איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איסר האטלקי האט געשריבן:יעדער ווייסט אז פון די עיקר סיבות פארוואס עס איז נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען צאלט ווייניג. איז זאל מען צאלן ווייניגער? דער מינימום דארף זיך העכערן. אויף ארויף איז נישטא קיין שיעור.

אבער זאגן אז אן אויסגערעכנטער מענטש צאלט בלויז כך וכך און א ספענדער צאלט 2000 איז מאדנע און אומדערהערט אין די היינטיגע שידוכים-קריזיס עפאכע.

גא"מ, און עס וואלט גווען כדאי זיי זאלן מאכן א חזרה.
ווען איך העט עס ווען געשריבן וואלט איך געמאכט אויסגערעכענט 2200, און ספענדער 3500.

עס איז צופיל געלט? נעם אראפ איין שבע ברכות נאכט. קיינער וועט נישט זיין ברוגז.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

לא כאן
לא לעזונג,
לא קריזיס,
לא מאנגל בשדכנים,
לא בית נאמן ליין,
אבל יש כאן.
מעשוגענע עלטערן וואס קוקן אלעס חוץ זייער'ס זון/טאכטער'ס טובה!
איר קענט מיר מסביר זיין פארוואס אויף דער וועלט ווילן טאטע'ס מאמע'ס אז זייער זון אדער צוקנופטע איידעם זאל דארפן:
זיך פארהערן הלכות שבת מיט אן עד אין די צייטונגען,
נישט רייכענען.
בלייבן אין כולל ביז די הויזן קלעבט שוין צו די באנק.
נעמען טעקסי'ס (נישט דרייוון).
די ווייבער זאלן גיין...
לעבן אין א דירה נעקסט צו די שוויגער.
ווארטן ביז די 17%.
אונטער 19.
נישט קיין גרויסע בארד.
מאכן א רושם.
נישט שווימען אין זומער.
זיך נישט פארשטעלן פורים.
א ריזיגע בארג ספרים אין שול ביי לכה דודי.
פארשיקן אלע שדכנים אונטער 35 יאר.
זיך נאכפרעגן ביי אלע ערשטע קאזנ'ס.
האבן דריי בעשוי'ס.
בעל בעתיש א פלאס.
געלערנט ביי א ברענד נעם ישיבה.
וכו'.
דאס אלעס ברענגט אז עס ווערט א קריזיס.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
אייגענע מיינונג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענע מיינונג »

איך האב נישט געליינט די גאנצע אשכול ביז אהער, קען זיין אז איינער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה.
שדכנות איז די איינציגסטע פאך/פראדוקט וואס האט נישט קיין באשטימטע פרייז. א גראפיקער באקומט באצאלט אדער אויף די שעה אדער א סעט פרייס פער דשאב, א בראוקער באקומט א פראצענט פונעם דיעל און אזוי ווייטער. יעדע פאכמאן האט זיך זיין באשטומטע פרייז, דו ווייסט וויפיל דו וועסט צאלן און אויף וואס די פרייז איז בעיסד. ווען א דעליווערי בוי אדער א וועיטער אין א רעסטעראנט טוען זייער ארבעט באקומען זיי זייער געהאלט פונעם בעל באאס און די טיפס זענען נאר א באנוס. א שדכן באקומט נאר א טיפ! און נישט יעדער געט א טיפ... און נישט יעדער געט א גרויסע טיפ.
(איך בין געווען שדכן אויף א שידוך צווישן צוויי פון מיינע קרובים איינער האט געגעבן טויזנט און דער אנדערער ...גארנישט! פארוואס יא? כ'האב אים נישט געשיקט קיין ביל... אויך בינעך זיין קרוב און כ'פריי זיך זיכער אז ער האט א שידוך געטון, נישט אזוי?)
נאך א נקודה, א פשוטע נקודה, א חילוק צווישן שדכנות און אנדערע ענליכע ביזנעסער: שדכנות איז א שנארערישע ארבעט. ווען איינער האט דירות צו פארדינגען נעמט ער אויף א בראוקער וואס טוט די ארבעט. דו האסט א זון דו זוכסט א שידוך.. יא? וואו זוכסטו? דו זיצט ביים טעלעפאון און דו ווארטסט אז אן ארבעטסלאזע שנארער זאל דיך רופן און בעטן ארבעט. און נאכדעם שפילט מען זיך ארום, מ'דארף זיך זוך בעטן ביי דיר און אין די זעלבע צייט האפן אז א שנה'ראשונה קאפל זאל עס נישט ארויסכאפן פון אונטער די האנט.
קיינער איז נישט געבוירן געווארן צו זיין א שדכן, אבער צו זיין א שדכן דארף מען האבן געוויסע טאלאנטן, און די טאלאנטן זענען נישט לימיטעד צו שדכנות, אין די ביזנעס וועלט צאלט מען שווערע געלטער פאר די טאלאנטן. איז פארוואס זיין אן ארימע שנארער/שדכן? מ'קען דאך זיין א בעל באטישע ארויפגעקוקטע אינגערמאן אנשטאט..

