ימים נוראים-סאטמאר (מהר"א) נייע ניגונים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

ימים נוראים-סאטמאר (מהר"א) נייע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך וואלט דאס ווען נישט באשריבן, אבער איך מוז וועגן די פאלגענדע סיבה.

הכלל, האב איך מיר היינט צופרי איינגעהאנדעלט די סידי פון די נייע ימים נוראים ניגונים, די ניגונים זענען ווי יעדעס יאר קאמפאזירט געווארן דורך הר"ר יודל ווערצבערגער און ר שלמה צבי עקשטיין, געווענדליך אזא טעיפ הער איך א צוויי דריי מאל און פארטיג, ווייל געווענליך איז נישט דא קיין גרויסע חידושים ביי די ניגונים, יעדער קען דאך די וויץ, מנעמט די פאריעריגע ניגונים מלייגט עס אריין אין א גארביטש בעג, מען מישט עס אויס, די תנועות פארדרייען זיך אביסל אהער און אהין... און ויצא העגל הזה.

גראדע איז אבער דאס יאר יא דא חידושים און עפעס נייע זאכן, דער מלך עליון איז זייער שיין ווי אויכעט אין אין קצבה איז דא חידושים, די הקפה ניגון איז היבש לעבעדיג, און ווי עס קוקט אויס וועט מען קענען פיין טאנצן דערויף,נישט קיין חידושים, חמול איז זייער טיפיקעל אזוי אז כאב מיך געטראפן מיטזינגן דערמיט... מכלכל חיים איז הערליך און לעבעדיג, וכול מאמינים אויך כמעט נישט קיין חידושים אבער גאנץ שיין.

אבער דא האט מיך די טעיפ געכאפט אין א סורפרייז, און דאס וועט זיין די סיבה פארוואס די טעיפ וועט נישט אזוי שנעל ווערן ארויסגעווארפן אויפן טראוועי.

עפעס א נייע זינגער זינגט אויף דעם טעיפ אשר לא שמעתי מאז ומקדם, און ער זינגט גוט, און איך בין געווענליך א שארפע קריטיקער אויף זינגערס וואס זייערע שטימעס זענען כבולעו כך פולטו, אבער ער האט מיך סורפרייזד.

איך ווייס אז עמרם אקער און שלמה הערש עקשטיין זינגען דארטן, אבער דער דריטער איז מוראדיג, ווען ער זינגט אויף די נידעריגע טענער איז ער נישט פלעין צוברייטערט נאר עס האט אויך א קלינג דערצו, ביי די הויכע טענער ווערט זיין קול היבש דין און היי פיטש אבער דאך האלט ער עטוואס אן א ברייטקייט, דאס איז אסאך מעלות אין איין שטימע.

אומגערישט גיט ער א קום אריין ביי די דריטע פאל פון מלך עליון פון אויבן מיט א היבשע זיסקייט אז כאב שיעור געמאכט א שארט סטאפ, אזא קול וועט איר נישט הערן אויף קיין איינע פון די נייע טעיפס.

ווער אידאס ? לאמיך ענק געבן עטליכע סימנים אויף זיין שטימע:

סיז שענער פון שלמה דאקס און שוועקי, אבער נישט שענער פון יאנקל אונגאר.
שענער פון יוסי מייער און יודל ווערדיגער, אבער נישט פון אייזיק האניג.

זיין שטימע גליטשט זיך מיט א חן און נאטורליכקייט, הארציג און געפיליש, דין און ברייט און מיט א קלינג, אט דאס הייסט א זינגער.

ווער אידאס ?
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

גראדע האב איך עס געהערט ביי א צווייטן, איך ווייס וועם דו מיינסט, ער זינגט טאקע שיין, איך ווייס נישט זיין נאמען, איינער קען ארויף לייגן א קליפ ?

שיין געשריבן איזאק.
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

אפשר טאקע לייגסטו ארויף דעם טעפ? דער עולם וויל דאס הערן
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער פיין געשריבן איזאק.

