אוי, ווי די לאקשן ברענט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אוי, ווי די לאקשן ברענט!
דער אמת איז, אז איך זוך איהם שוין לאנג צו לערנען טאנצן, נאר איך כאפ זיך אייביג ווען עס איז שוין דערנאך.
איך מוז אבער זאגן אז איך באוואונדער זיין חיתוך הדיבור, זיין פליסיגקייט אין עברי, עס איז עפעס אויסטערליש. נאך פון אלס קינד פלעג איך האלטענדיג ביי ״אתה חונן״ ארויסבליקן צו זיין ריכטונג און נישט קענען גלייבן אז ער מאכט שוין עושה שלום. ווען מיר האבן אין חדר ביי משניות ברכות געלערנט פון ״תפילה קצרה״ פלעג איך טראכטן פון איהם, איך האב געמישט צו די בילדער צו זעהן אויב ער טוט נישט דארט אפשר ערשיינען.
אינטערעסאנט אז כאטש וואס ראש חודש ביי הלל איז ער נישט פון דער וואס מאכן מיט דאס געלויף צו זיין דער ערשטער וואס שרייט ״מלך מהולל בתשבחות״, איז ער אבער דער וואס האט א דראנג שטענדיג צו שרייען אויפן קול ״יעלה ויבוא״, זיכער צו מאכן אז די עולם ווייסט אז ער האלט גוט חשבון. אויך מוצאי שבת איז ער שוין די באקאנטע שטימע וואס צושרייט זיך ״אתה חוננתנו״, וואונדערליך איז אבער אז נישט קיין נפקא מינא צו ״על הניסים״, ״אתה חונן״ אדער ״יעלה ויבוא״, אייביג וועט מען עס הערן 7 און א האלב סעקונדעס נאך וואס די באהן איז ארויסגעפארן.
ווער האט איהם געלערנט עברי? איך ווייס נישט גענוי, אבער די יודעי דבר ווייסן צו דערציילן, אז זיין טאטע איז געווען דער איינציגסטער אין דארף וואס האט זיך ״געקענט״ ערלויבן א מלמד פאר די קינדער, צו ער האט טאקע געדינגן איז נישט קלאר. יש אומרים אז מיט איהם איז געוועהן די מעשה מיטן גאלדענעם זייגער אונטערן היי.
הכלל, איך וויל איהם נישט לערנען קיין קמץ פתח, איך וויל איהם לערנען טאנצן. און דאסמאל וועט עס בע״ה געלונגען ווייל איך בין צוגעגרייט, אלעס איז געפלאנט. אוי, איך קען שוין זעהן זיינע בליקן, איך שפיר שוין זיין אויפברויז, אבער וואס זאל איך טוהן, ער מוז נישט אלעמאל זיין דער ערשטער זיך צו ריהמען און איינמעלדן פארן גאנצן ציבור אינמיטען שמו״ע אז ער האט נישט פארגעסן ״יעלה ויבוא״.
אומר ועושה, איך האב מלקט געווען אלע מיני נוסחאות און מנהגים, און פון יעדע ברכה האב איך אויסגעוועהלט די קערצסטע ווערזיע. ליתר שאת, האב איך איינגעשטעלט א רימיינדער, מיר צו דערמאנען פארן זיך שטעלן אז היינט נאכט איז ר״ח. כדי צו איבען אז מיינע ליפען זאלן שנעלער ארבייטען און דאס צינגל זאל לויפן גיכער, האב איך אגאנצען טאג זיך געמורמעלט דעם פסוק ״גד גדוד יגודנו...״.
איך בין אריין צו מעריב מיט עטליכע מינוט פריער און זיך געשטעלט מיט א צוויי פלעצער נעבן איהם, איך האב נישט אויפגעהערט איהם נאכצושפיאנירן און מיטהאלטן יעדע ריר זיינע, ווי א זעלנער בין איך געשטאנען גרייט צו א קאמפף.
מען האלט שוין אט אט ביי שמונה עשרה, איך שטיי שוין גרייט, דער בעל תפילה ענדיגט שוין קדיש. מיינע פיס זענען שוין גרייט זיך צו בייגן, די רוקן איז שוין האלבוועגס געבויגן, דער אלטער חלום׳ט נישט וואס פאר אן אטאקע עס לאקערט אויף איהם, ער לעקט נאך זיין פינגער כדי צו קענען גרינגער איבערמישן דאס בלעטל.
די לעצטע אמן האט זיך מיר אנגעהערט ווי איינער זאגט ״געגאנגען!״, און טאקע געגאנגען, איך האב גאלאפירט פון ברכה צו ברכה, די צוויי קנאקעס פון סלח לנו איז מיר געלונגען צו טוהן פאר מיין קאנקארענט, און אט האלט מען שוין ביי פיר סעקונדעס, פינעף, זעקס...
קוים מיט אן אטעם האב איך געגעבן א געשריי באגלייט מיט נצחון ״יעעעעלה ויבוא״ און נאך פאר איך האב געקענט צוריק כאפן אביסל לופט אין מיינע לונגען, האט זיך געהערט פלוצלינג א קול פון א מחאה, א קלאפעריי אינעם גאנצן שול, נעמען זיך טאקע אלע אן פאר דעם אלטן?
עס האט נישט געדויערט לאנג ביז איך האב פארשטאנען די רמזים פון מיין אנדערער שכן וואס האט נעבעך געמוזט ארויסקוקן פון סידור און מפסיק צו זיין שמו״ע, נאר מיך צו ערקלערן אז ראש חודש איז ערשט מארגן נאכט!
וואס עס האט זיך אפגעשפילט נאכדעם און מיין אמאליגע בית המדרש ווייס איך נישט, ווייל עלינו האב איך שוין געזאגט אינדערהיים!
וואס זאל איך אייך זאגן, מען טאר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, ווייל מען קען זיך גוט אפבריהען...
א פרייליכן חודש אדר מיינע טייערע ידידים!

