אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ווען ר' ברוך איז געקומען קיין אמעריקע, האט אים א איד אויף די שיף מעורר געווען אז ער זאל זיך אראפנעמען די בארד, ווייל אין אמעריקע וועט אים זיין שווער זיך איינצוגלידערן מיט א בארד, ר' ברוך האט אים קלאר געמאכט אז ער פלאנט צו בלייבן מיטן בארד, יענער האט געצויגן מיט די פלייצעס און געזאגט נא נא, ווי איינער זאגט א רחמנות אויף דעם איד, נעבעך נישט דער ערשטער...

די ערשטע צייט אין אמעריקע האט ער זיך טאקע ארומגעוואלגערט אן פרנסה, צוליב שמירת שבת איז ער געפלויגן פון איבעראל, נאך א יאר צוויי, האט אים יענער איד פון די שיף געטראפן, זעענדיג אים מיט די בארד, איז יענער איז נתפעל געווארן פון זיין מסירת נפש, האט ער אים גע'עצה'ט צו עפענען אליין א פאבריק, יענער האט אים געהאלפן מיט געלט, און ער האט געפנט א נעקטיי פאבריק (זיין ברודער איז געווארן א שותף) און האט געהאט שיין פרנסה.

א שיינע באשרייבונג פון זיין טאטע הרה"ח ר' אברהם ניסן ז"ל, מיט די גאנצע משפחה ארום, געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד צבי מערץ נ"י) אויב איינער וויל קען איך עס אימעילן (סאיז צו גרויס דא ארויף צו לייגן).
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

moishy56 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ר' צבי און ר' ישראל


ר' ישראל ניימאן ז״ל, איז די טאטע פון:

הנגיד הרה״ח ר׳ פנחס ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

אשת הג''ר אפרים פישל סענדעראוויטש ז״ל
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג
--

האט ער געהאט נאך קינדער?

נאופ
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווער זענען די שלעסער Perfect Locksmith האחים ניימאן נכדי הרה"צ ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

קיקיון האט געשריבן:ווער זענען די שלעסער Perfect Locksmith האחים ניימאן נכדי הרה"צ ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל


קינדער פון ר' ישעי ב"ר יעקב ניימאן א ברודער פון ר' חיים אלכסנדר ז"ל

ר' ישעי' האט געהאט א שול אויף 16טע עוו ביי די 50גער גאסן
ער איז געווען אן איידעם ביי הר"ר יוסף יצחק פרנס ז"ל

דער ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל איז געווען געהויבענער איד א בעל מסירת נפש, ס'דא אסאך צו פארציילן און אן אנדערע געלעגנהייט, דער באקאנטער ערשטער וואן מען בענד פרנס איז זיין אויך אייניקל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פלאחותיך האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ווער זענען די שלעסער Perfect Locksmith האחים ניימאן נכדי הרה"צ ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל


קינדער פון ר' ישעי ב"ר יעקב ניימאן א ברודער פון ר' חיים אלכסנדר ז"ל

ר' ישעי' האט געהאט א שול אויף 16טע עוו ביי די 50גער גאסן
ער איז געווען אן איידעם ביי הר"ר יוסף יצחק פרנס ז"ל

דער ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל איז געווען געהויבענער איד א בעל מסירת נפש, ס'דא אסאך צו פארציילן און אן אנדערע געלעגנהייט, דער באקאנטער ערשטער וואן מען בענד פרנס איז זיין אויך אייניקל

דאס איז גדווען זיין שווער'ס בה"מ אויף 16 ציווישען 55& 56
זיינע קינדער האבען עס ממשיך ביז לעצטענס
היינט איז דארט אלכסנדר כולל

פון ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל האט מען שוין געשמועסט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ווער איז דאס בלומה בת אברהם ניסן אין אויבער ווישעווע
1275.jpg
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

די ארטיקל וואס הרה"ח רדצ"מ נ"י האט אפגעשריבן פאר זיין פאמיליע פונעם זיידן הרה"ח ר' אברהם ניסן ז"ל.

https://db.tt/qykHEvTe
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

איך קען נישט גלייבן איך כהאב קיינמאל ביז היינט געזען די אשכול!!! איך בין א ניימאן אייניקעל אין איך הייס אברהם ניסן, ווער עס קען שרייבען נאך אדער נאך פיקשערס וואלט איך זייער אפרישיעט אין ישר כח תרנגול אין יראפ אין יעדער !
לעצט פארראכטן דורך אנפין נהירין אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 4:40 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

That file isn’t here anymore
Someone might’ve deleted the file or disabled the link.
Learn more


