א חתן א יתום - היינט איז די חתונה

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

א חתן א יתום - היינט איז די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

https://thechesedfund.com/cause/-3312

אין דעם אנגעגעבענעם לינק וועט איר טרעפן הויכשטאפלערישע פראזן און שווערבאדייטנדע ווערטער, אבער אין פלעין אידיש איז די רעדע פון א היימישע בחור'ל וואס שטאמט פון אן עכט היימישע שטוב, וואס די מאמע איז אים ליידער נפטר געווארן מיט יארן צוריק, און דער טאטע האט נאכאמאל געהייראט. עס איז דא אין דעם שטוב מיינע-דיינע-אונזערע קינדער, און דער ראש המשפחה צופליקט זיך אויף אלע סארט דזשאבס וואס קומען אים אונטער, צו קענען דעקן דעם גרויסן בודזשעט.

היינט קומט פאר די חתונה פון דעם חתן ני"ו, און כאטש עס איז שוין געשאפן געווארן געלט במשך די לעצטע פאר חדשים, איז די חתונה נאכנישט געדעקט, און ביום החופה איז מען געצווינגען צו אויסשטרעקן די הענט נאכאמאל צו אחינו בני ישראל רחמנים בני רחמנים.

דער לינק איז אויבן, דער צוועק איז וויכטיג, ביטע כאפט א בליק און לאזט איבער א נדבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”