די עצה? די פראבלעמען מאכן אפשר סענס אבער כ'מיז מודה זיין אז די לעזונג איז אביסל פאני...

יעדע שדכן זאל איך עפענען אן אפיס, א שטייגער ווי יעדע לויער בראוקער לייף קאוטש אד"ג. און ווען איינער האט א קינד אין די יארן וועט ער זיך פארבינדן מיט א שדכן וואס יענער וועט אים פארטרעטן דורכאויס די גאנצע פראצעדור. מ'וועט סיינען א קאנטראקט פונקטליך מיט אלע דעטאלן און פרייזן (יעדע שדכן וועט זיך האבן זיין פרייז, די גוטע וועלן נאטירליך זיין טייערער. אויב האט מען אביסל א שווערערע קעיס וועט מען גיין צו זיי און פאר א שווערע קעיס בעט מען מער...). דער שדכן וועט מיט אייך דורכגיין די ליסטעס פון די ישיבות ווי דו טראכסט אז דיין פיוטשער איידעם קען אפשר לערנען, און וועט מאכן א ליסט פון אלעס וואס קען אינטערעסאנט וכו' ביז מ'וועט אנקומען צום באשערטן.
וואס אויב פאלט איין פאר די פריש חתונה געהאטע נעפיו אז זיין חברותא איז פאסיג פאר דיין טאכטער? (ווייל זיין ווייב האט אים נעכטן ביי סאפער פארציילט אז ביי זיי גייט מען מיט די זעלבע סארט שייטל ווי דיין ווייב...) נישט קיין פראבלעם! גיב אים די נומער פון דיין לויער/שדכן, און אויב ווערט עפעס דערפון באקומט ער למשל 100$ (אן איידיע וועט מוזן האבן א סעט פרייס).
ווען מ'מאכט אפ אז מ'איז פאראינטערעסירט אין א געוויסן נאמען קאלט די שדכן יענעם, באקומט די נומער פון יענעם'ס שדכן און זיי ארבעטן צווישן זיך ווען ביידע פארטרעטן זייערע קליענטן... (זיי קענען ארבעטן אויפן שידוך אגאנצן טאג - ווארום דאס איז זייער דעי דשאב - נישט נאר צווישן נאכטמאל אינעם נאכט שיעור...) און ביים קלאוזן/שידוך שליסן באקומט יעדער באצאלט פון זיין קלייענט!

כ'מיין אז אזוי קען מען סאלוון אלע שידוכים-שדכנים קריזיסן. ס'וועט אויפקומען א דור פון שדכנים לייק נעווער בעפאר! (כאטש אזוי סאך ווי די אלע מענטאל העלט, סעלף עסטיעם ענד קאנפידענס עקספערטן, שלום בית, טערעפיסטס, סאושעל ווארקערס און ספעשיל עד מחנחים…). ס'וועט האבן א פרייז פונקט ווי אלע אנדערע זאכן. מ'וועט ארבעטן פאר יעדן. מ'וועט נישט קענען אויסכאפן אא"וו.