דא האט איר א שטיקל פון חמול, איינמאל פון אים אליין, און איינמאל מיט צוזאמען מיט עקשטיין.
אטעטשמענטס

[דער עקסטענשאן wma ארבעט נישט.]

אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איזאק, דיין באשרייבעכץ איז די איינציגסטע זאך וואס איז דא אינטרעסאנט ;l;p-
די ניגונים און די זינגערס סאונדן גאנץ טיפיקל.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

איזאק, איך האב עס געהערט איין מאל, און דאס איז טאקע די איינציגע זאך וואס האט מיך געכאפט, מיר האצעך געדאכט אז סיז דא דארט א גוטע זינגער, די טעיפ אליין האט מיך אינגאנצן נישט באנומען, עלעכעס נאכאמאל אויסהערן, די קליפ קען איך נישט עפענען.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך בין מודה אז ער זינגט זיער שיין , איך הער געווענטליך נישט קיין ימים נוראים טעפ'ס וועגן די טעם פון איזאק אז יעדע יאר איז די זעלבע נאר מיט א תניעה אהער אין א תניעה אהין אבער דעי יאר איז פנים חדשות באו לכאן, ער זינגט הערליך שיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער זינגט דאך הערליך, איך האב גראדע יא געהערט א נאמען פון א גאר חשוב'ער אינגערמאן, איך האב אבער חשק עס צו וועריפיאירן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך ווייס גראדע ווער ער איז, ממקור ראשון. ער הייסט ר' יואל גאנדל און וואוינט אין וויליאמסבורג, א זון פון ר' שרגא יצחק פון ק"י. ער ארבעט אין מוסדות סאטמאר וומס"ב (די גרינע...) און איז א גרויסער עסקן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מאשקע, האסט עס אראפגענאגעלט, און אזוי ווי דו זאגסט אן עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

יא, גאנדל הייסט ער, נישט קיין מושג ווער דאס איז, אבער א מעכטיגע קאמפלימענט איז ער ווערט.
מכלכל חיים איז נאך דאס בעסטע.
אן אים איז קיין טעיפ נישטא.
איינער קען מיר מסביר זיין די איכה ניגון פאר די הקפה ניגון וואס די מוזיק שפילט ?
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

יא די ניגון דארף צו זיין, וואו שוין געשריבען אויף א צווייט פלאץ, אתה הראת וואס מען זאגט פאר די הקפות, און ווא דארט געשריבען איז עס נישט די נוסח וואס מען זאגט דארט וואו איך דאווען, אפשר ביי די עקשטיין'ס זאגט מען אזוי.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאנאוי..........
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ! כ'קען עם דער גאנדל, ער האט זייער א קלארע שטימע, ער האט שוין געזינגען אויף מער ווי איין טעיפ, אויב די זכרון ארבעט, האטער געזינגען אויף די קראָלע טעיפ "במרום".

און בנוגע זיין זינגען דארט אויפן טעיפ, ער איז לויט מיין אינפערמאציע נישט געווען גרייט אז ער גייט בכלל זינגען אויפן טעיפ, ער האט נאך ניטאמאל געקענט די ניגונים, און פארדעים ווען ער זינגט די הויכע פאל, קען מען מיינען אז ער קען נישט ארויפציען, אבער דערווייל איז די סיבה דערפון פשוט ווייל ער האט נישט געקענט אזוי גוט די ניגונים, און ער איז נישט געווען זיכער וואס קומט נעקסט.

אבער די עצם געזינגעכטץ, איז עפעס מורא'דיג, ער זינגט זייער שיין, גוט און קלאר, הו נאוז? אפשר ווילער גאר אריינגיין אין די ליין פון זינגען אויף שמחות?

און יעצט העמער א-וואו אלעמאל ווארטן אויף אונזער קארעספאנדענט הרב צייטליך זאל איבער געבן א דיטעיל'ד ריפארט פונעם טעיפ.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אויסגעהערט די ארויפגעלייגטע שטיקל, און... יא, עס איז א שיין שטיקל!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך בין שוין געוואר געווארען איך האב אים שוין געהערט אמאל איך מיין ביי די חניכת הבית און סאטמאר

ער זינגט מורא'דיג שיין און הערליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פארשטיי נישט. אויב האט ער טאקע אזא שטימע וכו' וכו', פארוואס הערט מען נישט פון אים?

