רבי אהרן משה לייפער זצ״ל - אדמו״ר מחוסט - תרס״ו - תשנ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אהרן משה לייפער זצ״ל - אדמו״ר מחוסט - תרס״ו - תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרב הגאון הצדיק חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי שמואל שמעלקי, בהרה״ק רבי ישראל יעקב, בהרה״ק המפורסם רבי מרדכי מנדבורנא זצ״ל.

ביום י״ט כסלו שנת תרס״ו אין די שטאט האלמין.

ער האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה״צ רבי יעקב שלום קליין זצ״ל אב״ד ור״מ האלמין. ושׁם שׂם לילות כימים בתורה ובעבודת ה׳.

ער איז געווען שטארק חביב און מקורב ביי זיין זיידען הרה״ק רבי ישראל יעקב וואס האט אים ארויסגעוויזן א ספיציעלע קירבות און חיבה יתירה. עדי כדי כך אז איינמאל איז ער געפארן מיטן זיידען אויף א שבת קיין לאפוש האט אים דער מכבד געווען צו זאגן תורה אנשטאט אים ווען ער איז אלט געווען נאר זיבעצן יאר, און בעת ווען עס איז דארט געזיצן איינע פון רבי ישראל יעקב׳ס זון.

פאר די פטירה האט ער געבענטש דעם אייניקל שברכותיו הק׳ יעשו פירות להמברכים, וכן היה.

נאך די פטירה פון זיין זיידן איז ער אריבער וואוינען צוזאמען מיט זיין טאטן קיין חוסט ווי דער טאטע רבי שמואל שמעלקי האט איבערגענומען דאס אדמורת בבית מדרשו בחוסט, ער האט דארט געגרינדעט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר די בחורי חמד און ער אליינס האט ווייטער ממשיך געווען בהתמדת התורה ובעבודה.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ פעריל בת הרה״ק רבי פינחס שלום מסקאליע זצ״ל, גלייך נאך זיין חתונה איז זיין טאטע נפטר געווארן און ער האט איבערגענומען דעם הנהגת אדמורת שם.

קודם האט ער מסרב געווען זייענדיג ממש נאך די חתונה אין א יונגערמאן, איז ער געפארן צום ציון פון זיינע אבות אין בושטינא (וואס איז נישט ווייט פון חוסט, עס ליגן אלע אין איין אוהל, זקינו הק׳ די רבי ר׳ מרדכי׳לע און דער זיידע רי״י און זיין טאטע רש״ש) און געבעטן ביין זיידן עפעס א רמז קל אויב מן השמים וויל מען ער זאל אנעמען די אדמורת, צוויי וואכן נאכן מתפלל זיין על ציונם הק׳ האט זיך געמאכט אז א איד וואס האט נאך געקענט דעם רבי ר׳ מרדכי׳לע זצ״ל איז געקומען צו גיין פון א דערנעבענדיגען דארף אז זיין טאכטער דארף א ישועה און זי האט פארציילט אז זי האט געזהן אין חלום אן אלטער איד און אויסגעמשלט האט געהאט אזוי שורות שורת אויף זיין בארד (רבי מרדכילי האט געהאט אכצן שורת אויף זיין דיוקנא דקדושה) און ער זאגט איר אויב זי וויל א רפואה זאל זי גיין צו זיין אייניקל וואס איז נארוואס א רבי געווארן דא נישט ווייט אין חוסט און אזוי וועט זי געהאלפן ווערן. אזוי האט ער געזהן אז מהאט אים געשיקט דעם רמז מן השמים האט ער אנגעהויבן פירן באדמורת און פילע אידן זענען געקומען לפתחו ולבית מדרשו.

נאך דריי יאר זייענדיג אין חוסט האט ער געמוזט אנטלויפן צוליב מיליטער, דאן האט ער זיך געצויגן קיין בודאפעסט ווי ער איז פארבליבן ביז נאכן קריג, מיטמאכענדיג כמה וכמה צרות ושיעובד ביי די רשעים אבער ברוב רחמיו האט ער איבערגעלעבט דעם קריג מיט אלע זיינע קינדער.

אדר תש״ז איז ער אנגעקומען קיין נוי יארק און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, פון דארט איז אריבער קיין קליוולאנד ווי ער פראבירט צו באיינפלוסן די פרייע אידן זיי אריינצוברענגן תחת כנפי השכינה, אבער סיז געווען א שווער פעלד און ער האט געזעהן אז סיז עבדותו הולכת לטמיון, איז ער צוריק קיין נוי יארק, לבענסנהורסט, ומבענסנהורסט לקראון הייטס, וסוף וסוף הגיע לעיר בארא פארק ווי ער האט געהאט זיין הויף פאר פיר אין צוואנציג יאר עד פטירתו.

