מסתם א גוטע 5-6 יאר צוריק אויב נישט מער האבן מיר געדארפט עפעס אינסטאלירן פראוויזארישע זאך אין א ביהמ"ד, אזוי ווי יענע ביהמ"ד האט געדארפט סייווי אריבערגיין רענאוואציעס האט מען באשלאסן אז ס'וועט נישט אויסמאכן אז מען וועט אריינלייגן 2 סקרולס אין די וואנט, די 2 לעכער גייט מען דאך סייווי פאררעכטן בקרוב... למעשה האט מסתם געדויערט א 2-3 יאר ביז מ'האט עס ראנאווירט, און ס'האט גאר שטארק געבאדערט פאר'ן רב הביהמ"ד די 2 לעכער.
מה עשה הקב"ה? לעצטענס האבן מיר גערופן א בעל מלאכה צו אינסטאלירן עפעס ביינונז אין דיינונג רום, יענער האט געמאסטן אבער און אהין, געמאכט לעכער מיט סקרולס פאר סימנים, ווייל מ'גייט עס דאך סייווי אוועקשניידן... למעשה האט מען געריקט די גאנצע כוונה, און מיר זענען געבליבן מיט א שיינע פאר סעטס פון 2 לעכער אינעם דיינונג רום! ווי האט יענער געזאגט וואס דו ווילסט נישט מאכן ביי דיר אין דיינונג רום מאך נישט אין ביהמ"ד...
אפאר יאר צוריק זענען מיר געטאנצן מויייירעדיג לעבעדיג ביי א חתונה, ווי די סדר איז פון גרויס התלהבות טאנצן אסאך מאל 'בטעות' אריין איין גרופע אין די צווייטע... אז איינער אט מיר אביסעלע נערוועז געמאכט, און ביי א שוואכע מינוט בין איך געגאנגען און אונטערגעשטעלט א פיסל פאר א יונגעלע, כ'האב גראדע פרובירט צו וואטשען ער זאל זיך נישט צוקלאפן...
מה עשה הקב"ה? אפאר וואכן צוריק האבן מיר ווידער געטאנצן לעבעדיג ביי א חתונה, מיט אפאר בחורים און אפאר יונגעלייטליך, אינמיטן איז פאר איין חכם פייגעבאלן אז יעצט גייט מען שנעל לויפן... זעענדיג דאס האבן מיר באשלאסן אפצופיצן פון דעם רינג אבער דער שכן מיינער איז געווען שטערקער און נישט געוואלט אפלאזן מיין האנט, פלוצלינג פיל איך איינעמ'ס פיס דארט אונטן... און בומפס דער גרויסער ריזיגער טאטע האט זיך בפישוט ידים ורגלים געטראפן אינעם אנדערן עק זאל, צוזעצט און צוביילט וואס כ'פיל עס נאך ביז יעצט! און ווער האט געלייגט דעם פיס? דער חתן פון חתונה הנ"ל!
נאך א מעשה, גראדע נישט אזוי ב'אטעמ'ט און רוב דעטאלן קען מען דא נישט אויסשמועסן, סאו ווער ס'וועט פארשטיין מעג פארשטיין... יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי איינעם אין שטוב, וואס האט אריינגענומען אן עלענדע מענטש צו זיך אין שטוב און אמת'דיג גאר גאר געטריי באדינט, האט זיך געמאכט איינמאל א נישט בא'טעמ'טער עסק מיט יענעם... געדענק איך ווי יענער איז געווען ביזי פארציילן פאר יעדעם ווי שווער דאס איז צו האלטן יענעם.......
מה עשה הקב"ה? יאאאאאארן שפעטער, איז די מענטש זעלבסט געשלאגן געווארן מיט א געוויסע מיחוש וואס אין רעזולטאט דערפון קען זיך נישט יענער קאנטראלירן אויף ממש דעם געוויסן עסק וואס יענער האט יענעם אזוי בארעדט.... וואס האט דאס מיט מיך? דער מסבב כל הסיבות האט צוגעברענגט אז יענער זאל איינשטיין ביי מיר פון צייט צו צייט און ס'איז ביטער שווער, און כ'בעט בתפלה ובתחנונים פונעם באשעפער אז כ'זאל ביישטיין דעם שווערן נסיון!
כ'בין נישט אין הימל, אבער פון צייט צו צייט זעט מען ממש בחוש פונקטליך אקוראט די מדה כנגד מדה...
ביי ביי כ'האב מיך סתם געדארפט אויסבלאזן