איז ער אין די אומריכטיגע פראפעסיע? האט ער דא א פריינט וואס קען אים מעורר זיין דערויף?

הכלל, איך האב דאס געהערט, און געהערט, און עס איז מיט פיין געפאלן (שפעטער האב איך מיך געכאפט אז איך האב אויפן הארד-דרייוו עטליכע קורצע נוסחאות פון אים, אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען שטעלט ארויף אזא פייל ווי טריאו).
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וויכטיג מאכער, איך בין מסכים צו מאכן א רעפארט, אבער זאג מיר ווי איך קען זיך איינהאנדלען דעם טעיפ?

אפשר קאנסטו מיר דאס אריבערשיקן? די האסטעך אלע טעיפ'ס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ער קוקט אויס גאנץ גוט
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

צאַפל מיר, דו יצר! באטראסקע מיר מיט נאך שלעכעט מחשבות, וואס ווילסטו פון מיר? אָט אָט אין איך זינג מיר אונטער חמול, אין אלעס איז אפגעווישט. העכסענס איין שפאציר צום וואסער'ל ביים ברעג, אין אריינ'תשליך'ן אלעס אָפגעטאָפט פון מיר, נ'פארטיג.

***
ווען אין דאס מינדעסטע אנזעץ זאל איך הערן א טעיפ פון ימים נוראים? אין מען אנאליזרט דאס נאך אויכעט? דעטס פאַר פראָם... איי געס סאָמטינג ביהיינד איט. באָט איי וויל דזשאָמפ אָווער איט.

איזאק; דו זוי משוגע זיס מיט דיין שרייבונג, אבער אָן די אָדער הענד - ביסטו סימפל גערעכט, מען מישט עס אויס אין א גארבידזש בעג, אין מען שלעפט ארויס איינס נאָכעס אנדערס אין מען זינגט דאס איבער כאילו עס איז יעצט ארויס פון מאשין.

אבער הער, אז 3X0 האט געלינדערט זיין הארצבארימקייט אין אריינגעשליידערט א שטיקל ווי מען קען הערן די שטיקער ניגונים, האט מיר דאס א ציפ גכעטאן, פארוואס עפעס ווארטן צו זיצן מיטן טלית'ל איינגעבויגן אינעם מחזור, נישט אויסרעדענדיג צו קענען אפילו פרעגן ס'שכן וועכע שטיקל מען האלט.

פארוואס ווארטן ביז דעמאלטס צו זינגען "חמול". זאל זיך שוין יעצט זיין "חמול'ן" - אין געס וואַט! אוי ס'שטיקל איז ממש א שטיק הארץ, איך גלייך זייער נגינה, אבער הארץ אין נגינה איז א זאך, וואס מען ברויך קענען אריינלייגן, (איזאק; דא דיסעגרי איך מיטי דיר, ווייל א זינגער אויב לייגט ער אריין אביצצצצקעלע הארץ, איז דאס טיילמאל 'סאַכאַסאַך' בעסער ווי דער מיטן גרויסן שנויצן אין דיקע שיינע שטימע. איזאק, עגרי?)

ווער אידאָס? איינער זאגט אז דאס איז ר' יואל גאנדל, דאונט טעלל מי אז דאס איז דער גאנדל... וואס איז טאקע דער מעכטיגער עסקן? [יאפ ער איז א גוטער נשמה] (האט ער געזינגען ביי די שמחת בית השואבה אין סאטמאר פארגאנגענע יאר אויכעט?) ער האט טאקע אזא מעכטיגער שטימע? פשש... אמאל מו זמען צוקומען צו קרעטשמע צו געוואיר ווערן אזאנס. געטס מיר זיין אדרעס, איך וועל אים שיקן א ליידעריגער קאסעטע זאל ער מיר אריינזינגען אפאר לכה דודי ניגונים, נ'פארטיג, על איך דאס אנצינדן מיט א שבת זייגער א יעדער וואך ביי מיר אין ס'מעדרעש.

ער זינגט גוט, פערפעל-פילן [במקום: פארפאלן, מאכט סענס? שוטה; זאל עס נאך מאכן אויך?] אבער גוט זינגט ער!

שכח טריאו, אויב האסטע נאך פון דיינע אויסגעשטרענגטע טייערע מינוטין, שליידער ארויךף נאך, דאנק פון טיפן קושקע.

אוי... זינג איבער די שטיקל, אייש... אזא שיינער פאַל... אוי ווען איך קען ווען נאָטן, וואלט איך אריינגעשריבן ויאזוי איך פיל ביי די ניגון...

טרירי-ראַריי... ראָאאם... אאאאוי....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נאכן זעהן דער שטורעם וואס איזאק האט דא געמאכט אין א גלעזל וואסער און נאך די אנפראגע פון עטליכע איבער די דעטאלן און אזוי אויך אויף די ספעציעלע בקשה פון וויכטיג מאכער האב איך אפגעמאכט זיך אריינצולייגן אין די דיקעקייט פונעם באלקאן (בעובי הקור"ה) און דערגיין די אלע דעטאלן איבער דעם סידי און אירע זינגער'ס.

נאכן געוואויער ווערן ווער עס האט ארענדזשירט די גאנצע מעשה האבן מיר אויפגעהויבן א טעלפאון און גלייך אנגעקלינגען צו ר' שלמה הערש עקשטיין אין שטוב, ער איז פונקט נישט געווען אין שטוב, דערפאר האבן מיר גענומען זיין סעל-פאון נומער ווי מיר האבן אום געכאפט. (דאנט ווארי, איך האב אום שוין ארויסגעלאזט)

ר' שלמה הערש איז א רעכט חסידישער אינגערמאן אין די אינגע דרייסיגער יארן, ער וואוינט אין קרית יואל און א זוהן פון הרה"ח מענדל עקשטיין וואס פירט אן מיט די "בנות מלכים" סעמינאר. מיר האבן אום אנגעריפן - ווי פריער דערמאנט – און אנגעפאנגען אונזער אינטערוויו.

ק.נ.א. א גוטן ר' שלמה הערש.
ר' שלמה הערש: א גוט יאר, ווער איז דאס?
ק.נ.א. דאס איז צייטליך פון די ק.נ.א נייעס פורמע. איך האב געווא..
ר' שלמה הערש: ווער? צייטליך? קיינמאל נישט געהערט, נו, וואס ווילט איר?
ק.נ.א. אהה, לאמיך אייך מסביר זיין גאר בקיצור, איך ארבייט פאר א גרויסע נייעס סטאנציע מיטן נאמען ק.נ.א., א פירמע וואס איז סטאנצירט אין די אידישע וועלט, זיי האבן מיך אראפגעשיקט אייך אינטערוויוען איבער דער נארוואס ערשינענער טעיפ "ימים נוראים - תשס"ט"
ר' שלמה הערש: אהה, ס'איז מיר א כבוד צו רעדן דערוועגן. איז וואס ווילט איר הערן?
ק.נ.א. קודם כל לאמיר הערן אביסל איבער אייך פערזענליך. ווען האט איר אנגעפאנגען צו זינגען?
ר' שלמה הערש: כ'העל דיר זאגן דעם אמת. איך געדענק שוין נישט... איך זינג שוין פון ווען איך בין א קליין קינד געווען, אין מיין משפחה האב איך עטליכע ברודער וואס קענען גוט זינגען און פארשטייען דערצו.
ק.נ.א. ווי איך הער האטסטו שוין קאמפעזירט אסאך ניגונים, איז דאס אויך א אלטע פאך?
ר' שלמה הערש: יא, אין ישיבה, נאך אין די אינגע יארן האב איך שוין קאמפאזירט ניגונים, און איך וועל דיר זאגן נאכמער. איינע פון די ניגונים אויף דער נייער ימים נוראים טעיפ האב איך שוין פאברעצירט אלץ אינגער בחור.
ק.נ.א. אזוי? וואס, דער אין קצבה ניגון?
ר' שלמה הערש: ניין. צום סוף פונעם טעיפ האב איך צוגעלייגט – אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן – נאך צוויי ניגונים וואס מ'זינגט נישט אום יו"ט ביים דאווענען, עס האבן אבער די ווערטער וואס מ'זאגט ביים דאוענען ראש השנה. "ותמלוך עלינו אתה הוא לבדך" און "בשמך יגולין כל היום"
ק.נ.א. אהה, יא יא, איך האב געהערט דערוועגן, אידן האבן זייער הנאה דערפון. און אגב גיט עס נאך א שטופ צו קויפן דעם טעיפ, ווייל עס איז ניגונים וואס מקען זינגען סתם אזוי אויך.
ר' שלמה הערש: יא יא. איך האב דיר אבער געוואלט זאגן, איך בין נישט דער איינציגסטער קאמפאוזער דא, ר' יודל ווערצבערגער פון די באקאנטע ווערצבערגער משפחות המנגנים און לאנג יעריגער קאפעזיטער לבית סאטמאר האט געמאכט פונף ניגונים אויף דעם טעיפ.
ק.נ.א. ווער מאכט די מוזיק אויף דעם טעיפ?
ר' שלמה הערש: די מוזיק מאכט א אינגערמאן ער הייסט ר' יואל פייערשטיין, ער וואוינט אויך דא אין קרית יואל, ער איז זייער א טאלאנספולער אינגערמאן און פארשטייט שטארק צו מוזיק. אייגענטליך האט ער לעצטענס אנגעפאנגען צו שפילן אויף חתונות אויך. ב"ה עס גייט אום זייער גוט.
ק.נ.א. אהא, העריך, און ווי מאכט איר די טעיפ, איר האט א אייגענע סטודיוא?
ר' שלמה הערש: נא, ס'לוינט נישט. דא איז דא א אינגערמאן ר' משי קרויס. ער איז א גרויסע מומחה אין די זאכן, ער האט שוין געמאכט ביי זיך אין סטודיאו צענדליגער טעיפ'ס אן א שיעור, אן אום וואלט עס קיינמאל נישט אזוי גוט אויסגעקומען. בכלל דארפסטו פארשטיין, דאס איז נישט קיין טעיפ אויף וואס מ'ארבייט חדשים און וואכן, אזוי ווי די אלע אנדערע פראפעסינאלע טעיפ'ס, דאס איז א זאך וואס מ'דערמאנט זיך יעדעס יאר די לעצטע מינוט און מ'דארף שנעל אריינזינגען. און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס מיר האבן נישט קייין קוויער אויפן טעיפ דאס יאר. קודם כל נעמט עס צו לאנג, און צווייטענס עס קאסט צו סאך געלט די סטודיאו שעה'ן אא"וו. דערפאר האבן מיר היי יאר גענומען דריי אינגעלייט און מ'טיילט זיך איין יעדער זינגט עפעס אנדערש.
ק.נ.א. אהא, איך הער, מער ווייניגער פארשטיי איך שוין אלעס.
ר' שלמה הערש: אידאך גוט.
ק.נ.א. פיין, א גרויסן יישר שלמה הערש פארן אראפגעבן פון אייער צייט.
ר' שלמה הערש: נישט קיין פרא.
ק.נ.א. איך העל דיר זאגן דעם אמת, דער עולם ביי אינז האט זייער הנאה פון די טעיפ, ס'קוקט אויס היי יאר זייער שיין.
ר' שלמה הערש: א גרויסן יישר כח. ס'איז מיר אויך אן הנאה.
ק.נ.א. יא יא. זיי געזינט.
ר' שלמה הערש: די אויך, הצלחה.
ק.נ.א.: איין מינוט נאר, פאר איך לייג אראפ, ס'איז דא וואס ווילן וויסן וואס דער מוזיק ארייגאנג צום הקפה ניגון באדייט.
ר' שלמה הערש: אה, כ'האב פארשטאנען אז ס'וועלן זיין וואס וועלן נישט כאפן, דאס איז דער "אתה הראתה" נוסח וואס מ'זאגט פארן ארויסנעמען די ספרי תורה ביי די הקפות און דער נוסח פון די שטיקלעך דערנאך.
ק.נ.א.: כ'האב אויך אזוי פארשטאנען, אבער איינער קנאוי טענה'ט דארט אז ס'איז נישט דער סאטמאר'ער נוסח.
ר' שלמה הערש: יא און ניין, אין סאטמאר זאגט מען טאקע נישט היינט אזוי, אבער דאס איז דער נוסח, ס'איז פשוט פאדרייט געוארן מיט די יארן.
ק.נ.א.: פיין, א גרויסן יישר כח.
ר' שלמה הערש: זיי געזינט.
*
גענדיגט מיט ר' שלמה הערש האבן מיר אנגעריפן ר' עמרם אקער, דער צווייטע זינגער אויפן טעיפ. אום האבן מיר יא געכאפט אינדערהיים.
ווער עס קען נישט ר' עמרם וועט סייווי נישט כאפן פון וועמען מיר רעדן. א דורכגעווייקטער חסיד איז נישט דאס ווארט אויף אום. ער טראגט פיאות ביז די קניען ועד בכלל, אקיצור, גאר א פרומער און ערליכער אינגערמאן. ער איז געבוירן געווארן אין טאהש און דארט געלערנט ביז די אכצן יאר ווען ער איז אריין אין די ישיבה אין קרית יואל.

ק.נ.א. א גוטן ר' עמרם, דאס איז צייטליך פון די ק.נ.א.
ר' עמרם: א גוטן צייטליך, וואס זאגסטו עפעס, איך האב לעצטענס נאכגעהערט עפעס פון דיר, קען זיין?
ק.נ.א. אלעס קען זיין. ווייסט וויפיל איך זאג? איך גלייב אז עפעס האסטו שוין געהערט...
ר' עמרם: נו, וואס קען איך דיר העלפן?
ק.נ.א. איך הער אז די האסט געזינגען אויף דער נייער טעיפ "ימים נוראים – תשס"ט" און אזוי ווי איך מאך יעצט א אינטערוויוא איבער דעם האב איך דיר נישט געוואלט אויסלאזן.
ר' עמרם: נו גוט, וואס ווילסטו הערן, א לעבעדיגער ניגון?
ק.נ.א. נא, דאס הער איך גענונג, לאמיך הערן איבער דיין לעבן און איבער דיין אנקומען צו זינגען.
ר' עמרם: בעיקר באקאנט ביניך געווארן ווען איך בין אריינגעקומען אין די ישיבה אין קרית יואל, דארט עסן די בחורים יעדע וואך שבת צוזאמען, פרייטאג צונאכט'ס איז עס מער ברוב עם, האט מען ארענדזשירט א גרופע בחורים זאלן אנפירן מיט די זינגען ביי די סעודה, און איך בין אויסדערוועלט געווארן אנצופירן מיט די זינגען יעדען שבת.
ק.נ.א. האסט אנגעפירט דארט א קאור?
ר' עמרם: ניין, שווערער פון א קאור. איך האב געדארפט זעהן אז אלע הונדערטער בחורים זאלן זינגען און אז די זינגען זאל זיי אריינשלעפן, און בכלל האלטן עטליכע הונדערט בחורים זאלן זינגען "ווי מענטשן" איז זייער א שווערער דזשאב.
ק.נ.א. זינגסט נאך היינט אויך אויף פלעצער?
ר' עמרם: כ'וועל שוין צוקומען דערצו, נאך מיין חתונה האב איך ווייטער אנגעהאלטן דאס אנפירן די ניגונים ביי די טישן אין סאטמאר, וואס דאס האט געמאכט אז אסאך אידן וואס זעהן מיר דארט זענען מיר געקומען בעטן אז איך זאל זינגען ביי זיי ווען זיי מאכן חתונה זייער קינד.
ק.נ.א. נו, כ'מיין, דאס איז איין זאך? זינגען ביי טישן און זינגען אויף חתונות?
ר' עמרם: קודם כל ביניך געגאנגען אויף לעסענס, איך האב זיך אסאך צוגלערנט די פאך, און איבער די ניגונים, עס נעמען מיר מענטשן וואס ווילן דווקה נאר ערליכע היימישע און באקנטע ניגונים, כמעט וואס מ'זינגט ביי די טישן...
ק.נ.א. אבער אויב ווילט...
ר' עמרם: אנטשולדיגט, אבער איך מיז אראפלייגן, איך ברויך יעצט גיין זינגען דא אויף א חתונה, אז די וועסט מיר צוריק רופן מארגן נאכמיטאג וועלן מיר קענען ממשיך זיין.
ק.נ.א. פיין. נישט קיין פראבלעם, א גרויסן יישר כח פאר אייער צייט.
ר' עמרם: נישטא פארוואס, יישר כח פארן אויסהערן..
*
פון דא זענען מיר געגאנגען צום דריטן זינגער ר' יואל גאנדל. מיר האבן אום אריינגעריפן אין זיין אפיס, אבער ער האט נישט געהאט קיין צייט צו ווערן אינטערוויו'ט דאן אויפן מינוט, האבן מיר אפגעשמיסט זיך צו טרעפן ווען ער גייט ארויס אויף לאנטש אינמטן טאג.
ק.נ.א.: א גוטן ר' יואל, דאס איז צייטליך פון די קנ.א. אפיס, איך הא..
ר' יואל: שוין, סימיר גוט, איינער האט מיך שוין געשיקט א לינק פון די באשרייבונג דארט אויף קרעטשמע. ס'איז נישט גענונג? א אינטערוויו ווילסטו נאך? צייטליך, מיר זענען דאך גוטע חברים נאך פון די אינגע יארן, די קענסט נישט אלעס אליין איבערגעבן?
ק.נ.א.: הערמיך אויס, איך גלייב אז ס'וועט זיין אינטערסאנט פארן עולם צו הערן ערשט-האנטיג פון דיר אליינס. און א גוטער חבר זאגט מען נישט אפ.
ר' יואל: גוט, נו, וואס ווילסטו הערן.
ק.נ.א.: צום ערשט דערצייל אביסל ווען די האסט אנגעפאנגען צו זינגען.
ר' יואל: אלס אינגל, ווען איך האב געלערנט אין חדר אין כיתה ז' האב איך דאס ערשטע מאל געזינגען, דאן איז עס געווען אין די קאור פון ימים נוראים. נאכדעם האב איך שוין געזינגען דארט די אנדערע דריי יאר אויך ביז די בר מצוה.
ק.נ.א.: די האסט דאך געוואוינט אין קרית יואל אלץ אינגל,
ר' יואל: יא יא
ק.נ.א.: דאן האט עס אויך ר' שלמה הערש עקשטיין אנגעפירט?