דער חוסטער רבי האט זיך געפירט מיט א געוואלדיגע ענווה יתירה ושפלות רוח וואס האט ארויסגעשיינט מער ווי אלע זיינע מעלות, סיי פון זיין בקיאות בתורה בש״ס ופוסקים און סיי זיין ידיעה אין חסידישע ספרים וואס ער האט געקענט אויף אויסעווייניג, אפי׳ זיין דאווענען וואס איז געווען באש קודש ובדביקות עצומה ובאמירה נעימה, אבער אויסערליך האט מען נישט געזהן קיין באזונדערע תניעות שונות נאר אלעס האט ער געטון מיט א איינגעהאלטענקייט פון אינדרויסן.

דעם חוסטער רבינס צוגאנג צו א מצוה איז געווען מיט א געוואלדיגע חביבת המצוה סיי די הכנה למצוה סיי די מצוה אליינס און אזוי אויך די קאסטן פאר א מצוה איז געווען אזאך וואס ער האט אויסגעגעבן אלעס וויפיל ער האט געהאט, אזוי אויך די מצות צדקה איז געווען ביי אים חביב מאוד קיין געלט איז ביי אים נישט פארבליבן
אלעס האט ער פארטיילט פאר נצרכים.

נסתלק ביום י״ז טבת שנת תשנ״א
והובא למנוחה לארה״ק על הר הזתים סמוך לאוהל של האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנא זצ״ל

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק

חתניו: הרב יצחק טייטלבוים מנכדי הישמח משה
הגה״צ רבי בנימין שיק ז״ל בן הגה״צ רבי מנחם זאב שיק זצ״ל - מטאקאי
אטעטשמענטס
פָּנֶיךָ הָאֵר בְּעַבְדֶּךָ - חוסטער רבי זצ״ל
פָּנֶיךָ הָאֵר בְּעַבְדֶּךָ - חוסטער רבי זצ״ל
RenderedContent-E2DD6E92-8B6E-4E32-AA1C-1624B1BDC80D.JPG (126.12 KiB) געזען 4304 מאל
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

איז נישט הגה"צ ר' שמעי' שווארץ ז"ל, ר' שיימע, זיין איידעם?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לא לנו האט געשריבן:איז נישט הגה"צ ר' שמעי' שווארץ ז"ל, ר' שיימע, זיין איידעם?

ניין,
געווען א איידים ביי רבי אהרן משה פון גראסווארדיין ( בן רבי בערצי בן רבי מרדכי'לע פון נאדווערנע).
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישי »

געוויונט אין דע Bronx אויך, כמה פעמים געהערט פונעם חוסטער רבין זז"ג.
וויא אויך דאכט זיך עס איז דא נאך א ברודער ר ישרא-ל יעקב
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי שמואל שמעלקי, בהרה״ק רבי ישראל יעקב, בהרה״ק המפורסם רבי מרדכי מנדבורנא זצ״ל.

ביום י״ט כסלו שנת תרס״ו אין די שטאט האלמין.

.

נסתלק ביום י״ז טבת שנת תשנ״א
והובא למנוחה לארה״ק על הר הזתים סמוך לאוהל של האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנא זצ״ל

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק

חתניו: הרב יצחק טייטלבוים מנכדי הישמח משה
הגה״צ רבי בנימין שיק ז״ל בן הגה״צ רבי מנחם זאב שיק זצ״ל - מטאקאי

ובנו רבי ישראל יעקב שליט"א ,שפתח לאחרונה שערי בית מדרשו בעיר ואם בישראל בורו פארק , אשר בשים חוסט יכונה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בן ישי האט געשריבן:געוויונט אין דע Bronx אויך, כמה פעמים געהערט פונעם חוסטער רבין זז"ג.
וויא אויך דאכט זיך עס איז דא נאך א ברודער ר ישרא-ל יעקב

יא גערעכט פאר קראונהייטס געמאכט א סטאפ אין די בראנקס ווי פילע יודן האבן דאן געוואוינט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי שמואל שמעלקי, בהרה״ק רבי ישראל יעקב, בהרה״ק המפורסם רבי מרדכי מנדבורנא זצ״ל.

ביום י״ט כסלו שנת תרס״ו אין די שטאט האלמין.

.

נסתלק ביום י״ז טבת שנת תשנ״א
והובא למנוחה לארה״ק על הר הזתים סמוך לאוהל של האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנא זצ״ל

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק

חתניו: הרב יצחק טייטלבוים מנכדי הישמח משה
הגה״צ רבי בנימין שיק ז״ל בן הגה״צ רבי מנחם זאב שיק זצ״ל - מטאקאי

ובנו רבי ישראל יעקב שליט"א ,שפתח לאחרונה שערי בית מדרשו בעיר ואם בישראל בורו פארק , אשר בשים חוסט יכונה.

