איך בין נישט קיין בקי אין דעם ענין אדער אין דקדוק בכלל, אדרבה איך שרייב בכדי צו לערנען פון אנדערע און כדי אויסצושמועסן זאכן אויף א לייכטן אופן וממילא רווחא שמעתתא.
איידער איך גיי צו צום נקודה וואס איך וויל מציע זיין וועל איך שרייבן עטליכע פשוט'ע כללים פאר אזעלעכע מתחילים ווי איך.
- א. מלעיל און מלרע מיינט אויף וועלכען אות מ'שטעלט דעם עיקר תנועה, אויב מלרע דאן איז דער הדגשה אויפן לעצטן תנועה פונעם ווארט, און אויב מלעיל איז דער הדגשה אויף איין תנועה פאר די לעצטע, און נישט אויפן ערשטן תנועה. אין געוויסע פעלער וועט יא זיין דער תנועה צוויי ארויף.
- ב. די טראפן-טעמים זענען נישט קובע אויב דער ווארט איז מלעיל אדער מלרע נאר פארקערט, אויב דער ווארט איז מלעיל וועט דער טעם בד"כ זיין מלעיל און אויב איז דער ווארט מלרע וועט דער טעם בד"כ זיין מלרע, אבער די טעמים זענען פארשטייט זיך מגלה אויב דער ווארט איז מלעיל אדער מלרע.
- ג. איינס אז געוויסע טעמים זענען נישט במקומם הראוי לפי ההדגשה, למשל דער פשטא, תלישא קטנה וגדולה, די זרקא און דער סגול.
- ד. צוויי אז במקום ווי עס נישט דא קיין טעמים אדער ביי טעמים וואס זענען נישט אויפן פלאץ לערנט מען פון די זעלבע ווערטער מיט אנדערע טעמים, דאס מיינט אז מ'קען אפלערנען די כללים דורך די טעמים.
- ה. א ווארט וואס איז מלעיל אדער מלרע וועט כמעט אלעמאל אזוי זיין אפגעזעהן צו איך ווייס וואו דער טעם איז אדער אויב דער ווארט האט א טעם, למשל ויאמר (סגול מם) וועט אלעמאל זיין מלעיל –די הדגשה אויפן י'- און ויאמר (פתח מם) וועט אלעמאל זיין מלרע –די הדגשה אויפן מ'). געוויסע ווערטער וועלן האבן געוויסע יוצא מן הכלל'ס
אמאל איז אבער דא וואס דער משמעות איז יא קובע און דאס איז ביי ווערטער וואס דער הווה און דער עבר נוצן דען זעלבן ווארט למשל דער באקנטער "באה" וואס רש"י ברענגט, וואס ווען ס'איז לשון הווה (בינוני) איז עס מלרע אזוי ווי עס קומט מצד די כללים און די אויסשטעל פונעם ווארט (כמדומני), אבער ווען ס'איז לשון עבר דאן איז דער מקום הנגינה מלעיל (סימן לדבר, לשון עבר איז דער טעם פריער-שוין געווען), און דאס איז לכאורה כדי מ'זאל הערן פונעם ניגון אויב דער כוונה איז עבר אדער הווה.
און דאס איז דער נקודה וואס כ'האב געוואלט אויסשמועסן, ס'דא וואס וועלן קלערן אז ביי אזעלעכע פעלער ווי באה אויב אז מען נישט מדגיש ריכטיג דאן האט מען משנה געווען דער משמעות, ווייל אנשטאט לשון עבר טייטשט עס יעצט לשון עתיד אדער הווה, אבער מיר דוכט זיך אז ס'לייגט זיך אויפן שכל אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן.
ווען איינער איז נישט מדגיש סיי וועלעכער ווארט במקומו הראוי האט ער פארפאסט ארויסצוזאגן דעם ווארט כמשפטו, און גארנישט אנדערש איז ווען דער ווארט איז משתמע לשתי פנים, ווען ער ליינט באה מלרע במקום מלעיל האט ער נישט געטוישט דעם משמעות נאר געזאגט דעם ווארט אומריכטיג, דער משמעות איז משתמע מתוך הענין.