ר' יואל: ניין, דעמאלס אז געוווען א אינגערמאן ר' משה ברמ"י גאלדבערגער וואס האט אנגעפירט מיט די ניגונים, הערשט עטליכע יאר נאך מיין בר מצוה האט עס ר' שלמה הערש איבערגענומען, וויבאלד ר' משה האט שוין נישט געהאט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, דאס איז א זאך וואס געדויערט וואכן אויסצולערנען פאר זיי די אלע ניגונים.
ק.נ.א.: אהא, ווי נאך האסטו געזינגען?
ר' יואל: אין כיתה ט' בין איך געווען דער זינגער ביי אלע בר מצוה'ס פון מיין קלאס, איך האב עטליכע מאל אין יענע יארן געזינגען אויף גרויסע טישן און שמחת אין די סאטמאר'ע הויף, אין ישיבה פלעגן מיר זיך אייביג צוזאם קומען מיט נאך אפאר חברים ווי מיר פלעגן זינגען שעות. היינט צוטאגס נאך מיין חתונה זינג איך אסאך ביי די סאטמאר'ע מסיבות.
ק.נ.א.: ווי ביסטו אנגעקומען צו דעם טעיפ?
ר' יואל: שלמה הערש מיט מיר קענען זיך שוין אפאר יאר. איין טאג פאר עטליכע וואכן צוריק האט ער מיך אנגעריפן אויב איך וויל זינגען אויף דעם טעיפ, ער האט מיר ארויסגעשיקט א פשוטער קאסעטע ווי ר' יודל ווערצבערגער זינגט אריין די אלע ניגונים, צוויי טאג דערנאך ביניך אריבער צו ליפא מייזעלס אין סטודיו, דא אין וויליאמסבורג, ווי איך האב אפגעזינגען די פאר שטיקלעך וואס ער האט מיר פארגעשריבן.
ק.נ.א.: נו, וואס הערסטו צוריק דעראויף?
ר' יואל: גלייב מיר צייטליך, איך האב געהאלטן אז קיינער הערט עס נישט, איך האב געהאפט אז קיינער וועט נישט וויסן, אויפן סידי בעצם שטייט נישט מיין נאמען, און איך האב געמיינט אז קיינער וועט נישט דערקענען מיין קול.
ק.נ.א.: נאר?
ר' יואל: פרעגסט מיך? פרעג איזאק.
ק.נ.א.: נא, זאג מיר נישט, איך האב נישט קיין כח פאר נאך א אינטערווויו.
ר' יואל: נעע, מיזט אום נישט פרעגן, קענסט עס גלייך ליינען, בקיצור, איך וועל דיר זאגן נאך א זאך. איך ליין אסאך דיינע באשרייבונגען, סיי ביי די נייעס און סיי ביי די היכל הנגינה, אבער איך האב נישט געוויסט וואספארא גרויסער עולם עס ליינט דאס. פון אלע זייטן שיקן מיר חברים די לינק צו די ארטיקל פון איזאק. גלייב מיר, איך האב נישט געוויסט ווי פאפולער איר זענט.
ק.נ.א.: כ'העל דיר זאגן דעם אמת. איך האב אויך נישט געוויסט.
ר' יואל: גוט צייטליך, מיי טיים איז אווער, איך ברויך צוריק גיין אין די ארבייט, זיי געזינט.
ק.נ.א.: זיי געזינט, א גרויסן שכויעך יואלי, הצלחה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך קען נאך נישט מחליט זיין אויב דו מאכסט דא ליצנות פון אונז, אדער דו ביזט טאקע א לץ און דו האסט טאקע אינטערוויוט די זינגער.

אלענפאלס א גרויסע שכח, זייער פיין אראפ געלייגט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיינעם דאנק מר. צייטליך פאר די אינטערוויוס, עס איז זייער פראפעשינאל און גיבט אסאך צו צום היכל הנגינה.

(מאשקע, אפשר קען צייטליך ווערן קא-אחראי אויף נגינה?)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

צייטליך, WOW, דו ביזט סאמטינג !!!, צו אלע מעלות ביסטו א מעכטיגע אינטערוויאער.
און צייטליך, איך ווארט אויף א אינטערוויא.


אלטער כאב דיך אויפגעוועקט... ? סאט זיך שוין געלוינט !
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

צייטליך ;l;p-

לעווי, איך מיין אז צייטליך איז אזא גוטע אינטערוויוער, אז ער דארף ניטאמאל רעדן צו דעם וועם ער וויל אינטערוויוען, ווייל ער ווייסט שוין אליין וואס יענער וועט אים ענטפערן, אין אנדערע ווערטער, א מיבן דבר מתוך דבר. און אויב איז עס טאקע אזוי, פארוואס זאל ער סתם מיטשענען יענע דריי אידן אז ער קען עס מאכן אליין?...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”