ביטע פילט פריי צו קאמענטן, צולייגן, אראפ נעמען, קריטיקירן און חוזק מאכן...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אייגענע מיינונג האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די גאנצע אשכול ביז אהער, קען זיין אז איינער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה.

זייער א גוטע איידיע
מ'דארף נאר האבן עפעס פאר די צד פון די עלטערן אז דער שדכן ארבעט טאקע, נישט אז ער נעמט דיפאזיט'ס און טוט נישט גארנישט, ס'דארף זיין א זמן, אז טאמער ביז דעמאלטס גייט נישט קיין שידוך, איז מען מער גארנישט מחויב פאר אים, בקיצור מ'דארף עס אויסארבעטן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אייגענע מיינונג האט געשריבן:(איך בין געווען שדכן אויף א שידוך צווישן צוויי פון מיינע קרובים איינער האט געגעבן טויזנט און דער אנדערער ...גארנישט!

איך וואלט אים אנגערופן אן אידיאט!
דיין געדאנק קוקט אויס צו זיין אן אינטרעסאנטער
איך מיין אז איינער האט עס שוין ערווענט דא ערגעץ ווי
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
השמש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

איסר האטלקי האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:איך זעה אז יעדער שרייט אז די שדכנים באקומען ווייניג באצאלט עס איז מיר אינטרעסאנט, א שדכן קען אויספירן צוויי שדכים א חודש פארדינט ער 6,000 דאלער א חודש אין קעש איך מיין אז דאס איז זייער שיין באצאלט ווער רעדט נאך אויב איינער פין די מחותנים האבן געלט באקומט ער נאך מער דאס קען אויסקומען 80,000 א יאר ער דארף נישט אינוועסטירן געלט ער קען האבן נאך אן ארבעט, יא ער דארף האבן א גיטען שפראך, אסאך שדכנים ארבעטן געהעריג אין טוהען עס אינמיטן די ארבעט אסאך זענען מגידי שערים מלמדים משגיחים איבערהויפט ווען מען רעדט פין פרויען שדכנים זיי טוהן זייער שטוב ארבעט געהעריג איך זעה נישט פארוואס יעדער שרייט אז א שדכן באקומט ווייניג באצאלט

פארהאן גרויסע ריזיגע שדכנים וואס קען דורכגיין חדשים ווואס מען האט נישט אויסגעפירט למעשה קיין איין שידוך. [חוץ א לשם מצוה צווייטע גע'גט'ע קאזין אויף וואס מען מאכט קיין פרוטה בלויז קאפ וויי שפעטער].

נאך א זאך, איך האב פאר אייך נייעס, אסאך אסאך אידן צאלן בלויז ארום 1200 פארן שדכן.... ביודעי ובמכירי.

א זאך וואס האט מיר אויפגערעגט בייז בלוט - טראץ וואס איך בין נישט קיין שדכן, קהילת מהר"א האט ארויפגעלייגט שדכנות געלט אויף די קאטעגאריעס רשימה, וויאזוי איינער וואס מאכט חתונה אויסגערעכנט צאלט פארן שדכן בלויז 1500. פארוואס ברענגסטו בכלל אזא זאך? שטעלט די קהילה צו פול טיים גוטע שדכנים? זענען דא אן איבערפלוס פון שדכנים אין די קהילה? אויב יא לאזט מיר וויסן, איך לויף אהין נאך היינט.

זייער אינטערסאנט אז א אפיציעלע שדכן זאל דורכגיין ' חדשים' אן אויספירן א שידוך .
עס קען זיין אז איך קען זיך נישט אויס וויפיל איז די עוורידיש שדכים וואס א שדכן פירט אויס פער יאר ?
רעכן עס אויס איך מיין אז פער יאר קומט עס אויס זייער א שיינע סומע.
בנוסף נישט אלע שדכנים זענען קוואַליפייד צו ארבעטן ערגעץ אנדערש.
רוב שדכנים האבן נאך א ארבעט פשוט ווייל ער האט נישט וואס צו טועהן די איבעריגע צייט אדער ווייל ער קען זיין א שדכן אינמיטן ארבייטן
דאס אז מענטשן צאָלן נישט, דאס איז א פארברעך, די שדכנים וואלטן זיך געדארפט איינשטעלן אז א יעדער בעט געלט די מחתן באקומט א אינוויאס פונקט ווי ווען ער קויפט דעם שטריימל .
הגם עס איז דא שדכנים וואס זייער מאן/ווייב/קינדער קומען אפנעמען די געלט דאס איז אפשר אויך אן עצה..
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

