די נייע slotmusic - געעדיגט מיט סידיס!

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

די נייע slotmusic - געעדיגט מיט סידיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MUTCHE »

די מייקרא עס. די. גרופע האט געמאלדן זייער נייע פראדוקט מיטן נאמען סלאט-מיוזיק, דאס איז א מייקרא עס. די. קארטל וואס ווערט פארקויפט מיט ניגונים דערויף.

היינט ווען איינער וויל קויפן מיוזיק פאר זיין עם. פי. 3, שטייט פאר אים צוויי מעגליכקיייטן, אדער קויפט ער א סידי אינעם געשעפט לייגט דאס ארויף אויפן קאמפיאטער אריין שרייבן די נאמען פונעם זינגער און טרעק נאמען, און דערנאך עס אריין קאפיען אויפן שפילער אדער אויפן סעלפאן, די צווייטע מעגליכקייט איז צו דאנלוידן פונעם אינטערנעט, וואס קומט שוין יא מיט די גאנצע אינפארמאציע אבער דאס קומט געווענטליך מיט DRM א טעכנאלאגיע וואס שטערט עס פון עס קאפיען, און עס איז זייער שווער צו באגיין דערמיט.

דא קומט אהן די סלאט-מיוזיק, וואס וועט פארקויפט ווערן מיט די ניגונים שוין אויפן קארטל, וואס בלייבט איבער איז עס אריין צו שטעקן אינעם פאון, און הערן מיט געשמאק.

פארשטייט זיך אז עס קומט שוין יא דיגיטאל, קומט אלע אינפארמאציע פונעם ניגון שוין אריין געלייגט, אזוי אויך די בילד פונעם אלבאום (אלבאום ארט), וכו' וכו' ווי למשל א ווידעא קליפ פונעם זינגער.

אזוי אויך קען מען זיך מאכן אן אייגענע ליסטע פון ניגונים וואס זאלן שפילן אויפן קארטל (אני הקטן פארשטיי נישט די חילוק צווישן דאס און אן איינפאכע עס. די. קארטל, אבער די רעיון בלייבט א גוטער).
דערווייל איז נאר דא איין גיג, אין די צייט וואס א געהעריגע מייקרא עס. די. קארטל האלט שוין ביי אכט, און גייט בקרוב ארויף צו זעכצן (איינער האט אן הסבר וואס איז פשט מיט די אלע מעמארי נומערן וואס טוישן זיך נאר מיטן סדר 1 2 4 8 16 32 64 128 256 512 1025 וחוזר חלילה, כ'פארשטיי עס עס ווערט דאפעלט, אבער וואס וועט מען קיינמאל נישט טרעפן א 10 גיגעבייט קארטל?)

האבן זיך אלע גרויסע גויאישע פירמעס אנגעשלאסן דערין און וועלן אנהייבן צו פארקויפן זייער מוזיק דערויף.
ווארט מיט געדולד, קודם דארף זיך עס גוי'אישן, ערשט דערנאך ווען וועט זיך עס "אידישען".

דרך אגב, איינער געדענקט נאך וואס מיינט "טעיפ-ריקארדער"?....

בילד
ידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען »

צו וועט עס אויסקומען ביליגער פאר די זינגערס/דיסטריביוטערס פער טעיפ? דאס גאנצע ענין פין קאפיען ווערט נישט פריווענטעד דורך דעם , קומט אויס אז די דיסטריביוטערס דערלייגן , ווייל סי דיס האט מען נאך געמוזט אריינריפן אין קאמפיוטער, אין נישט אייביג גייט עס אדורך גוט מיט די ערשטע מאל, אין אוודאי ווען עס איז שוין אביסל צוקראצט גייט עס נישט אדורך גלאטיג,
איך ווייס נישט וויפיל קארס ( אפילו די טייערע ) קומען אויסגעשטאט מיט SD רידערס,צו גייען זיי יעצט טוישן קאר ווייל איינעם איז בייגעפאלן ארויסצוגעבן זיינע ניגונים אויף א SD קארטל?
בכלל די פיקטשער מיט אלע אינפארמאציע קען מען ארויפלייגן אויף א רעגולער סי די אויך , ממילא וואס איז דער גרויסע חידוש?

מער דיטעילס פליז
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

א ביאור אויף סלאט מיוזיק
http://sweetgeek.tv/The_Daily_Geek/The_ ... _2008.html
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”