פיילן סעילס טעקס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
עמעזאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד

פיילן סעילס טעקס

תגובהדורך עמעזאן » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:17 am

לוינט זיך צו פיילן אליינס די סעילס טעקס?

וואו פיילט מען די סעילס טעקס? איינער קען ביטע זאגן די א"ב און טיפס וואס מען דארף וויסן?

א דאנק

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:24 am

כ'בין זיכער אז איר קענט קריגן ראט וויאזוי צו פיילן אליינס, עצה טובה קמ"ל, לאזט אייער אקאונטענט דאס טון, איין קליינער טעות'על אין טעקס ענינים קען זיין אסאך צו קאסטבאר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:58 am

פאר א קליינע ביזנעסל איז סעילס טעקס א סימפעל סטרעיט פארwערד טעסק וואס מען קען טון אליין.

פאר א וויילע צוריק האב איך גענוצט ר׳ מאיר דרוממער פון ק״י צו אנווייזען סטעפ ביי סטעפ וויאזוי מען טוט דאס, ער האט מיר אנגעגרייט קאסטומייזד spreadsheet templates און איך טו עס אליינס זינט דאן.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 8:50 am

ס'איז טאקע היינט א דו-איט-יורסעלף וועלט, יעדער קען און וויל אלעס פראבירן אליינס, אבער נישט מיט אלעס לוינט זיך צו שפילן, נישט אויף אלעם קריגט מען א צווייטן שאנס.

א בוכהאלטער וכדו' וואס איז אינטו-איט ווי מ'זאגט, און איז אין פארבינדונג מיט'ן אקאונטענט כסדר און דער לעצטער מאכט טאקע זיכער אז די חשבונות שטימען טרו-אוט דע יעיר, איז א מהלך צו פיילן אן היז אוען, אדערווייז איז מען אויסגעשטעלט צו טעותים #ביודעי ובמקירי.

_____

איך האב שוין כמה פעמים געזען דא פארשידענע שו"ת, וואו מאנכע פראבירן אליינס אלעס צו פיילן וכדו', כ'מיין אז מענטשן בפרט אן קיינע עכטע ביזנעס אדער אקאונטינג ערפארונג, פארפעלן אביסל די יסוד הדברים.

ס'איז וויכטיג צו וויסן קודם כל, אז אין דעם פעלד איז כמעט נישט פארהאן קיינע ביליגע טעותים, עניטינג וועט געווענליך קאסטן אסאאאך מער ווי וואס מ'האט זיך געשפארט, אפי' בלויז צו ווערן גע'אודיט'עד, און אפי' מ'טרעפט בעז"ה גאארנישט (וואס איז אגב, זייער זעלטן) קאסט שוין גענוג געלט פאר'ן אקאונטענט/לויער וכו', ווער רעדט נאך ווען מ'טרעפט ח"ו עפעס א דיסקרעפענסי, ווי זיי שינדן די הויט.

והשנית, אנדערש ווי מ'איז צוגעוואוינט ביי פארשידענע אנדערע בשוגג'דיגע פארלעצונגען, זענען די באטרעפענדע אגענטורן בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן אייער אנטשולדיגונג, זיי זענען דא צו זען געלט.

והשלישית, אנדערש ווי ביי קרימינאלע געזעץ וואו א מענטש איז "אינאסענט אנטיל פראווען גילטי", איז ביי די פינאנציעלע געזעץ "גילטי אנטיל פראווען אינאסענט", ד.ה. אויב האלטן זיי אז איר קומט זיי באיזה אופן געלט, דארפט איר דאס באצאלן, אנלעסס איר קענט אויפווייזן אז איר איר קומט נישט, ודו"ק כי הארכתי.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

Flash light
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:36 pm

Take ir easy
סנישט אזוי שרעקעדיג
סעיז זייער גרינג אליין צופיילן מע דארפ נאר וויזן איינמאל
ואי״ה די ביזנעס ווערט גרעסער מער קאמפליקעטעד
דעלמאטס פעלט אפשר אויס סתם א קליינע ביזנעס
איז זייער סימפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:56 pm

לאו דוקא סימפעל!
איך האב נאך אזא אומגעלימפערטע סייט (אויזער די NYS45 פעיראלל טעקס) נאך נישט געזעהן
מען דארף זיך קראצען די רעבטע אויר מיט די לינקע האנט
יעדע פערטעל איז א פרישע אפקומעניש
----
סימפעל איז איז ווען מען האט נישט קיין סעילס און מען דארף פיילען
You must file a sales tax return even if you have had no taxable sales, no taxable purchases, or no credits to report. You will be subject to penalties if you don't file a return.

אוועטאר
עמעזאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד

תגובהדורך עמעזאן » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:39 pm

צוויי וואכן צוריק האב איך באקומען א בריוול פון די ניו יארק סטעיט טעקס דעפארטמענט אז פאריגן קווארטל האב איך נישט באצאלט די גאנצע ביל און ווי אויך האב איך עס ארויסגעשיקט שפעט, ממילא באקום איך א געלט שטראף און מיין ביל איז נאך איבער א הונדערטער

ס'איז מיר געווען אויפפאלנד ווייל איך האב געהעריג אריינגעשיקט די סכום וואס מיין אקאונטענט האט מיר געזאגט, אנרופענדיג דעם אקאונטענט זאגט ער מיר אז געווענליך באקומט מען א דיסקאונט אויב מ'צאלט אין צייט, אבער אזויווי זיי זאגן אז עס איז אנגעקומען שפעט דאן בין איך שולדיג די דיסקאונט, ממילא קענען זיי רעכענען פראצענטן אויף די דיסקאונט אויך פלאס די געלט שטראף פארן שיקן שפעט...

למעשה האב איך אנגערופן די חברה, און געבעטן זיי זאלן נאכקוקן ווען מיין ענוועלאופ איז געסטעמפט געווארן (זיי האלטן א קאפי) און ס'איז טאקע געווען א טאג שפעט (ימ"ש די פאסט אפיס ארבעטער) אבער וויבאלד עס איז געווען דאס ערשטע מאל האבן זיי מוחל געווען דעם ביל. ב"ה

אוועטאר
עמעזאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד

תגובהדורך עמעזאן » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:49 pm

אגב, א דערמאנונג אז מ'ברויך שוין פיילן סעילס טעקס פארן לעצטן קווארטל

אויב איינער ווייסט אויף וועלכע וועבזייטל ס'איז גרינג צו טרעפן די קאונטי ווען מ'האט נאר די זיפ קאוד ביטע לאזן וויסן, א דאנק

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:55 pm

הרב עמעזאן, רעדט מען דא פון עמעזאן סעילס טעקס? אויב יא, קען איינער ענטפערן די קשיא, וואו אין עמעזאן קען איך טרעפן וואס איך דארף פיילן, ווען איך דארף פיילן, וויאזוי איך דארף פיילן?

פליז ענטפערן ווי פריער ווייל איך זע אז מדארף שוין פיילן און וויל איך נישט האבן קיין פי'ס, שקויעך.

(פליז פארשטיין איך גיי נישט דא אריין צו סאיז גרינגער מיט אן אקאונטענט אדער אן, מיין שאלה איז אזויווי די ערשטע שאלה, וואו מטרעפט עס.)

אוועטאר
עמעזאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד

תגובהדורך עמעזאן » דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:23 am

דאונלאוד די "אלל ארדערס" ריפארט אונטער ריפארטס, פולפילמענט, מ'קען נאר דאונלאודן איין חודש אויף אמאל

פילטער די עקסעל שיעט פאר NY און NEW YORK אין די סטעיט קאלום, וועסטו האבן אלע ניו יארקער ארדערס

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:18 pm

עצה געזוכט האט געשריבן:הרב עמעזאן, רעדט מען דא פון עמעזאן סעילס טעקס? אויב יא, קען איינער ענטפערן די קשיא, וואו אין עמעזאן קען איך טרעפן וואס איך דארף פיילן, ווען איך דארף פיילן, וויאזוי איך דארף פיילן?

פליז ענטפערן ווי פריער ווייל איך זע אז מדארף שוין פיילן און וויל איך נישט האבן קיין פי'ס, שקויעך.

(פליז פארשטיין איך גיי נישט דא אריין צו סאיז גרינגער מיט אן אקאונטענט אדער אן, מיין שאלה איז אזויווי די ערשטע שאלה, וואו מטרעפט עס.)