yoy האט געשריבן:דבר יום ביומו צו באשולדיגן, פארוואס, בכל זאת לייגן זיי עס נאָך אלץ אריין, א גנב... אין פאפער, צום שענסטען א בעל דמיון

איך טראכט אפשר א עצה קעגן די כלומרשטע שדכנים העט זיין אז אין די אויסגאבעס וועט מען ביי שידוכים צולייגן א ליין שדכן
, וועט יעדער זען ווער זעמען סתם מויל מאכער
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

חדשות האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:חדשות

19 א האלב יעריגע, מיינט שיעור ד'
זיי מוחל גיב א קוק די ישיבה ביכל, און זאג מיר וויפיל בחורים באשטייט שיעור ד', און וויפיל שיעור ג'-ב'
50 פראצענט???

איך זאג דיר וואס איז האב געהערט. האב איך געמאכט אביסל ריסערטש און לאמיר פראבירן בערך דעם חשבון.
שיעור ד' איז שוין אין עווריזש 20, און 25% בערך זענען נאך נישט קיין חתנים.
שיעור ג' איז אין עווריזש 19 און 60% בערך זענען נאך נישט קיין חתנים.

לפי זה איז בערך 42% פון די 19.5 נאך נישט קיין חתן.

טאקע נישט קיין גאנצע 50%, אבער גענוג נאענט.

OK. יעצט לאמיר זען וואס טועט זיך אביסל ביי די מיידלעך. האב איך געמאכט אביסל ריסערטש, און דער בילד איז גארנישט בעסער ווי ביי די אינגלעך.

לאמיר נעמען די 13טע גרעיד ביי קהלת מהרי"י ווי די קריזיס איז די ערגסטע. די עווריזש מיידעל אין 13טע גרעיד דארף יעצט זיין קנאפע 19 (בערך 18.84), וויפיל פראצענט זענען שוין כלות? גאנצע 20% (50/250).

איר הערט וואס דא גייט פאר 80% פונעם גרעיד וואס גרייכט 19 זענען נאך נישט קיין כלות.

צייט זיך אויפצו וועקן אז עקזיסטירט אן ערענסטע קריזיס וואס נעמט אונז אלע ארום.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אפענע וועלט האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:נאכן האבן צוויי קינדער אין שידוכים יארן, און מען האלט שוין בקרוב ביים דריטן, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן און געקומען צו די מסקנא וואס איך בין זיכער אז אז אסך דא ווייסן שוין.
דער וועג ווי אזוי שידוכים-שדכנים ארבעט איז דעפעקטירט. פינטעל

וואס נאך זענען די פראבלעמען און וואס קען מען טוען דערצו? לייגט צו אייערע צוויי צענט.

איך האב א לעזונג,

איך האב עס שוין אפגעשריבן א שטיק צייט צוריק, איך וועל עס דא שרייבן בקיצור,
נ.ב. נאר געאייגענט פאר אזעלעכע וואס פארנעמן טויש אין סיסטעם.