__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

-
- שר האלף
- תגובות: 1129
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
פיין פיין! ווי אימער! א שמחת עולם לוינט זיך צו ליינען
--
וואס איך פארשטיי נישט, וואספארא קורצע נוסח מענטשן האבן ביי "קוה אל ה'", ווייל ממש יעדן טאג ענדיגט 'יעדער' בעל תפילה בעפאר מיר. [היינט האב איך געזען אין אוצר הלכות אז טייל פירן זיך (אפשר קאמארנא?) אויסצולאזן חלק פון פיטום הקטורת און זאגען בלויז איינמאל די פסוקים פון ה' צבאות וגו', אבער איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ממש יעדער פירט זיך אזוי].

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
לאקשן, יעלה ויבוא, גד גדוד, סוויט עז אין שמחת עולם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
איך האב שוין כמעט געשריגן יעלה ויבוא היינט ביי מעריב, נאכאמאזל איך האב געליינט דיין ארטיקל
אזוי בין איך ניצול געווארן פון דיינע בזיונות
פיין געשריבן

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
-
- שר מאה
- תגובות: 151
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
הנאה געהאט! א גוטן פעדער'ל! זיך געשפירט ווי מיטלעבנדיג די מעשה.
דא האט מיין הארץ פערפעלט א קלאפ, צו זעהן ווער סעטעס מאכן...

שמחת עולם האט געשריבן:די לעצטע אמן האט זיך מיר אנגעהערט ווי איינער זאגט ״געגאנגען!״, און טאקע געגאנגען, איך האב גאלאפירט פון ברכה צו ברכה, די צוויי קנאקעס פון סלח לנו איז מיר געלונגען צו טוהן פאר מיין קאנקארענט, און אט האלט מען שוין ביי פיר סעקונדעס, פינעף, זעקס...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
לכאורה האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט, וואספארא קורצע נוסח "מענטשן" האבן
די מענטשן זענען שוין געווענליך שוין יוצא די קטורת פון פארענט אויכעט
אז מ'רעדט שוין, הער איך די סידורים קאמפעניס האבן אריינבאקומען א קאמפלעין אז מ'דארף דריקן די פארענט נאך עלינו
[align=center]אוי לנו שכך עלתה..[/align]
אגב מיין חברותא זאגט אלץ ער דארף נאך משלים זיין פון פארענט און הינטן, דער עולם קענץ עם אפשר, דרייט זיך מיט א סידור א גאנצן טאג...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 457
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm
אדער יא האט געשריבן:געטיימט מיין בע"ת היינט, פון קוה ביז בשלום 28 סעקונדען
גאנץ לאנג..
ס'באקאנט די מעשה ווי רבי מאטעלע (לרפו"ש) האט פארגעהאלטן זיינס א חסיד פון ווסב"ג וואס דאווענט יעדן טאג מיט איינס פון די תרח מנינים, אז ער הערט אז ער דאווענט אפ יעדן טאג אין קנאפע 20 מינוט, האט אים דער חסיד גענטפערט, 'רבי, 20 מינוט נעמט עס נאר ר"ח'...
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל