קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווען ווערט "ויאמר" געפינטלט מיט א פתח אונטער'ן מ? איך האב געמיינט ביז היינט אז נאר ביי אן אתנחתא און א סוף פסוק, אבער יעצט האב איך געזען אז אינעם פסוק "והנה ה' נצב עליו ויאמַר" איז נישט דא קיין אתנחתא ביי ויאמר. וואס איז דער כלל ביי דעם?
כמיין אז ווען די טראפ איז א מונח סגול איז אויך מיט א פתח ווייל אין געוויסע זין איז א מונח סגול כמעט אזא מפסיק ווי א אתנחתא. כדענק עפעס איינער געזאגט אז א סגול איז דאך 3 נקודות ווייל די טראפ טוט מאכן א דריטע הפסק אינעם פסוק אויזער די געוועליכע אתנחתא און סוף פסוק. קומט אויס אז די פסוק ווערט צוטיילט אין 3.