צווייפעל האט געשריבן:די ארטיקל וואס הרה"ח רדצ"מ נ"י האט אפגעשריבן פאר זיין פאמיליע פונעם זיידן הרה"ח ר' אברהם ניסן ז"ל.

https://db.tt/qykHEvTe
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יוראפ האט געשריבן:ר' צבי און ר' ישראל

צו אנמערקן איבער ר' הערשל ניימאן ז"ל'ס נוסח המצבה
ר' הערשל איז געווען זייער נאנט מיט יבלח"ט וויזניצער רבי שליט"א (זיי פלעגן לערנען בחברותא אינאיינעם), און אזוי אויך איז ער געווען שטארק מקורב מיט'ן מאטערסדארפער רב זצ"ל.
ווען ר' הערשל איז נעבעך אוועק אינעם עקסידענט אין חודש שבט תשי"ב, האט דער מאטערסדארפער רב זצ"ל אפגעשריבן א גאנצע נוסח המצבה מיט שבחים וואס מ'זאל שרייבן אויף ר' הערשל. ווען דער וויזניצער רבי האט דאס געזעהן האט ער געהייסן לייגן דעם גאנצן נוסח אין א זייט און געזאגט אז מ'זאל שרייבן בלויז די ווערטער "ירא ה' באמת" - דריי ווערטער וואס צייגט קלאר וואס ר' הערשל איז געווען, בבחינת כל המוסיף גורע... און אזוי האט מען טאקע געשריבן.
אטעטשמענטס
IMG_0263.JPG
IMG_0263.JPG (136.74 KiB) געזען 4613 מאל
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ר' הערשל ניימאן ז"ל
אטעטשמענטס
Reb Hershel Neiman.jpg
Reb Hershel Neiman.jpg (171.61 KiB) געזען 4612 מאל
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

דער אבי המשפחה רבי אברהם ניסן ניימאן
און זיין מצבה אין מיטל-ווישעווע
אטעטשמענטס
Reb Avrum Nisen Neiman.JPG
Reb Avrum Nisen Neiman.JPG (35.9 KiB) געזען 4605 מאל
מצבה.JPG
מצבה.JPG (46.46 KiB) געזען 4605 מאל
הנותן לשכוי בינה...
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

ניימאן - ווערצבערגער, וועלכע ווערצבערגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ווי באקאנט איז דא א לעגענדע אז משפחת ניימאן'ס ארגינעלע נאמען איז געווען ווערצבערגער, און איין זיידע וואס איז געווען כמו באנקיר מ'האט ביי אים באהאלטן געלט, ער איז געווען א באגלייבטער - נאמן (ליינט: נעמאן) ועל שם זה האט זיך עס געביטן צו ניימאן, ווער איז דאס געווען דער זיידע ר' אברהם ניסן' דער לעצטער אדער זיין פאטער ר' משה אדער נאך פריער?
און וואס איז די פונקטליכע מעשה, אזוי ווי איך שרייב דא?

בעיקר וויל איך אויפברענגען א פראגע, וואס איך געדענק שוין נישט פון וועם כ'האב עס געהערט, אז אין וויזניץ מאנסי איז כהיום דא א משפחת ווערצערגער וואס ווייסן (האבן אזוי מקבל געווען פון זייער'ס א זיידע) אז זיי זענען אונזערע קרובים, אייניקלעך פון דעם ארגינעלע משפחת ווערצבערגער

און ליינענדיג דעם אשכול וועגן די יכולת דורך DNA צו טרעיסן א בן אחר בן
למשפחותם לבית אבותם

האב איך געטראכט אז מ'קען נעמען א ווערצבערגער און א ניימאן אייניקל בן אחר בן און באשטעטיגן די השערה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

כהיום זענען די וויזשניצע ניימאן און ווערצבערגער משפחות זיכער איינס...

(איך און נאך אסאך חברים דא אויפן וועלטל זענען לעבעדיגע עדות...)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

פארוואס לעגענדע ? זייער קראנט

ר' אברהם ניסנ'ס טאטע האט געהייסן ר' משה ווערצבערגער ע"ה.

ר' משה איז געווען א נאמן.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

צווייפעל האט געשריבן:פארוואס לעגענדע ? זייער קראנט

ר' אברהם ניסנ'ס טאטע האט געהייסן ר' משה ווערצבערגער ע"ה.

ר' משה איז געווען א נאמן.

פון ווי קומט די קראנטקייט?
אין די מעטריקל ביכער פון מיטל-ווישיווא זענען אויסגערעכנט עטליכע געבורטן פון קינדער פון ר' משה ניימאן, נישט פאראן דארט קיין שום אנדייטונג איבער די נאמען ווערצבערגער.
עס איז אבער יא דא איין רעקארד פון 1895 פון א געבוירן קינד 'ברכה' די טאכטער פון אברהם ניסן ווערצבערגער. איך ווייס נישט ווער דער אברהם ניסן ווערצבערגער איז, און צו ער האט א שייכות מיט די משפחה, קען זיין אז מ'וועט זוכן מער גרונטליך וועט מען עפעס טרעפן. אבער די צוזאמשטעל פון די צוויי נעמען זאגט עפעס.
אזוי אויך אין די עליס איילענד רעקארדס פון 1906 ווען ברוך מיט מעכל ניימאן זענען אנגעקומען קיין אמעריקא צום ערשטן מאל, איז פארצייכענט נעבן זייערע נעמען אז זיי גייען איינשטיין ביי זייער קרוב Hersh (?) Wertzberger.
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

בעל דמיון האט געשריבן:כהיום זענען די וויזשניצע ניימאן און ווערצבערגער משפחות זיכער איינס...

(איך און נאך אסאך חברים דא אויפן וועלטל זענען לעבעדיגע עדות...)

חחח
הנותן לשכוי בינה...
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

צווייפעל האט געשריבן:פארוואס לעגענדע ? זייער קראנט

ר' אברהם ניסנ'ס טאטע האט געהייסן ר' משה ווערצבערגער ע"ה.

ר' משה איז געווען א נאמן.


תרנגול האט געשריבן:פון ווי קומט די קראנטקייט?
אין די מעטריקל ביכער פון מיטל-ווישיווא זענען אויסגערעכנט עטליכע געבורטן פון קינדער פון ר' משה ניימאן, נישט פאראן דארט קיין שום אנדייטונג איבער די נאמען ווערצבערגער.
עס איז אבער יא דא איין רעקארד פון 1895 פון א געבוירן קינד 'ברכה' די טאכטער פון אברהם ניסן ווערצבערגער. איך ווייס נישט ווער דער אברהם ניסן ווערצבערגער איז, און צו ער האט א שייכות מיט די משפחה, קען זיין אז מ'וועט זוכן מער גרונטליך וועט מען עפעס טרעפן. אבער די צוזאמשטעל פון די צוויי נעמען זאגט עפעס.
אזוי אויך אין די עליס איילענד רעקארדס פון 1906 ווען ברוך מיט מעכל ניימאן זענען אנגעקומען קיין אמעריקא צום ערשטן מאל, איז פארצייכענט נעבן זייערע נעמען אז זיי גייען איינשטיין ביי זייער קרוב Hersh (?) Wertzberger.



כ'האב נישט געוויסט אז לעגענדע מיינט אז ס'איז נישט אמת/אומבאשטעטיגט, און כ'האב טאקע נישט געזוכט אפצופרעגן אדער ווייזן סקעפטעסיזים, נו האמער היינט געלערנט נאך א ווארט'ס ריכטיגע אפטייטש

אפילו ס'נישט דא קיין 100% קלארע דאקומענטן וואס באשטעטיגן עס ברחל בתך הנאקעטע גלייב איך נאך אלץ אז מסתמא איז אזוי (ס'דאך נישט קיין הלכה אדער יסוד און אמונה) ווייל ס'איז אזוי מקובל אין די משפחה, און מיר גלייבן מעשיות וואס מיר האבן מקובל פון אונזערע עלטערן

ווען איז ר' הערשל ניימאן ארויסגעקומען קיין אמעריקע? קען זיין די עליס איילעד רעקארד האט געמיינט צום ברודער הערשל?

ביי די היינטיגע ווערצבערגער'ס זענען דא מיטן נאמען הערש?
ווייסן זיי פון א זיידע הערש וואס איז געווען דא אזוי פרי ווי 1906?

אויך דארף מען געדענקן אז היות ס'איז געווען עטליכע דורות פון אברהם ניסן ב"ר משה ב"ר אברהם ניסן ב"ר משה וכו' וואס אלע זענען אוועק אינגערהייט, קען נאך אלץ זיין די מעשה אמת ביי א דור פריער פון די רעקארדס וואס תרנגול ברענגט

הרב תרנגול אין וועלעכע בוך# איז די רעקארד פון ברכה 1895?
אדער אפשר קענסטו אהער ברענגען א בילד פון יענע גאנגע פעידש
די סיבה וואס איך פרעג ווייל 1895 איז די לעצטע יאר פון די אידישע ביכער, און דאן האט מען שוין אנגעהויבן אין געוויסע שטעטלעך אנפילן מער אינפארמאציע, דערנאך האט זיך אויפגעהערט מיט די אידישע ביכער ביים רב נאר אלעס איז באריכטעט געווארן דירעקט צום לאקאלע שטאטישע באהערדע
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:46 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

טאקע נישט קיין איינעקיל אבער שטארק נאנט מיט די משפחה א גרויסען שכח פאר דער וואס האט עס צוריק ארויפגעברענגט
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

די ניימאנ'ס כידוע האבן זיך געהאלטן גאר שטארק אין אידישקייט אין אמעריקע.

