איינע פון די פאקטארן ווען מען לאזט זיך ארויס זיכען א נייער ישוב איז פרנסה. געוויסע זענען ארבייטער ביי אנדערע און קענען גרינגערהייט זיך טרעפן די זעלבע דזאב אויפן נייער מקום, אדער ארבייט מען סייווי אויף די געוועב איז נישט קיין חילוק וועלכע געגענט די פלאג פון דעם לעפטאפ איז איינגעשאלטערט. אבער למעשה איז דא א גרויסער עולם, ואני בתוכם, וואס קענען נישט פארלאזן זייער ארבייט מחמת איזהו סיבה שהוא ממילא זענען מיר צוגעבינדן צו אונזער מקום הפרנסה. אבער למעשה משוגא בין איך צו בלייבן צאלן די פרייזן פון שטאט, איז די איינציגסטע אפציע איז קומען אין גיין יעדען טאג פון און צום שטאט.
איך וויל אבער הערן פון איינער וואס טוט דאס וואס זיין עקספיריענס איז און אויב איר קענט אייך זעהן אריינפארן אזוי פאר די קומענדע צען פופצען יאר.
מיין שאלה גייט נאך מער, לאמיר זאגן איך האב אן אפשען פון סטעיטין איילענד אדער לעיקוואד, זאל איך פארקוקען די 45 מינוט וואס קומט צי פון סטעטין אייסלענד קיין לעיקוואד כדי צו באקומען סאך מער פאר מיין געלט (גרעסער דירה)?
תודה למפרע.
פאהרן א מהלך צום/פון ארבייט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
זכאי האט געשריבן:איך וויל אבער הערן פון איינער וואס טוט דאס וואס זיין עקספיריענס איז און אויב איר קענט אייך זעהן אריינפארן אזוי פאר די קומענדע צען פופצען יאר.
לאמיר אראפלייגן מיין עקספיריענס.
אויפן באס פון מאנרוי קיין ווילי דאוונט מען דאס מיינט, אז דו פארברענגסט דארט א שעה וואס דו וואלסט סייווי געדארפט אוועקגעבן פארן רבוש"ע. נאר יעצט פארסטו שוין אגב אויך. (שאל אביך ויגדך, די אידן וואס זענען געוואוינט אזוי צו פארן קומען לכתחילה ארויף אויף די טרעפ מיטן געפיל "אריין איך ס'מעדריש אריין, מ'גייט דאווענען....) ממילא די ביסל איבעריגע צייט מאכט שוין נישט צופיל אויס.
ובכן ס'נישט אזא געפערליכע זאך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 458
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm