זענען אונזערע מוסדות SAFE?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

זענען אונזערע מוסדות SAFE?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בס"ד

דיסקלעימער:

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
עס איז ביי מיר נישט קיין ספק און ספק ספיקא אז דער בו"ע פירט די וועלט, און אלעס, אלעס אלעס אלעס וואס קומט פאר אויף דעם עולם איז מששת ימי בראשית אפגעשריבן דורכ'ן יחידו של עולם, און מען קען נישט טוישן אדער איבערקומען וואס דער רצון ה' איז.


איך האב געשריבן דעם הקדמה ווייל דער נושא איז האקעל, איך ווייס נישט ווי ווייט מען האט עס שוין ארויפגעברענגט דא, איך בין שוין לאנג נישט דא געווען און כ'קום ארויף ספעציעל פאר דעם ווייל עס דרוקט מיר אויף מיין געוויסן.

די פראגע איז זייער פשוט, זענען אונזערע מוסודת, חדרים און מיידעל סקולס ווי צענדליגע טויזענטער קינדער פארברענגן טעגליך שעות אויף שעות SAFE?

מיט אפאר חדשים צוריק האב איך געלייענט אין צייטונג פון ר' שאול קליין וויאזוי ער האט באזוכט אין א חדר אין אייראפע און איבער די וועכטער וואס געבן אכט, מען קען נישט סתם אזוי אריינגיין אין חדר אינמיטן טאג וכו' וכו' און ער דרוקט זיך אויס מיט וואונדער פארוואס אין אמעריקא זעהט מען נישט דאס.

באמת האב איך די שאלה שוין געהאט נאך פון בעפאר. אין אונזערע מוסודת גייען דאך שווערע טויזנטער צאן קדשים, אינגעלעך און מיידלעך, און ב"ה אז קיין איינער האט נישט קיין געווער וכו', אבער ליידער איז די וועלט היינט אויף א שרעקליכע מצב, מען קען נישט וויסן וואס די מארגן וועט ברענגן, פארוואס זאל נישט זיין עפעס סעקיוריטי, עפעס וועכטער וואס זאלן זיין על כל צרה שלא תבוא קיינמאל רח"ל?

עס עגבערט מיר, מיר זענען אידן, מיר דארפן בעטן דעם באשעפער, מתפלל זיין יעדען טאג, און אין די זעלבע צייט איז דא א חיוב פון השתדלות בדרך העולם, און ווי איז די מינימום השתדלות?

עס קען אפי' זיין אז עס דארף נישט קאסטן, מען קען עס באקומען פון די רעגירונג, אבער אפי' ווען עס קאסט יא, איז דען דא נאך עפעס אזוי טייער ווי אונזערע קינדער???

די מוסדות התורה וואס זענען אזוי געטריי פארן חינוך פונעם דור, בעטן מיר ביי זיי, נישט מען זאל זיך ח"ו ערוועקן פון א טראגעדיע, נאר אין א וועלט ווי היינט דארף מען האבן זיכערהייט ביי די בנינים, כאטש עפעס וואס זאל צוריקהאלטן ח"ו עטוואס, עס זאל קיינמאל נישט פאסירן.

ויה"ר אז דער בו"ע זאל אפהיטן אידישע קינדער באשר הם שם, מען זאל נישט וויסן פון קיין צרות מער קיינמאל נאר זוכה זיין אט אט לאורו של משיח צדקינו בב"א
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

עס איז דא היימישע מוסדות וואס מען דארף קלונגען א בעלל אריין ציגיין
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

גראדע געווען פאריגע וואך אדווערטייזט אין דבר יום אז א מוסד זוכט מיטליעריג יודן צו דינען אלץ טיר וועכטערס אין חדרים. (מסתמא איז דא עפעס א גרענט אדער פראגראם צו מאכן געלט..)

