורחים אזוי ווי די אמאליגע צייטן, און נאך מעריב זענען זיי געבליבען נעכטיגען אין דעם בנין הכנסת אורחים.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (43.78 KiB) געזען 1149 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
20.jpg
20.jpg (42.74 KiB) געזען 1146 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

איז געווען א גרויס מנין שחרית פון די דרכי ישרים קבוצה ווי הרה"ג ר' יצחק אייזיק שיפף שליט"א האט געהאלטן א ווארימע דרשה פאר קריאת התורה בגודל קדושת המקום. פארנאכטס איז געוועהן א גרויס מנין מנחה און מעריב בזמן.
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (58 KiB) געזען 1145 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שפעטער ביינאכט האט מען אויפגענומען מיט כבוד א גרויסע קבוצה פון קרוב צו 100 אידן פון תלמידי וחסידי סאטמאר פון ב"ב, ובראשם הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, דער עולם האט זיך געזעצט צו שיינע געדעקטע טישן. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט סיפורי צדיקים פון אבותיו הקדושים לבית עצי התמרים זי"ע בשייכות עם רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, און נאכדעם האט אויפגעטרעטען מיט א דרשת התעוררות הרה"ג ר' חיים דוד בלוישטיין שליט"א מגי"ש אין די קהילה
אטעטשמענטס
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (41.76 KiB) געזען 1144 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (41.67 KiB) געזען 1144 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (43.28 KiB) געזען 1144 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דערנאך איז די ציבור אריין אין די הייליגע קוויטל שטוב ווי מען האט געדאווענט א דערהויבענע תפילת מעריב.
אטעטשמענטס
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (46.6 KiB) געזען 1144 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ער"ש-שב"ק:

אינמיטען נאכט איז אנגעקומען –לכ' ליל שישי בימי ה'שובבי"ם- א חבורה פון לאנדאן, און זיי האבן געזאגט תהילים מיט גרויס התעוררות אין הייליגן קוויטל שטוב. באשמורת הבוקר איז מען ארויף צום ציון הק' ממשיך געוועהן מיט תפילות.

פארמיטאג האבען די שליחים בבית רבינו זי"ע איינגעפאקט די סעודות שבת –וועלעכע איז געווארען אפגעקאכט און געבאקען אין די קערעסטירער קאך- וואס איז באשטעלט געווארען פאר א חבורה פון עטליכע מנינים סאטמאר'ע חסידים פון אנטווערפען וועלכע האבן געוויילט אין שטאט אוהעל, בראשות הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א דומ"ץ הקהילה ובעמח"ס אור כי טוב.


מוצש"ק:

נאך הבדלה איז די חבורה פון אוהעל געקומען זאגען ויתן לך אין דעם קוויטל שטוב, בתוך האורחים האט זיך אנגעזען הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א.
אטעטשמענטס
image068.jpg
image068.jpg (33.23 KiB) געזען 1117 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכדעם איז געפראוועט געווארען א גרויסע מלוה מלכה וועלעכע איז אפגעראכטען געווארען אויף א דערהויבענע פארנעם אין די מלוה מלכה שטוב, מיט סיפורי צדיקים האט אויפגעטרעטען הרב ר' אלי' גרויס שליט"א מ'בערבעשט, נכד רביה"ק, און מו"ה משה יצחק פריעדמאן הי"ו מאברכי הקהילה, און מען האט פארברענגט און געזינגען זמירות מיט א שטארקע התעוררות.

שפעט אין מיטן די נאכט איז אנגעקומען א חבורה פון לאנדאן -ווי עס איז שוין א וועכענטליכע ערשיינונג- וואס זענען געקומען ספעציעל צו פארן פראווען מלוה מלכה אין קערעסטיר.
און געבליבען אויף לינת לילה אין די בנין הכנסת אורחים
אטעטשמענטס
image069.jpg
image069.jpg (33.83 KiB) געזען 1116 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' בא:



זונטאג:

צופרי איז געווען א גרויס מנין שחרית ובתוכם הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א הנ"ל חתן כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א , מיט די לאנדאנער געסט וועלעכע האבען גענעכטיגט אין קערעסטיר די נאכט, און עס איז צו געשטעלט געווארן א ברייטן פת שחרית, און עס האט זיך געשטעלט צוויי מנינים מנחה און ווי אויך נאך א מנין מנחה אין כהנים שטיבעל ליד הציון הק'. ביינאכט איז געוועהן פיר מנינים מעריב און עס איז געווען צוגעגרייט סעודת ערב אין אלע שטובער אין "ר' ישעי'לעס הויז" פאר אלע געסט.
אטעטשמענטס
image070.jpg
image070.jpg (43.4 KiB) געזען 1114 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזען 1112 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

מז"ט לנכדי רבינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מטעם הנהלת וועד הכנסת אורחים ד'קערעסטיר אנו מברכים ברכת מז"ט לנכדי רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע
אטעטשמענטס
image072.jpg
image072.jpg (73.37 KiB) געזען 1111 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול




צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”