די יסוד הפראבלעמן זענען די פאלגענדע.
שדכן קען נישט דעם בחור/מיידל, ער האט פשוט א ליסט מיט אפאר קאמענטס ביי יעדן נאמען
שדכן ווייסט נישט וואס די עלטערן זיכן
שדכן זיכט נישט זיך איבערצוארבעטן
עלטערן ווארטן פאר א טעלעפאון קאל פון אן אומבאקאנטען סארס ווער עס וועט רופן. (ווער זאגט בכלל אז איינער ווייסט אייך צו רופן?)
עלטערן ווערן בייליידיגט נאך פאר ער האט א טשענס צו זאכן וואס ער זיכט
עלטערן'ס מחשבות זענען צומישט נאכדעם וואס פלוני טראגט אן עפעס וואס פאסט בכלל נישט פאר אים, הייבן אן צו טראכטן אלע מינע פארדרייטע מחשבות ארום דעם שידוך פונעם קינד
עלטערן ווייסן נישט וויפיל ארבעט דער שדכן האט אריינגעלייגט, באצאלן ווייניג, שדכן דיסקאראזדשט, גייט מטה מטה

די ליסט גייט נאך לאנג אבער לאמיר צוקומען צו סאלושען

א שדכן גייט דורך א טרעיניגט פון מכון לשדכנים
די מכון האט גיידליינס ווער קען זיין א שדכן ווער נישט, וואספארא קוואליפיקעישאנס מ'דארף האבן צו קענען ווערן א שדכן.
מ'לערנט אים אויס, פיעפל סקילס, קאמיוניקעישאן סקילס, מענטשהייט, נישט באליידיגן אנדערע, נישט ווערן באליידיגט, פארשטיין א צווייטן, נישט ארויפצווינגן א מיינונג אויף א צווייטן, קאלעקטן אינפארמאציע, מאכ'ן קאמפעריסאנס, פארשטיין מעטשעס
וכו' וכו',
ער באקומט א סערטיפיקאט פונעם מכון
די מכון אדווערטייזט זייערע שדכנים און די בענעפיטס פון ניצן זייערע מענטשן
די עלטערן קאלן דעם שדכן (די שדכן קאלט נישט די עלטערן)
די עלטערן מאכ'ן אן אפוינטמענט מיט'ן שדכן, ביידע עלטערן צוזאמען, מ'הייערט דעם שדכן צו גיין זיכן א שידוך
ביים מיטונג שמועסט מען אויס אלעס, וואס זיכט מען, וואס איז פרייאריטי, וואס איז מען גרייט צו פארקוקען און וואס נישט, וואס געשעהט אויב עס דויערט צו לאנג אן מ'וויל אפזאגען דעם שדכן, ווי אזוי גייט מען זיך נאכפרעגן אינפא. וואס איז דער שדכן ריספאנסיבל און וואס זענען עלטערן ריספאנסיבן.
שדכן באקומט באצאלט אויפ'ן שעה, פלאס א סכום אויף פירט ער אויס
שדכן ארבעט מיט'ן שדכן פון צד שני. נישט מיט די עלטערן, ווייל צד שני האט אויך געהייערט א שדכן

וואס פארדינט מען פון דעם סיסטעם
ש. באקומט באצאלט פאר'ן ארבעטן, און ארבעט פלייסיג
ע. ווייסן אז דער ש. ווייסט וואס זיי זיכן, ש. ווייסט וואס צו זיכן, פארט נישט צוזאם הודו מיט קיש
ע. ווערן נישט באליידיגט פון נארישע הצעות, ש. ווערט נישט בייליידיגט פון עלטערן קולות
ש. ווייסט ווי אזוי זיך אויפצופירן מענטשליך. ע. ווייסן א ש. איז פראפעשענאל און באהאנלען אים מישט רעספעקט

די מכון אדווערטייזט וועלעכע ש. זענען געמאכט פאר פשוטע שידוכים, וועלעכע פאר אביסל שווערערע, וועלעכע פאר גאר שווערע,
יעדע קאטאגאריע קומט מיט זיין פרייז פער שעה, פלאס אויספירן פרייז.

די מכון קען אויך צוטיילן די ארבעט צווישן מתחילים און גומרים פונקט ווי א מצה בעקערי, יעדער דארט ווי ער קען בעסער, פארשטייט זיך אז יעדע זאך האט זיין פרייז

קלוגע נארמאלע מענשט וועלן קענען ביישטיין צו ווערן שדכנים, עס וועט זיין א פול טיים זדשאב וואס מ'קען מאכן פרנסה בריווח. די קוואליטי פון שדכנים וועט ארויפגיין.