Go to REPORTS>>Tax Document Library>>Generate a tax report>>Custom report, then download and bring it in excel and filter the states.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:20 pm

כדי צו קענען דאנלאודן די רעפארט דארף מען קודם זיך אויפסעטן מיט עמעזאן אז זיי זאלן קאלעקטן סעילס טעקס. למשל, א ניו יורק קאמפעני וועט דארפן הייסן עמעזאן קאלעקטן סעילס טעקס אויף אלע סעילס וואס ווערן געשיפט צו א ניו יורקי לאקאציע (חוץ טאמער די קאסטומער איז א טעקס עקזעמט ארג.). אויך דארף מען אנצייכענען וועלכע אייטעמס זענען טעקס עקזעמט צ.ב.ש. עסן, מעדיקעל סופלייס וכו'.
איינמאל מ'האט עס אויפגעסעט קען מען יעדע קווארטל (אדער חודש, פאר גרעסערע קאמפאניס) דאנלאודן די סעילס טעקס רעפארט.

א גרויסע חסרון מיט עמעזאן איז אז זיי צעטיילן נישט די סעילס לויט די קאונטיס, וואס מ'דארף עס אזוי רעפארטן אויפ'ן סעילס טעקס ריטורן. ס'פארלאנגט זיך א שיין ביסול ארבעט עס צן סארטירן אויף עקסעל. ס'איז דא א סאופטוועיר וואס קען עס טון און ס'נעמט צאם די סעילס פון איבעי , עמעזאן און נאך.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:23 pm

דריידל האט געשריבן:כדי צו קענען דאנלאודן די רעפארט דארף מען קודם זיך אויפסעטן מיט עמעזאן אז זיי זאלן קאלעקטן סעילס טעקס. למשל, א ניו יורק קאמפעני וועט דארפן הייסן עמעזאן קאלעקטן סעילס טעקס אויף אלע סעילס וואס ווערן געשיפט צו א ניו יורקי לאקאציע (חוץ טאמער די קאסטומער איז א טעקס עקזעמט ארג.). אויך דארף מען אנצייכענען וועלכע אייטעמס זענען טעקס עקזעמט צ.ב.ש. עסן, מעדיקעל סופלייס וכו'.
איינמאל מ'האט עס אויפגעסעט קען מען יעדע קווארטל (אדער חודש, פאר גרעסערע קאמפאניס) דאנלאודן די סעילס טעקס רעפארט.

א גרויסע חסרון מיט עמעזאן איז אז זיי צעטיילן נישט די סעילס לויט די קאונטיס, וואס מ'דארף עס אזוי רעפארטן אויפ'ן סעילס טעקס ריטורן. ס'פארלאנגט זיך א שיין ביסול ארבעט עס צן סארטירן אויף עקסעל. ס'איז דא א סאופטוועיר וואס קען עס טון און ס'נעמט צאם די סעילס פון איבעי , עמעזאן און נאך.

ווי קען מען באקומען די סאופטוועיר? און וויפיל קאסט עס?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:58 pm

Tax Jar
You can Google it for more info

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:53 pm

https://www.tax.ny.gov/pubs_and_bulls/t ... es_tax.htm
א סופר סת"ם פרעגט מיר צו ער דארף קאלעקטן סעילס טעקס אויף בודק זיין תפילין און מזוזות
עני איידיע?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 5:21 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:https://www.tax.ny.gov/pubs_and_bulls/tg_bulletins/st/do_i_need_to_register_for_sales_tax.htm
א סופר סת"ם פרעגט מיר צו ער דארף קאלעקטן סעילס טעקס אויף בודק זיין תפילין און מזוזות
עני איידיע?

לכאורה יא
פארוואס איס עס אנדערש ווי פאררעכטען אפלייענסעס וכדומה
פארקויעפערם פון תשמישי קדושה זענען דען פטור?
אבער פארוואס פרעגט ער דיר? עס איז דא גענוג היימישע אקאונטענטס וועם מען קען פרעגען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 6:06 pm

ישר כח אייך

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:28 am

וועל איך וויסן צו אויב א אקאונטעט פיילט טעקס ביי איין ביזנעס מייניר
צו איך קען נעמען א אנדערע אקונטעט פאר מיין אנדערע ביזנעס ?
אדער איך מיז עס האבן ביי איין אקאונטעט
שכוח
..

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:46 am

פארוואס נישט? וואסערע שייכות האט איין ביזנעס מיט'ן צווייטן?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:15 am

קאליפארניע האט געהעכערט די טרעשאלד פאר אוט אוו סטעיט סעלערס צו דארפן פיילן סעילס טעקס, צו 500,000 דאללער סעילס אין די סטעיט.
דאס נעמט אבער נישט אוועק די אנדערע גזירה אז ווער ס'האלט אינווענטארי אין קאליפארניע (אפילו אין עמעזאן פולפילמענט) דארף זיך רעגיסטרירן און פיילן ארטיגע טעקסעס.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 5 געסט