קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

סטראפקאוו
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

האט שוין איינער געהערט פון אזא מנהג נישט קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת אינדעפרי ? אויב יא, ווייסט איינער א מקור אויף דעם ?
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

האט שוין איינער געהערט פרעגסטע?

דאס איז דער מנהג!

יא קידוש מאכן דארף א היתר
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

שאלה איז צו פאר קריאת התורה איז דא א חיוב קידוש און אן א חיוב קידוש קען מען נישט יוצא זיין. די וואס טרינקען קאווע פאר קריאת התורה איז ווייל זיי נעמען אן סנאכנישטא קיין חיוב קידוש( כן נאמרה מ'שמיה דהגה'ק משינאווע זצ'' ל)
פאר'ן דאווענען איז זיכער נישטא קיין חיוב קידוש און דאס וואס מ' טאר נישט עסן איז ווייל מטאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.
סטראפקאוו
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

למעשה אין רוב בתי מדרשים מאכט מען יא קידוש, איך בין אויך אויפגעוואקסן אז נישט, דעם יו"ט האב איך געדאווענט אין א בהמ"ד ווי דער עולם איז געווען זייער הינגעריג אין קידוש געמאכט תיכף נאך די הקפות, ווען איך האב נישט געמאכט ווייל איך האב נאך נישט עולה געווען האב איך געכאפט אין קאפ אריין אז זיי האבן נאך קיינמאל אזאנס נישט געהערט, אין איינער האט מיר געזאגט אז יארן צוריק האט ער געדאווענט אינעם זעלבן בהמ"ד ווי איך האב געדאווענט אלס קינד, אין האט שוין דעמאלטס געהערט פון דעם מנהג אבער ער מיט אפאר חבירים אין כולל האבן דורך געטון דעם ענין אין נישט געטראפן קיין שום מקור אויף דעם, אין זיי זענען גאר געקומען צום החלטה אז דער עולם דארט זענען געווען עמי הרצים פון אמאל (גיי ווענדט אים אפ... איך האב זיי קיינמאל נישט פארהערט ...) אין די מנהג שטאמט פון אומוויסענדקייט !! וויל איך זייער שטארק וויסן אויב דאס נישט עסן האט א מקור אין ווי
סטראפקאוו
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

שבתי בוים האט געשריבן:שאלה איז צו פאר קריאת התורה איז דא א חיוב קידוש און אן א חיוב קידוש קען מען נישט יוצא זיין. די וואס טרינקען קאווע פאר קריאת התורה איז ווייל זיי נעמען אן סנאכנישטא קיין חיוב קידוש( כן נאמרה מ'שמיה דהגה'ק משינאווע זצ'' ל)
פאר'ן דאווענען איז זיכער נישטא קיין חיוב קידוש און דאס וואס מ' טאר נישט עסן איז ווייל מטאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.

איך רעדט נישט פון חלק "הקידוש" איך מיין צו פרעגן אויפן עצם קידוש מאכן אין עסן פארן עולה זיין לתורה וואס דער מנהג איז אז יעדער איז עולה
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

די מנהג בפשטות לענ״ד איז אז פונקט וואו מ׳עסט נישט עפ״י הלכה פאר א מצוה וואו נר חנוכה, קריאת מגילה, תקיעת שופר, נטילת לולב וכו׳ איז דאס אויך אין דעם כלל, כאטש עס איז נאר א מנהג להרבות בשמחת התורה און נישט קיין חיוב עולה צו זיין.
קיין מקור ווייס איך נישט אבער שוין געזעהן זיך אזוי פירען.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ביינונז פירט מען זיך אז גלייך נאך קדיש שלם קען מען עסן סיי שבת און סיי יו"ט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

אינטערעסאנט אז יעך האב געהאט די זעלבע מעשה דעם שמח"ת, כ'קום אריין אין פאליש נאך די הקפות און דער עולם רוקט אריין אין גרויסן, זעענדיג מיינע געהויבענע ברעמען אז אלע יארן האט מען אין דעם זעלבן ביהמ"ד געווארט ביז נאך עולה זיין (טאקע צוליב דעם פלעגט יעדער וועלן עולה זיין וואס פריער כדי צו קענען אויספאסטן), האבן זיי מיר געמאכט פילן ווי א בר בי רב דחד יומא, און געטענה'ט "וואס האט איינס מיט'ן אנדערן? פארוואס זאל מען נישט מעגן פריער?
זעט אויס אז די הונגער האט גובר געווען אויפ'ן מנהג משנים קדמוניות.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

האט עס מיט אליין עולה זיין אדער מיט הערן די 5 קרואים פון חובת היום?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שטאלצער יוד האט געשריבן:האט עס מיט אליין עולה זיין אדער מיט הערן די 5 קרואים פון חובת היום?

די חובת היום ענדיגט זיך נישט ביי די 5 קרואים. גאנץ פרשת וזאת הברכה איז א חיוב צו ליינען, אויך מפטיר און אויך בראשית. א"כ מה הואילו חכמים בתקנתם צו ווארטן ביז נאכ'ן עולה זיין?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דריידל האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:האט עס מיט אליין עולה זיין אדער מיט הערן די 5 קרואים פון חובת היום?

די חובת היום ענדיגט זיך נישט ביי די 5 קרואים. גאנץ פרשת וזאת הברכה איז א חיוב צו ליינען, אויך מפטיר און אויך בראשית. א"כ מה הואילו חכמים בתקנתם צו ווארטן ביז נאכ'ן עולה זיין?

נישט ריכטיג. כמבואר בבריתא במגלה לא. די עיקר חובת היום איז נאר 5 קרואים די ברכות פון משה רבינו (ועיין שם בר"ן הטעם שאחר גמר ג' רגלים רוצים לברך ברכת משה). און נשט קיין שום שייכות צו מסיים זיין די תורה.

הערשט שפעטער איז צוגעקומען די ענין פון מסיים זיין די תורה און אנהייבן בו ביום. (און טאקע וועגן דאס איז א שפעטערע ענין ווערן די חתן תורה און חתן בראשית נישט גערעכנט ציווישן די 5 קרואים פון חוב היום).

אלזא, למעשה איינמאל מ'האט געהערט די 5 קרואים לכאורה הייסט עס אז מ'האלט שוין נאך די חובת קידוש (על הצד אז מ'ווארט פאר קריאת התורה). אבער מיט עולה זיין אליין האט עס לכאורה גארנישט צוטוהן.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מיר האבן עולה געווען דאס יאר פארן דאווענען
אין געמאכט קידוש פאר הקפות
איך זע א גרויסע עולם אין ביהמ"ד ווי איך דאווען טוען אזוי
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

איני מבין ואין אני יבין .....
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

יליד אונגארן האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

איני מבין ואין אני יבין .....

אז דער איד זאל זיך פרייען און טאנצן מיטן אויבערשטער, נישט די ברוינפן....
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

דאס מיינסטו אוודאי וואס דער היכל הברכה ברענגט בקבלה פון רבי'ן ר' אלימלך, אויף נישט קידוש מאכן פאר סוף הקפות, דאס האט נישט מיט עולה זיין.

הגם, מיין עלטער זיידע, איז נאך געקומען פון אייראפע בעפארן קריג, און האט געזאגט אז מען האט נישט געטרינקען פארן עולה זיין כדי נישט עולה צו זיין מתוך שכרות.
געשטימט פאר ראשעק הול
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ב"ה.

דאס קידוש מאכן פאר די הקפות איז א בלויזע פועל יוצא פון די מנהג פון שטיין אין די ליניע עולה צו זיין שמח"ת אינדערפרי פארן (אדער אינמיטן...) דאווענען ביי א שתי-שערות בעל קורא איבערן פראוויזארישן טלית-באלעמער, אנע ששה עונים. איינמאל מען האט שוין מקיים געווען די דאזיגע "מצות היום" איז מען דאך פריי קידוש צו מאכן, און זיך איינהאנדלען א חתן בראשית...