די מכון געבן א סורוועי פאר עלטערן נאכ'ן שידוך לויט די רעטונג וועט דער שדכן מעג'ן טשארזדשן מער געלט, א שוואכער פערפארמען וועט פארלירן זיין סערטיפיקאט, די מכון וועט אלעס אדווערטייזן און עלטערן וועלן קענען קלויבן מיט וועם זיי ווילן האנדלען.

לויט דעם סיסטעם דארפן אלע פראבלעמס פון שדכנים/עלטערן זיין גע'סאלווט.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

חדשות האט געשריבן:OK. יעצט לאמיר זען וואס טועט זיך אביסל ביי די מיידלעך. האב איך געמאכט אביסל ריסערטש, און דער בילד איז גארנישט בעסער ווי ביי די אינגלעך.

לאמיר נעמען די 13טע גרעיד ביי קהלת מהרי"י ווי די קריזיס איז די ערגסטע. די עווריזש מיידעל אין 13טע גרעיד דארף יעצט זיין קנאפע 19 (בערך 18.84), וויפיל פראצענט זענען שוין כלות? גאנצע 20% (50/250).

איר הערט וואס דא גייט פאר 80% פונעם גרעיד וואס גרייכט 19 זענען נאך נישט קיין כלות.

צייט זיך אויפצו וועקן אז עקזיסטירט אן ערענסטע קריזיס וואס נעמט אונז אלע ארום.

און ווער זענען געווען די כלות ביי די בערך 250 חתונות לעצטע יאר ביי קהלת מהרי"י?
זוכט איר דוי?
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אן ערענסטע שאלה, לאמיר פראבירן ענטפערן...

רוב דערפון זענען גווען 20-21-22.

דוק ותשכח, נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די 20, און דאס זעלבע ביי די בחורים. עס איז א זאך וואס איז קיינמאל נישט גווען ביז היינט.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

נו וואס פונקטליך איז די קריזיס? סוף כל סוף האבן זיי אלע חתונה,

איי דער עולם עלטערט זיך, דאס איז נישט קיין קריזיס נאר א פריש געשאפענע משוגעת (א.ג. סטייל בלע"זׂ) פון די מיידלעך נישט צו ווערן קיין כלה פאר די 19 +
זוכט איר דוי?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

חדשות האט געשריבן:אן ערענסטע שאלה, לאמיר פראבירן ענטפערן...

רוב דערפון זענען גווען 20-21-22.

דוק ותשכח, נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די 20, און דאס זעלבע ביי די בחורים. עס איז א זאך וואס איז קיינמאל נישט גווען ביז היינט.

נאר א מיעוט האבן חתונה אינטער די צוואנציג??, גוט גע'גוזמא'ט!!
אוועטאר
אייגענע מיינונג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענע מיינונג »

יהיה כן האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:אן ערענסטע שאלה, לאמיר פראבירן ענטפערן...

רוב דערפון זענען גווען 20-21-22.

דוק ותשכח, נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די 20, און דאס זעלבע ביי די בחורים. עס איז א זאך וואס איז קיינמאל נישט גווען ביז היינט.

נאר א מיעוט האבן חתונה אינטער די צוואנציג??, גוט גע'גוזמא'ט!!

Oh yes!

עצה טובה: הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יהיה כן האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:אן ערענסטע שאלה, לאמיר פראבירן ענטפערן...

רוב דערפון זענען גווען 20-21-22.

דוק ותשכח, נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די 20, און דאס זעלבע ביי די בחורים. עס איז א זאך וואס איז קיינמאל נישט גווען ביז היינט.

נאר א מיעוט האבן חתונה אינטער די צוואנציג??, גוט גע'גוזמא'ט!!