ווייל נישט דער הדגשה איז קובע דעם משמעות לעבר או להווה, נאר דער פאקט אז עס איז לשון עבר איז קובע אז מ'זינגט עס מלעיל, נמצא אז עס איז דין אין ריכטיג זינגען און נישט קיין דין אין הבנה.
כן הי' נראה לי מאז, און איך פארשטיי אז מ'קען קריגן אויף דעם אויפפאסונג מסברא, און בד"כ די וואס ווייסן אין די ענינים האבן א נטייה צו זאגן אז מ'איז נישט יוצא אנדערש כמובן. ואדרבה, לאזט זיך הערן.
אבער אויף למעשה האב איך געטראפן אין איינע פון רב גוטמאן'ס ספרים בשם הרב ר' שמואל דוד הכהן מונק זצ"ל אז מלעיל ומלרע איז נישט מעכב אפי' ביי שינוי פון לשון עבר והווה, און זיין ראי' איז ווייל אין געוויסע אופנים צוליב אן אנדערע סיבה (נסוג אחור) וועט דער ווארט זיין מלעיל אפי' באופן ווי דער לשון עתיד וואלט פארלאנגט עס זאל זיין מלרע, זעט מען פון דעם אז דאס איז נישט מעכב און הייסט נישט געטוישט די משמעות.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=51
צום שלוס וועל איך שרייבן נאך איין כלל בדיני מלעיל\מלרע.
א ווארט וואס א האט א פתח גנובה ווי ריח ניחוח וואס מ'זאגט ביי אונז מיט אן אלף פאר די לעצטע אות, וועט מען אלעמאל צוריקרוקן די תנועה איינס ארויף און נישט מדגיש זיין דעם גע'גנב'טן אלף.
דער חידוש איז אז דאס קען גאר צומאל גערופן ווערן אז דער ווארט איז מלרע אבער דער דאס וועט נישט כולל זיין דעם לעצטן תנועה נאר איין תנועה פאר'ן אלף. איך האב נישט קיין משל ביי די האנט.
און דאס איז נוגע נישט נאר ביי אות ח' נאר אויך ביי אותיות ה' און ע' וואס דארט קומט אויך אן פתח אלף פארן לעצטן אות, ווי למשל ביים ווארט מדוע קומט עס צו זאגן מדואע, אדער ביי גבוה-גבואה, אבער דער דגש באלאנגט קיינמאל נישט ביים צוגעלייגטן אלף.
איז אזוי, די וואס זענען נישט מקפיד צו זאגן מדואע (קורין לאלפין עיינין, ווי רוב פון אונז) קען זיין אז זיי קענען מדגיש זיין דעם ע' אויב דער ווארט איז מלרע. און הגם ווען מיין בעל קורא זאגט דעם רביעי אויפן ע' פון מדוע אדער יהושע שטערט עס מיך ביז גאר, קען אבער זיין אז ער טוט ריכטיג, ווייל כידוע זענען די כללי לשון הקודש געבינדן און קען זיין אז נאר ווייל דארט איז דא אן א' רוקט מען צוריק די תנועה.
אבער ביי הלל ווי מ'זאגט מלפני אלו-ה יעקב, דארט זענען דא חזנים וואס ווייסן אז מ'זאגט אלו-אה, און זיי זיינען מדגיש דעם א משום החידוש שבו... אבער זיי טוען נישט ריכטיג, היות ס'איז א פתח גנובה ברויך מען מדגיש זיין דעם ל' און מוותר זיין אויפן חידוש (ס'איז זייער שווער צו טון ביידע).
--
געשריבן מיט פשוטע שפראך לאנשים כמוני, און איך בעט די מומחים המגיבים זאלן פרובירן ווי ווייט מעגליך מסביר צו זיין וואס זיי זאגן אין פלעין אידיש און נוצן וואס ווייניגער דקדוק טערמינען. ייש"כ