חתן כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט חתן הרב שלמה ברוך ריגלער ז"ל
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק חתן רבי שמואל אונסדארפער זצ"ל ממאנטריאל-פ"ת
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:

רבי שלמה ברוך ריגללער חותן החוסטער רבי שליט״א היה איש תלמידי חכם מובהק, וכמדומה מחסידי באבוב נכון?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

געוועזן דער גבאי אין באבובער ביהמ"ד
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ פעריל בת הרה״ק רבי ברוך פנחס מסקאליע זצ״ל

אבי אדמו"ר רבי דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש זצ"ל מסקאליע בארה"ב
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמרי' קערנקרויט »

חמרא, עפעס בילדער פון רבי'ן ביטע?
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אביסעלע געדולד
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חמרא טבא האט געשריבן:געוועזן דער גבאי אין באבובער ביהמ"ד

אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט דעם משניות שיעור בין מנחה למעריב אויף ברוקלין עוו
עס ליגט מיר נאך פאר די אויגען ווי דער רב זי"ע איז געשטאנען ביי זיין שטענעדר
און מיט געהאלטען
-----------------------------------
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט חתן הרב שלמה ברוך ריגלער ז"ל
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק חתן רבי שמואל אונסדארפער זצ"ל ממאנטריאל-פ"ת

אויסגעלאזט ר' ישרא' יעקב לייפער חתן אדמו"ר מווערדאן
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קיקיון האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:געוועזן דער גבאי אין באבובער ביהמ"ד

אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט דעם משניות שיעור בין מנחה למעריב אויף ברוקלין עוו
עס ליגט מיר נאך פאר די אויגען ווי דער רב זי"ע איז געשטאנען ביי זיין שטענעדר
און מיט געהאלטען
-----------------------------------
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט חתן הרב שלמה ברוך ריגלער ז"ל
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק חתן רבי שמואל אונסדארפער זצ"ל ממאנטריאל-פ"ת

אויסגעלאזט ר' ישרא' יעקב לייפער חתן אדמו"ר מווערדאן

די חברים היקרים דא האבן שוין צוגעלייגט דעם ברודער אויך.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ חו״פ
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי שמואל שמעלקי, בהרה״ק רבי ישראל יעקב, בהרה״ק המפורסם רבי מרדכי מנדבורנא זצ״ל.

תמונת רבי ישראל יעקב לייפער מחוסט זצ"ל
אטעטשמענטס
000015_315164ai581rd25bdnc14d.jpg
000015_315164ai581rd25bdnc14d.jpg (45.38 KiB) געזען 4402 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רבי אין די אינגערע יארן
אטעטשמענטס
022.jpg
022.jpg (21.03 KiB) געזען 4401 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביי די חתונה פון א' מצאצאיו מיט זיין שוואגער סקאליער רבי זצ"ל
אטעטשמענטס
029.jpg
029.jpg (247.05 KiB) געזען 4400 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביי א שמחה בביתו
ווערט געזען פון ר. צו ל. אדמור מסטראזניץ?, רבינו, חתן, סקאליער רבי, רבי איתמר'ל מנדבורנא, רבי חיים שלמה מחוסט
אויף די אנדערע זייט טיש ווערט געזען אדמו"ר רבי שלמה לייפער שליט"א מנדבורנא ב"פ
אטעטשמענטס
013.jpg
013.jpg (471.1 KiB) געזען 4399 מאל
לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין די שפעטערע יארן
אטעטשמענטס
chist.jpg
chist.jpg (118.12 KiB) געזען 4385 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

שיינע בילדער יישר כח

תתחדש פארן נייעם וואסער מארקע !!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אמר בשם צדיקים כי כשנותנים שם לילד לא לתת חצי שם של אדם אחד, והטעם שיכול ליהות שהשם שלא נתנו זה היה כל החיות של האדם הזה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:ביי א שמחה בביתו
ווערט געזען פון ר. צו ל. אדמור מסטראזניץ?, רבינו, חתן, סקאליער רבי, רבי איתמר,ל מנדבורנא, רבי חיים שלמה מחוסט
אויף די אנדערע זייט טיש ווערט געזען אדמו"ר רבי שלמה לייפער שליט"א מנדבורנא ב"פ

רבי חיים שלמה מחוסט איז געווען פארן רבין א פעטער ?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ביי א שמחה בביתו
ווערט געזען פון ר. צו ל. אדמור מסטראזניץ?, רבינו, חתן, סקאליער רבי, רבי איתמר,ל מנדבורנא, רבי חיים שלמה מחוסט
אויף די אנדערע זייט טיש ווערט געזען אדמו"ר רבי שלמה לייפער שליט"א מנדבורנא ב"פ

רבי חיים שלמה מחוסט איז געווען פארן רבין א פעטער ?

יע אן איידעם ביי רבי ישראל יעקב
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמרי' קערנקרויט »

א גרויסן יישר כח חמרא פאר דיינע הערליכע בילדער, סיי דא און סיי אין אלע אנדערע אשכולות!!

איך מיין איך גיי עפענען א "אונטערן טיש" אשכול פאר ידידינו ר' חמרא ווי דער עולם וועט קענען אריינגיין און זיך באדאנקען...
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”