ערעב איד, איך בין געגאנגן און געמאכט ריסערטש און געקומען מיט נאמבערס. דו האסט אנדערע נאמבערס לייג ארויף ביטע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב א זון אין די גרויסע רז"ל ישיבה, און ער זאגט מיר אז יעדע וואך ווערן בחורים חתנים אין זיין עידזש, מיין זון איז נאך היבש אינטער די 18, אויב איז ווי דו זאגסט א נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די צוואנציג, מיינט עס אז די אלע חתנים חתנ'ען אוועק פאר מער ווי א יאר.....
אויך, אין די ישיבה-ליסטע, שטייט נישט די עלטער פון די בחורים, עס שטייט נאר אין וועלכע כיתה ער איז, ס'קען זיין א דיפערענץ אין עלטער פון איין בחור צום צווייטן אפילו מער ווי א יאר, איינער קען זיין גאר יונג, און דער אנדערער אין זיין כיתה איז גאר אלט,
חבירים פון בחורים ווייסן בעסער ווי אלט די בחורים זענען
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יהיה כן האט געשריבן:איך האב א זון אין די גרויסע רז"ל ישיבה, און ער זאגט מיר אז יעדע וואך ווערן בחורים חתנים אין זיין עידזש, מיין זון איז נאך היבש אינטער די 18, אויב איז ווי דו זאגסט א נאר א מיעוט האבן חתונה אונטער די צוואנציג, מיינט עס אז די אלע חתנים חתנ'ען אוועק פאר מער ווי א יאר.....

מיין זון האט מיר געזאגט אז יעדע וואך ווערט חתנים...געט נאך נישט דעם גאנצן בילד, און אזוי קען מען נישט האבן קיין ערוואקסענע געשפרעך. ביטע קום מיט נומערן און סטאטיסטיקס. אז איר ווילט, קען איך אייך העלפן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אקעי
ניתי ספר ונחזי [ווען-איך-זעה פלעגט מיין רבי טייטשן]...
זיי מוחל נעם אפיר די דבר יום ביומו 'נאר' פון די לעצטע פינף טאג, און זאג דו מיר וויפיל פון די שידוכים דארט גייען חתונה האבן העכער די צוואנציג...
[האסט דאך געמאכט ריסערטש, איא? מסתמא ווייסטו אלעס]
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יהיה כן האט געשריבן:אקעי
ניתי ספר ונחזי...
זיי מוחל נעם אפיר די דבר יום ביומו 'נאר' פון די לעצטע פינף טאג, און זאג דו מיר וויפיל פון די שידוכים דארט גייען חתונה האבן העכער די צוואנציג...
[האסט דאך געמאכט ריסערטש, איא? מסתמא ווייסטו אלעס]

ביסטו צוקער...
די נומערן זענען אזוי שיעור ב' ווי די בחורים זענען אין עווריזש 18-18.5 האלט מען ביי בערך גאנצע 28 חתנים (15%).
שיעור ג' ווי די עווריזש איז 19-19.5 האלט מען בערך ביי 115 חתנים (41%). סא רעכן אויס ווי לאנג מען איז א חתן 6-8 חדשים, און מיר האבן א ריזן צאל בני עשרים. (וועסט זאגן אז עס איז נאר 45% וועל איך מיך נישט קריגן מיט דיר). און ביי מיידלעך איז נאך ערגער.

און זייט מיר מוחל איך גיי נישט נעמען דבר יום'ס און זיך נעמען באשמירן מענטשען דא..
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב יעצט איבער געקוקט די לעצטע פינף דבר יום ביומו'ס סך הכל 23 שידוכים, לאמיר זאגן עטליכע דערפון פון אויסלאנד, בלייבט לערך 20
לשיטתך זענען 15 דערפון עטליעסט קרוב לעשרים....
אקעי, ווילסט דאך נישט באשמירן מענטשן, אבער פאקטן דארפן שטימען....
[כ'רעדט שוין נישט פון דעם חשבון, אז מען קען לפי זה אויסרעכנען א עוורידזש פון 20 שידוכים פער וואך, לערך צוואנציג וואכן א זמן, מאך א שנעלע חשבון וויפיל שידוכים עס פאסירט בתוכינו...., [נישט אריינגערעכנט ניסן און תשרי, וואס דאן זענען די מספר השידוכים סאך העכער]
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יהיה כן האט געשריבן:איך האב יעצט איבער געקוקט די לעצטע פינף דבר יום ביומו'ס סך הכל 23 שידוכים, לאמיר זאגן עטליכע דערפון פון אויסלאנד, בלייבט לערך 20

בת היענה אלערט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

חדשות האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:איך האב יעצט איבער געקוקט די לעצטע פינף דבר יום ביומו'ס סך הכל 23 שידוכים, לאמיר זאגן עטליכע דערפון פון אויסלאנד, בלייבט לערך 20
לשיטתך זענען 15 דערפון עטליעסט קרוב לעשרים....
אקעי, ווילסט דאך נישט באשמירן מענטשן, אבער פאקטן דארפן שטימען....
[כ'רעדט שוין נישט פון דעם חשבון, אז מען קען לפי זה אויסרעכנען א עוורידזש פון 20 שידוכים פער וואך, לערך צוואנציג וואכן א זמן, מאך א שנעלע חשבון וויפיל שידוכים עס פאסירט בתוכינו...., [נישט אריינגערעכנט ניסן און תשרי, וואס דאן זענען די מספר השידוכים סאך העכער]

בת היענה אלערט.

חדשות האט געשריבן:און אזוי קען מען נישט האבן קיין ערוואקסענע געשפרעך
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

חדשות האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אקעי
ניתי ספר ונחזי...
זיי מוחל נעם אפיר די דבר יום ביומו 'נאר' פון די לעצטע פינף טאג, און זאג דו מיר וויפיל פון די שידוכים דארט גייען חתונה האבן העכער די צוואנציג...
[האסט דאך געמאכט ריסערטש, איא? מסתמא ווייסטו אלעס]

ביסטו צוקער...
די נומערן זענען אזוי שיעור ב' ווי די בחורים זענען אין עווריזש 18-18.5 האלט מען ביי בערך גאנצע 28 חתנים (15%).
שיעור ג' ווי די עווריזש איז 19-19.5 האלט מען בערך ביי 115 חתנים (41%). סא רעכן אויס ווי לאנג מען איז א חתן 6-8 חדשים, און מיר האבן א ריזן צאל בני עשרים. (וועסט זאגן אז עס איז נאר 45% וועל איך מיך נישט קריגן מיט דיר). און ביי מיידלעך איז נאך ערגער..

האבן מיר שוין אויסגערעכנט די מספר השידוכים פער יאר
איצטער עמיר גיין ווייטער,
שיעור ב' איז אין עוורידזש 17.5-19, שיעור ג' איז פון 18.5 ביז 19.5
יעצט די ערשטע זמן כמובן זענען סך ווייניגער חתנים אין שיעור ב', ווייל רוב בחורים זענען נאך יונג [מילא די איצטיגע 28% איז נישט קיין שום הוכחה אויפציווייזן אז בחורים האבן רוב חתונה נאך די צוואנציג],
די מערסטע חתנים ווערן געווענליך פון שיעור ב' זומער זמן, און שיעור ג' ווינטער זמן
די וועלכע ווערן חתנים פאר די 19 האבן חתונה פאר די צוואנציג, און אפילו די וועלכע ווערן שפעטער חתנים, זענען אסאך עלטערן זיך מזרז חתונה מאכן פריער און פארקירצערן די חתן'שאפט
הקיצור לפי חשבונך, דארף זיין אז לערך זיבעציג פראצענט פון שיעור ב' גייען אריבער צו שיעור ג' ווען זיי זענען נאך בחורים ניטאמאל קיין חתנים!

ריכטיג. אזוי וואלט געדארפט צו זיין. אבער.....ביים צווייטען העלפט שבט זענען נאך 60% פון שיעור ג' נאך בחורים, ניטאמאל חתנים. דאס זענען נישט מיינע חשבונות, דאס זענען די טרוקענע נאמבערס, און ביי מיידלעך 13טע קלאס (18.4-19.4) זענען גאנצע 80% מוידן, נאך נישט קיין כלות.

וועיק אפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”