ווי אויך איז דאס א רעזולטאט פון פראווען גאר לאנגע ענדלאזע הקפות ביז אין די גאר שפעטע נאכמיטאג שטונדן. אמאל פלעגט מען ענדיגן שפעטסטענס 3 אזייגער.עס איז אבער אן ערשיינונג פון די לעצטע פאר יאר אז יעדער שולכ'ל פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט פארשידענע סארט פראגראמען, קינדער נאשערייען און מאדנע טענץ חדשים לבקרים אשר לא שערום אבותינו. מען מאכט דעם עיקר פארן טפל און דעם טפל פארן עיקר. ווייניג ווייסן אז דער עיקר מנהג הקפות איז, אז ווען מען נעמט ארויס די ספרי תורה צו קריאת התורה גייט מען ארום 7 מאל די בימה מיט טענץ און געזאנג. דאס איז דאך די פשט פון אתה הראת, עס איז נישט א ספעציעל פארפאסטער הקפה-פזמון, מען נעמט ארויס די ספרי תורה צום לייענען. (עס איז א באזונדערע שמועס וויאזוי דער מנהג איז אנגענומען אז מען טאנצט אויך ביינאכט)

און דער אמת איז, אז ס'פאראן פילע חילוקים פונעם נישט ווייטן אמאל ביז היינט אינעם גאנצן סדר התפילה פון גאנץ חודש תשרי, א זאך וואס פאדערט זיך א באזונדערן אנאליז.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ר' יו"ט איר זענט זיך טועה מיטן באדייט פון שמחת תורה, דאס איז קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוטע ארום גיין די בימה 7 מאל, ס'איז דירעקט יא אן ענין זיך ווי מער משמח זיין מיט די תורה און מיט דעם נותן התורה וכך נהגו אבותינו ורבותינו.
זוכט איר דוי?
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דאס'יז אמאל זיכער, אז דאס עולה זיין פארן דאווענען איז א נייע ערשיינונג, ס'האט לכאורה קיין שום פשט, קריאת התורה קומט נאך שחרית, און נישט פריער.
מסתמא ביי די רבי'ס וועלכע האבן געענדיגט די הקפות די לעצטע מינוט, און דערנאך איז שוין נישט געווען קיין צייט צו עולה זיין, האט דער עולם ווארשיינליך געדאווענט פריער, געמאכט "שנעלע הקפות", געליינט און עולה געווען, און נאכדעם געגאנגען צום רבי'ן.
אבער די היינטיגע מנהג וואס מ'פארלאנגט עמטליך אין פילע בתי מדרשים, אז מ'זאל עולה זיין פאר'ן דאווענען, ווייל שפעטער וועט מען נישט לאזן עולה זיין, האט לכאורה נישט קיין הענט און קיין פוס.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
סטראפקאוו
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

מער ווייניגער זאגט דא דער עולם אייגענע בויך סברות וואס דאס האב איך שוין געהערט פון דעם יעניגן אין בהמ"ד שמח"ת לרוב, איך בעט זייער די תלמידי חכמים וואס דרייען זיך דא אויפ'ן וועלטל זאלן ברענגן וואס זיי ווייסן אין וואס שטייט געשריבן פון פריערדיגע, ס'איז בכלל נישט נוגע וואס דער עולם האלט, ס'איז נוגע וואס דער עולם ווייסט
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דונש האט געשריבן:ר' יו"ט איר זענט זיך טועה מיטן באדייט פון שמחת תורה, דאס איז קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוטע ארום גיין די בימה 7 מאל, ס'איז דירעקט יא אן ענין זיך ווי מער משמח זיין מיט די תורה און מיט דעם נותן התורה וכך נהגו אבותינו ורבותינו.

אוודאי אזוי, עי' במשנה ברורה.

דאס ארומגיין זיהן מאל איז אויך א ענין, אבער דאס איז חוץ דאס עצם טאנצן לכבוד שמחת התורה.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

Untitled.gif
Untitled.gif (157.2 KiB) געזען 3471 מאל
לעצט פארראכטן דורך ווערעצקי אום זונטאג אקטאבער 15, 2017 7:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דונש האט געשריבן:ר' יו"ט איר זענט זיך טועה מיטן באדייט פון שמחת תורה, דאס איז קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוטע ארום גיין די בימה 7 מאל, ס'איז דירעקט יא אן ענין זיך ווי מער משמח זיין מיט די תורה און מיט דעם נותן התורה וכך נהגו אבותינו ורבותינו.

ריכטיג, אבער עס ווענד זיך וויאזוי מען איז זיך משמח.
איך צו בלויז דעם פאראלעל פון דעם סטאנדארד יעצט, ביז צו מיט א +20 יאר צוריק. איך בין נישט אין די מוט אריינצוגיין אין דעטאלן.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”