כידוע האט עקזעסטירט פארן קריג א פרומע קהילה מיטן נאמען 'קהל חרידים' און די ערליכע 'צעהלימע חדר'.

נוגע חרדים, געגרינדעט האט זיך עס אין די איסט סייד, בערך בשנת תש"א האבן זיי צוגעלייגט א ברענטש אין וויליאמסבורג, מפי השמועה איז דאס געווען ביי ר' ברוך ניימאנס דירה אונטן אויפן ערשטן שטאק.

נוגע צעהלימע חדר, גם מפי השמועה, וואוינט אין וויליאמסבורג הרה"ח ר' אברהם ניסן ניימאן שליט"א, וואס ר' שלמה בראווער ע"ה איז איינגעשטאנען ביי זיי ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע ווארטנדיג אריבערצוברענגען זיין פאמיליע.

ר' שלמה האט דעמאלט געלערנט מיט אים פריוואט יו"ד ח"א אין צעהלימע ביהמ"ד (זייענדיג א נעפיו פון צעהלימע רב זצ"ל), נאכדעם האט זיך צוגעזעצט נאך א אינגל, און נאך א אינגל, אזוי האט זיך געגרינדעט צעהלימע חדר.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פלאחותיך האט געשריבן:
ווען איז ר' הערשל ניימאן ארויסגעקומען קיין אמעריקע? קען זיין די עליס איילעד רעקארד האט געמיינט צום ברודער הערשל?

דער הערש ווערצבערגער פון די עליס איילענד רעקארד איז געווען א קאזין צו די משפחה. געהערט פון עטליכע פון די עלטערע דור משפחת ניימאן אז זיי האבן איהם נאך געקענט, ער האט געהאט א געשעפט אין די איסט סייד, און נאך פארשידענע אינפארמאציע איבער איהם.
ברוך מיט מעכל זענען נאך געווען בחורים דעמאלט (אפשר ברוך נישט, כ'געדענק נישט קלאר). זייער ברודער הערשל איז געווען פיל יונגער פון זיי און איז געקומען קיין אמעריקא אסאך שפעטער.

הרב תרנגול אין וועלעכע בוך# איז די רעקארד פון ברכה 1895?
אדער אפשר קענסטו אהער ברענגען א בילד פון יענע גאנגע פעידש
די סיבה וואס איך פרעג ווייל 1895 איז די לעצטע יאר פון די אידישע ביכער, און דאן האט מען שוין אנגעהויבן אין געוויסע שטעטלעך אנפילן מער אינפארמאציע, דערנאך האט זיך אויפגעהערט מיט די אידישע ביכער ביים רב נאר אלעס איז באריכטעט געווארן דירעקט צום לאקאלע שטאטישע באהערדע

איך האב דיר געשיקט יענע בלאט אויף אימעיל, ע"ש.
הנותן לשכוי בינה...
פיניע בעל לשון
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע בעל לשון »

ס'איז געווען א חזו דא אין ניו יארק אברהם ניסן ניימאן
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

עטליכע שאלות
1) וואס איז דער ווייט'סטע דור ארויף וואס מ'ווייסט פון משפחת ניימאן?
אונז ווייס מיר נאר אז ס'געווען עטליכע דורות ארויף וואס זענען אינג נפטר געווארן, ר' אברהם ניסן בן משה בן אברהם ניסן בן משה

2) פון ווי קומען די ניימאן-ווערצבערגער זיידעס בעפאר די ווישאווע'ס? גאליציע, פוילן, סלאוואקיי, אונגארן?
ר' אברהם ניסן'ס פאטער ר' משה איז שוין אויך געווען אין מארמאראש?

3) ביי וועלעכע דור האט זיך אנגעהויבן די קשר לבית וויזניץ-קאסוב?

יש"כ למפרע פאר סיי וועלכע פרטים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין די בעק פון דעם בילד שטייט אזוי: דער פעטער הגהקוה"ט ר' יעקב יוסף ניימאן זי"ע חתן זקני ומורי הרה"צ חיים צבי שעהנפעלד זי"ע.

איינער האט א מושג ווער דאס איז?

בילד
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פיניע בעל לשון האט געשריבן:ס'איז געווען א חזו דא אין ניו יארק אברהם ניסן ניימאן

ווי איז ער געווען דער חזן? אין וועלכע שול?
דאכט זיך אז ער איז געווען א זון פון ר' ברוך ניימאן.
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”