אבער עס איז זייער שווער פאר דעם גלות אידן
דעם וועג פון ריכטיגן אמת אפצוהיטן
ווען מען לעבט אין א וועלט פון שקר און רויב
און דער ליגנער האט דעם כבוד און לויב
און מיט דעם אמת קען מען לייכט אריינפאלן אין עצבות און ווערן צובראכן
דערפאר מוז מען אנקומען צו די מדה פון בטחון
מען דארף גלויבן
אז דער באשעפער זעהט אלץ פון אויבן
און ווייסט גוט די שוועריגקייטן אין לעבן
און צום סוף וועט ער זיין הילף געבן
מוצאי שבת ביינאכט
נאכדעם ווי הבדלה געמאכט
עס פאנגט זיך אן דער וואכעדיגער מארגן, מיט אלע דאגות און זארגן
מען דארף צאלן חובות מען דארף ווידער בארגן
אזוי גייען טעג און וואכן
ברענגט אונז אראפ דער הייליגער סידור'ל א מעשה'לע פון בטחון
ניגון ה'
איש חסיד
(א מעשה'לע פון סידור)
הערט א מעשה איך וועל אייך דערציילען
פון א איד א חסיד'ל א וואוילען
און ער האט געליטן נויט, ניט געהאט קיין שטיקל ברויט
קינדער אויסגעדארטע ביין און הויט
זאגט זיין פרוי איך קאן שוין מער נישט ווארטען
מען דארף עפעס אנפאנגען צו טראכטען
דו האסט געלערנט טאג און נאכט, ביים גמרא נאר פארבראכט
קיין פרנסה האסטו נישט געמאכט
היינט איז דער יריד פון אלע יאהרען
קומען וועלן מענטשן פיל צופארען
און אויף יעדן ארט, פארקויפן וועט מען דארט
אלע מינים סחורות פון דער וועלט
אפשר טאקע וואלט געווען א סברא
אז דו זאלסט פארמאכן דער גמרא
און ארויס אין מאַרק, און זוכן דארט שטארק
אפשר וועסטו ברענגען עפעס געלט
און דער איד האט זיך אביסאלע פארטראכט
דער גמרא האט ער נעבעך צוגעמאכט
זיין ווייבל איז ארויס, אין דעם שכנ'ס הויז
רייכע קליידער איהם געבראכט
און דער איד ער האט די קליידער אנגעטוהן
א צילענדער מיט א הוט ווי רייכע טוען אן
אויפן בויך אין דער ברייט, א זייגער מיט א קייט
ווי דער פריץ גייט
און ביי איהם אין טאש ניטא קיין גראשן
און ער קאן נישט אויך דעם פרעמדן לשון
ער האט ניט וואס פארקויפן, ער האט ניט וואס צו קויפן
ער האט בטחון נאר אליין
און אין הויז עס זיצן פרוי און קינדער
בעטן ביים באשעפער באווייז א וואונדער
דער טאטע זאל צוריק, אהיים קומען מיט גליק
און זאל ברענגען עפעס געלט
2
און דער איד ארויס איז אינדרויסן
און אריין אין טומעל אין דעם גרויסן
איינער גייט און איינער לויפט, איינער קויפט אדער פארקויפט
און ארום איז אלעס ווי צושרויפט
פלוצלינג ווערט שטארק ליכטיג אויף די וועגן
ער זעהט אליהו הנביא קומט אנטקעגן
א פייער ברענט אויף די ווענט, באלויכט דעם פנים מיט די הענט
גייען מענטשן קיינער נישט דערקענט
זאגט אליהו הנביא עס איז שוין א יושר
אז דו זאלסט דאך ווערן א גרויסער עושר
איך וועל זיין דיין קנעכט, פון א גרויסן ווערט
און דו וועסט מיר פארקויפן פאר א קנעכט
דער איד ער קאן קיין עצה זיך נישט געבן
ווי אזוי פארקויפט מען דעם גרויסן רבי'ן
נאר אז דער באשעפער וויל, און דאס איז די ציהל
און וואס מען זאל נישט טוהן איז ער גערעכט
דער חסיד האט אליהו'ן אין מארק אוועקגעשטעלט
און שרייט ווער קויפט א קנעכט איינער אין דער וועלט
אלעס קאן ער טאהן, וואס איר ווילט ער קאן
קומען סוחרים קוקען אָן
געקומען איז א סוחר א גרויסער מיליאָנער
א קוק געטוהן דעם קנעכט און ניט גערעדט שוין מער
דעם איד האט ער באצאלט, וויפיהל ער האט געוואלט
צען טויזנט שטיקער גאלד
דער סוחר זאגט צום קנעכט מיר אלע ווייסן
אז דו קאנסט דאך טוהן וואס מען וועט דיר הייסן
בוי זשע מיר דא אויס, א קעניגליכען הויז
און איך וועל דיר ארויסלאזן באלד
און זיי זיינען אויפן ארט געקומען
צו דער ארבעט האט מען זיך גענומען
ארבייטער א סאך, מען ארבעט אין דער זאך
און ביז צום ענדע ווייט מען האלט
3
און אינמיטן נאכט האט עס געטראפן
אלע זיינען שוין פון לאנג געשלאפן
אליהו טוט זיך שטיין, און איז מתפלל מיט געוויין
און ער בעט ביים אייבערשטן אליין
צוליב דיין כבוד בין איך דא געגאנגען
און די מענטשן האבן מיר געפאנגען
האב רחמנות העלף מיר אויס, שיק מלאכים גלייך ארויס
זיי זאלן העלפן פארטיג מאכן די הויז
און פון הימל האבן גלייך גענומען
צענדליגער מלאכים אראפ צו קומען
און אלע האבן זיך, גענומען בויען גיך
די הויז פערטיג געמאכט ביז טאג
דער סוחר האט א נאכט גארניט געשלאפן
ווי געווארן טאג איז ער גלייך געלאפן
דערזעהן דעם פאלאץ שטייט, פערטיג און גרייט
און באפרייט דעם קנעכט ווי ער האט געזאגט
אליהו הנביא האט זיך ארויסגעצויגען
און פאר אלע מענטשן אין די אויגען
זיך אויפגעהויבן הויך, ווי א דינער רויך
צו דעם הימל אוועקגעפלויגען
שטייען אלע מענטשן און קוקען אויבן
און די אויגן קאנען זיי נישט גלויבן
נאך קיינמאל ניט געזעהן, נאך קיינמאל ניט געווען
אין וועמענס זכות איז עס געשעהן
און ביי זיך אין הויז ביי דער גמרא
זיצט זיך דער חסיד'ל ווי א שררה
און אין הויז איז פיל, אלעס וואס מען וויל
מיט אלע גוטע זאכען פון דער וועלט
זינגט דער חסיד'ל ווער ס'לערנט תורה
דער האט קיינמאל פאר קיין זאך ניט מורא
ווייל אליין אויף איהם, אכטונג גיט השם
און גיט איהם אלעס וואס איהם פעלט