ממש אזוי האט געשריבן:איך האלט אויך אז די רעגירונג דא אויף אייוועלט האט א וועג וויאזוי זיך צו מאכן אלס שרים לאלפים ולרבבות. זיי דארפן נישט בפועל ממש שרייבן אזויפיל תגובות כדי אנצוקומען צו דעם ראנג
קענסטעך גיין עס אפציילן..
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ממש אזוי האט געשריבן:תן חיוך האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:איך האלט אויך אז די רעגירונג דא אויף אייוועלט האט א וועג וויאזוי זיך צו מאכן אלס שרים לאלפים ולרבבות. זיי דארפן נישט בפועל ממש שרייבן אזויפיל תגובות כדי אנצוקומען צו דעם ראנג
קענסטעך גיין עס אפציילן..
וואס פארשטייסטו צו א קאנספיראציע...
kosher phone האט געשריבן:1) 3) טראמפ איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד, צוזאמען מיט ביבי און פוטין!
משה כספי האט געשריבן:זייער זיס דאס אשכול... אריינגעכאפט אפ' אביסעלע קנאות אויך...
אגב קאנספיראציעס מיט טעאריעס זענען צוויי באזונדערע זאכן און נאכדעם איז דא א קאנספיראציע טעאריע
וואס פארשטייען מיר צו קאנספיראציעס...
תנו רבנן האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:איך האלט אז ווען נישט וואס טראמפ האט א אידישע איידעם וואלט ער געווען א וויסטער אנטעסעמיט
דאן פארוואס האט ער אים לכתחלה גענומען?
פאקטען האט געשריבן:תנו רבנן האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:איך האלט אז ווען נישט וואס טראמפ האט א אידישע איידעם וואלט ער געווען א וויסטער אנטעסעמיט
דאן פארוואס האט ער אים לכתחלה גענומען?
איך מיין אז קושנער האט גענומען טראמפ פאר א שווער, ווי איידער טראמפ האט אים גענומען..
פאקטען האט געשריבן:תנו, ווען מ'קוואוט צוויי מענטשן שרייבט מען בלשון, אייער..
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אקעי, א געלעכטער אין א זייט, איך גלייב ערנסט אין דעם 'טעאריע', אבער אסאך האבן מיר באשלודיגט אלס א קאנספיראטאר, טא שטעל איך דאס דא אריין, וירא הקהל וישפוט.
די מעשה איז אזוי, ווען די שטאט טעקסאט אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האט אין יאר תקפ"א אויפגענומען די ערשטע אידן אויף איר באדן, איז אין יענע יאר פארגעקומען נאך א רייע פון וויכטיגע געשעענישן איבער דער וועלט, וואס קעגן זיי איז דער אידישקייט באזעצונג אין טעקסאס לכאורה געווען א מינדערוויכטיגער נייעס'ל.
יענעם עשרה בתמוז האט אמעריקע איבערגענומען די שטחים פון פלארידע וואס איז געווען אונטער שפאניע ביז דאן; כ"ח תמוז האט פערו דערקלערט זעלבסטשענדיגקייט פון שפאניע; אין י"ח אלול האבן קאסטא ריקא, גואטאמאלא, האנדורעס, ניקרגואה און אל-סעלוואדאר אויסגערופן פרייהייט פון שפאניע; ראש השנה תקפ"ב האט מעקסיקא אראפגעווארפן דעם שפאנישן יאך פון זיך; און א טאג דערויף האט פאנאמע געטון די זעלבע שריט.
שטעלט זיך די פראגע, וואספארא שייכות האט דאס אז די ערשטע אידן האבן באטרויטן טעקסאס, מיט דעם אז שפאניע האט אזויפיל פארלוירן באלד דערנאך?!
דער אמת איז אז ווען די ערשטע אידן זענען אהין אנגעקומען, איז עס געווען אין די תקופה ווען עס איז געווען דער "תקופת הכיבוש הספרדי", וואס איז אן היסטאריע פאר זיך. די ערשטע אידישע חברה אין טעקסאס זענען געווען רוב פון זיי פון די ספרדישע צפון-אפריקאנער. ערשט שפעטער האט נאכגעפאלגט דער אנקום פון אשכנזישע און מערב אייראפעאישע אידן קיין טעקסאס, בעיקר פון דויטשלאנד.
ביז דא זענען די פאקטן, ווער קען צאמשטעלן מיין טעאריע; אדער ווי מאנכע האבן עס באצייכנט אלס קאנספיראציע?