אויך האט קול מבשר דערציילט פאריגע וואך אז איינער פון אונזערע היימישע ערוועלטע האט אויפגעברענגט א ביל אז ס'זאל זיין א באוואפענטער פאליציאנט ביי יעדע חדר/סקול בילדינג אין די גאנצע סיטי נאך עפעס א שיסעריי אין סקול (קאליפארניע דוכט זיך)
1 + 1 = חלה דעקל...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אמאל געווען דא א לענגערע אשכול דעראיבער פון ר' יידישע קהילות, נאך די ביטערע טראגעדיע אין הר נוף

***

געטראפען דעם אשכול טוהן מיר גענוג פאר אונזער סעקיורטי?
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לויט ווי איך פארשטיי איז אין א סאך קעמפס דא א נאכט וועכטער (א באוואפענטער וועכטער); דארף דער זעלבע סיסטעם גענוצט ווערען דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שמעלקא, די ברענגסט ארויף גאר א וויכטיגע פונקט! בין איך געוועהן אין Europe יארן צירוק און א יעדער מוסד אדער שוהל האט וועכטער. אין דייטשלאנד איז שבת געוועהן א פאר וועכטער. באוואפענט. מען לעבט היינט אין א מעשוגענער וועלט. קומט א יום טוב, די גרויסע שולען זענען בליעה"ר פול געפאקט. און איעדער קען גיין און קומען אומגעשטערט. עס דארפן זיין לכה"פ אפאר אינגעלייט מיט געוועהר. גוט געטרעינט פארשטייט זיך. אין North Miami Beach גייען אפאר פון די חברה שומרים דארט מיט געווער אפילו אין שבת (באהאלטן). איך פסקען נישט הלכות. זומער קעמפס איז היינט אביסל בעסער פון אמאהל, אבער דארף נאך גאר א תיקון. זיי אלטס שמורה פון טעראר און סיי אז נישט איעדער זאל קענען אריינקומען ווי ביים טאטע אין וויינגארטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער קשיא איז נאך שטערקער ווען מען נעמט אין אכט אז ביי להבדיל די גוי'שע שולעס זענען יא פארהאנען וועכטער. ולא תהא כוהנת כפונדקית?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אנעים זמירות האט געשריבן:דער קשיא איז נאך שטערקער ווען מען נעמט אין אכט אז ביי להבדיל די גוי'שע שולעס זענען יא פארהאנען וועכטער. ולא תהא כוהנת כפונדקית?

גוישע "שולעס" schools זענען אייביג פארשפארט. און זיי טוען אייביג fire and safety drills, וויאזוי צו evacuate or lockdown and shelter in place וכו'.

גוישע "שולען" להבדיל אלף אלפי הבדלות - האבן נישט קיין טויזענטער אפילו אין זייער יום הקדוש. די גרעסטע קלויסטער זייער אויף פיפט עוועניו שטייט ליידיג איעדן זונטאג. און טאקע, עס איז געווען א סאך שיסעריי און די לעצטע יאהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

שמעלקא טויב האט געשריבן:עס קען אפי' זיין אז עס דארף נישט קאסטן, מען קען עס באקומען פון די רעגירונג,

ווען מען קען עס ווען באקומען פון די רעגירונג זאג איך דיר צו אז אלע מוסדות וואלטן געהאט עטליכע הונדערט וועכטער, נישט ווייל עס פעלט אויס נאר ווייל מען קען עס באקומען... מיר צאלן דאך אויך שטייערן...
אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמרי' קערנקרויט »

אנעים זמירות האט געשריבן:דער קשיא איז נאך שטערקער ווען מען נעמט אין אכט אז ביי להבדיל די גוי'שע שולעס זענען יא פארהאנען וועכטער. ולא תהא כוהנת כפונדקית?

ביי די גוים דארף מען די וועכטער פאר די פארברעכער פון "אינעווייניג", פיל מאל קומען קינדער אין שולע באוואפנט, אדער ברעכן אויס היציגע שלעגערייען, משא"כ ביינונז איז ב"ה נישטא אזאנס.

צום עצם ענין, א טעראריסט אין אמעריקא וועט עפי"ר נישט טארגעטן דוקא אידן, נאר סתם אמעריקאנער בירגער, ער וועט גיין קיין וועסט סייד מאנהעטן אויפן בייק לעין... טא פארוואס פעלט אויס דער גאנצער ענין?! איר האט מורא צו גיין אין ביהמ"ד ווייל א טעראריסט וועט אריינשטורעמען? איך ווייס נישט, איך נישט... כנלפענ"ד.

על כל צרה שלא תבא ריספאנד ב"ה די NYPD היפש געשיקט.
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”