אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך בין נישט ברוגז אז דו ביסט מחולק. אדרבה, דאס איז דאך די ענדזשין פון אן אשכול. איך ווייס נאר נישט פונקטליך 'פארוואס' דו ביסט מחולק. דו אליין ביסט דאך מודה אז דער אויסלייג, לויט ווי מ'פרענאונסט דאס אין ענגליש, קומט צו זאגן סערא אדער דעיוויד.
כ'טראכט נאר צו דיינע צוויי משלים, פון סערא/סארא און דעיוויד/דאוויד, זענען נישט געוואנדן לויט די אקצענטן פונעם היגן ענגליש ביז צום ענגלישן ענגליש. קאן זיין אז אין ענגלאנד פרענאנסט מען דעם A פון SARAH און DAVID, סארא און דאוויד. ווייס איך נישט.
(לפי שיטתך, קומט לכאורה צו זאגן 'פאלין' נישט 'פעילין'. עניוועי, דער אשכול פארפארט שוין פון אירע רעלסן).

מיללער;
אלבערט (כ'האף עס איז נישט קיין כינוי שם לחבירו) איז זיך אליינס סותר די וואך, אויף איין פלאץ האב איך געזען "סערא" און די אנדערע "סארא" (אי נמי יש לומר אז איינע פון די זאכן האט א געהילף געשריבן).
איך שרייב שרה, ווייל "סארא" איז נישט קיין ווארט אין מיין ווערטערבוך. עס איז ביי מיר קאמיש נאכצובאמבלן זייער פארדרייטע ווערסיע פון א ריכטיגע נאמען.
שטעלט אייך אלע אויפן קאפ, אבער איך וועל ווייטער שרייבן אברהם לינקאלן און דניאל סקוואדראן...

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
קרעמער האט געשריבן:איך קען נישט באשלוסן אויב מען שרייבט פארן אדער פאר'ן.
אפשר קען מען מחלק זיין וואס די באדייט דערפון איז?
"פארן" גיין דאווענען האט משה אריינגערוימט א סוד "פארן" רב.
די צוויי ווערטער האבן אנדערע משמעות'ן. די ערשטע איז לפני, די צוויי איז אל.
קרעמער, אחר אלף מחילות, דו ביסט פאר"פארן" מיט דיינע צוויי "פארן",
דער ערשטער "פארן" איז "לפני", און דער צווייטער "פארן" "בפני", אזוי אויך כמעט אלע פני'ס זענען טייטש "פאר", לפני - פאר, בפני - פאר, על פני - פאר, מפני מה - פאר וואס.
. ודו''ק כי כן הוא ע''פ האמת.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2008 8:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12688
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
טרוקן, נישט טריקן.
בלשון עבר "געפונען", בלשון הוה אדער עתיד "געפינען".
לכאורה שרייבט מען "ערפינדער".
פאר'ן גיין דאווענען, און פאר'ן רב. אבער ביידע איז בדיעבד. דער ערשטער פאר איז א קיצור פון בעפאר, און איך שרייב אפילו (דעת יחידאה) "בעפאר'ן גיין דאווענען", הגם איך פרוביר עס אויסצומיידן און שרייבן ענדערש "בעפאר ער איז געגאנגען דאווענען. געגאנגען זאגן "פאר'ן רב" איז גוט מונדליך; ביים שרייבן שרייבט מען צום רב אדער דעם רב, הגם די צווייטע איז א קיצור.
בנוגע ניצן און נוצן: בלשון עבר שרייבט מען זיכער "גענוצט", די שאלה איז נאר בהוה ובעתיד. מר. אידיש האט אמאל געשריבן - דאכט זיך - אז מ'שרייבט ניצן, און אזוי האב איך שטענדיג געטון, אפילו ס'האט מיר אויסגעקוקט אומבא'טעמ'ט. למעשה האט ער געשריבן אין איינע פון זיינע לעצטע אשכולות לפני הסתלקותו לחיי העולם הזה, אז מ'שרייבט שטענדיג "נוצן" מיט א ו'. יעצט זאגסטו מיר, ווען כ'האב מיך שוין צוגעוואוינט מיט א י'?

An article a day keeps the babies away
געפונען און געפינען רעדט שוין אפילו סענדר אין "דאס אידישע יאר" אלס ביישפיל פון א חילוק צווישן עבר און עתיד, וואס טוישט א וי"ו צו א יו"ד
און מ'שרייבט טאקע אויסגעטריקנט מיט א יו"ד, ווי זארעכפעפער האט געזאגט
ניצן, האב איך געזען דא אין אידישע וועלט ווי "אידיש" זאגט אז אנדערש ווי אייביג מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן עבר און עתיד, און מ'שרייבט אייביג מיט א יו"ד [ניצען זיכער נישט], יעצט הער איך צום ערשטן מאל אז נישט.?
און מ'שרייבט טאקע אויסגעטריקנט מיט א יו"ד, ווי זארעכפעפער האט געזאגט
ניצן, האב איך געזען דא אין אידישע וועלט ווי "אידיש" זאגט אז אנדערש ווי אייביג מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן עבר און עתיד, און מ'שרייבט אייביג מיט א יו"ד [ניצען זיכער נישט], יעצט הער איך צום ערשטן מאל אז נישט.?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
קרעמער, כ'דענק אז הרב אידיש האט ערגעץ וואו צווישן די פילע אשכולות אמאל ארומגערעדט איבער די ענדליכע פראגע פון יעדע/יעדעס/יעדן. (אפשר ביים מאכן דעם מפתח וועסטו זיך באגעגענען דערמיט).
כ'מיין אז ס'האט מיט די כללים פון פרעפאזיציע און אקוזאטיוו. כלומר:
משה 'אליין' פאסט זיין באשלוס נישט צו גיין.
משה "האט" (דער 'האט' ברענגט מיט זיך דעם סמ"ך) 'אליינס' באשלאסן נישט צו גיין.
קען זיין איך בין גרייזיג, איך געדענק עפעס אזוי. אדרבה, זוך אפיר דעם אשכול (איך וועל אויך פרובירן, און דיר העלפן עס אפירבראכן).
(אגב דיין פראגע קומט נישט אין דעם אשכול. דאס האט נישט מיט אויסלייג, דאס האט מיט גראמאטיק און דקדוק פון די אידישע כללים).
*
אקעי, ומצאתי תאמין...
נאדיר דעם ביאור וואס 'לעווי' ברענגט בשם הרב אידיש. בכלל די ערשטע פאר תגובות אין יענעם (ביטערן?) אשכול רעדט ארום איבער די ענדליכע פראגע פון יעדן/יעדעס וכו'.
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p135074

לעצט פארראכטן דורך זארעכפעפער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2008 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm